תקנות גדולות אנקעטע

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אשכולות מיט שלעכטע ווערטער און גראמאטיק זאל געלייגט ווערן אין פארברענגען פארום?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:55 pm

יא
74
64%
ניין
42
36%
 
סך הכל שטימען: 116

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תקנות גדולות אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיר ווילן שטעלן אן אנקעטע צו הערן די דעת הציבור. ב"ה דאס פלאץ דא וואקסט, עס קומען צו שרייבערס כמעט טעגליך און ליינערס נאכמער.

זייער אסאך רעדן זיך אפ אויף די נייע שרייבערס אז אנשטאט נעמען די מי זיך צו לערנען די מינימום אידיש קנאקן זיי אראפ אן ארטיקל מיט צענדליגע גרייזן און עס שטעכט ממש די אויגן פון די ליינער. זיך צו לערנען די מינימום נעמט נישט לאנג און ווען מ'שרייבט אין פאבליק וואו הונדערטער מענטשען ליינען דארף מען האבן כאטש אזויפיל רעספעקט פאר די ליינער און פראבירן שרייבן נארמאל. ווי למשל די חילוק פון: אין/און דו/די וואו/ווי וכו' וכו'. דאס זענען גרינגע זאכן וואס פאדערט נישט קיין סאך צו קענען און פארן ציבור מאכט דאס זייער אסאך אויס. ע"כ טענות וואס מיר האבן באקומען.

האבן מיר געקלערט צו געבן גערעכט און די אשכולות וואס ווערן געעפענט אן די מינימום עפערט פון פשוט ווערטער און גראמאטיק זאל אריין גיין אין 'פארברענגען' פארום.

וואס האלט איר דערפון?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

געשטימט אויף יא
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

עקבי הצאן האט געשריבן:געשטימט אויף יא
געשטימט פאר ראשעק הול
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

משום כבודי וכבוד הרבה ניקים געשטימט אז ניין

די עיקר איז וואס מען זאגט נישט ווי אזוי מען זאגט, אז מען וועט שיקן אין פארברענגען וועט מען זיך קיינמאל נישט אויסלערנען נאר פארלירן נאכאפאר שרייבער דא, איך מיין עס איז שוין צייט צו אויפקומען מיט וועגן צו באקוועמער מאכן ניקים אין נישט פארקערט
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום זונטאג יולי 31, 2016 12:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

געשטימט אויף ניין ווייל ווי לאנג יענער שרייבט נישט אזוי ווי "וויזוי זעך פערטעקטען פונאלע געססט און באטס" אשכול און מען קען עס זייער קלאר ליינען
פארוואס זאל מען עס אוועק רוקען ווען עס האט תוכן און דערלייגען גוטע שרייבערס און תגובות
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קודם נאכאמאל א גרויסען ישר כח, פאר אייך הרב @גלעגער, פאר אלעס וואס איר געבט זיך אוועק פאר די פלאץ. און כ׳האף איר וועט נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דא שרייבען..

איז באפאר איך גיי בכלל שטימען. וויל איך קודם כל צי ברענגען א לינק, צי וואס איר @גלעגער, זעלבסט, האט געשריבען בערך און אייערע ״דריטע יאר״ זייענדיג דא אויפן וועלטעל. און אינטערסאנט איז, אז אייערע ארטיקלען, און באשרייבונגען, האט מען די ערשטע צוויי-דריי יאר נישט אריין געווארפען ווי א הינט און פארברענגען... און ווי חז׳ל זאגען שוין, מה דעלך סני, לחברך לא תעביד.

דא האט איר דעם לינק: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0 ... 39#p564771

נאך א זאך. איך האלט נישט אז ס׳איז אמת, אז ס׳איז דא-דא ניקים, וואס קנאקען סתם אפ אן ארטיקעל, אן צי נעמען די מינימום עפערט ווי אזוי צי שרייבען. און אויב יא, זענען זיי גאר א שטארקע מיעוט.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רט @פרידן, און משנה מקום.

איך פארשטיי נישט פארוואס, מען דארף דא אייביג גייען נעגעטיוו. איין עצה וואס איך טראכט יעצט פון איז:

אז @ארענדער, זאל שיקען פאר א יעדע נייע ניק, און די זעלבע פעקעדזש ווי מען באקימט די תקנות, זאל מען אויך באקימען די אלע בעסטע און וויכטיגסטע שפראך און גראמאטיק, אשכולות.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:קודם נאכאמאל א גרויסען ישר כח, פאר אייך הרב @גלעגער, פאר אלעס וואס איר געבט זיך אוועק פאר די פלאץ. און כ׳האף איר וועט נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דא שרייבען..

איז באפאר איך גיי בכלל שטימען. וויל איך קודם כל צי ברענגען א לינק, צי וואס איר @גלעגער, זעלבסט, האט געשריבען בערך און אייערע ״דריטע יאר״ זייענדיג דא אויפן וועלטעל. און אינטערסאנט איז, אז אייערע ארטיקלען, און באשרייבונגען, האט מען די ערשטע צוויי-דריי יאר נישט אריין געווארפען ווי א הינט און פארברענגען... און ווי חז׳ל זאגען שוין, מה דעלך סני, לחברך לא תעביד.

דא האט איר דעם לינק: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0 ... 39#p564771

נאך א זאך. איך האלט נישט אז ס׳איז אמת, אז ס׳איז דא-דא ניקים, וואס קנאקען סתם אפ אן ארטיקעל, אן צי נעמען די מינימום עפערט ווי אזוי צי שרייבען. און אויב יא, זענען זיי גאר א שטארקע מיעוט.

;l;p-
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אין אנדערע ווערטער די וואס קענען ספעלן וואוטען אויף יא און די וואס קענען נישט קליקן אויפן ניין.
בעסער געזאגט: דער וואוט איז אויב רוב אייוועלט קען גוט ספעלן אדער נישט.
זאגט איר אליין דעם וואל אויסגאנג.....
לעצט פארראכטן דורך איסר האטלקי אום זונטאג יולי 31, 2016 1:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

גאלדענע, אין יענע צייט איז נישט געווען אזויפיל איינגעשריבענע ווי היינט, עס זענען נישט ארויפגעקומען יעדן טאג אזויפיל פרישע אשכולות, מען האט געהאט צייט פאר אלעם. היינט אבער איז דא גענוג פון די גוטע פארראכטענע אשכולות אז מען דארף נישט צוקומען צו די נישט גוטע.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איסר האטלקי האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער די וואס קענען ספעלן וואוטען אויף ניין און די וואס קענען נישט קליקן אויפן יא.
בעסער געזאגט: דער וואוט איז אויב רוב אייוועלט קען גוט ספעלן אדער נישט.
זאגט איר אליין דעם וואל אויסגאנג.....

לאו דוקא.

אסאך שרייבער/לייענער זענען סענסיטיוו צו ספעלינג, ס'מאכט זיי מוראדיג נערוועז ווען זיי לייענען אויב ס'איז דא דיקע טעותים.

מיר פערזענליך באדערט עס נישט, (ס'איז דא אפאר 'זייער' שלעכטע ספעלערס וואס מאכן מיר יא נערוועז, אבער זיי זענען א מיעוט ), אויב איינער וויל טוהן א חסד זאל ער יענעם שיקן א אישי און אויפמערקזאם מאכן אויף די טעותים, און אזוי פראדוצירט מען גוטע שרייבער.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נאך א סיבה אז ניין זאל געווינען. די וואס קענען נישט, און אויך די וואס קענען שוין יא נאר עס מאכט זיי נישט אזוי נערוועז...
מיך מאכט עס גוט צודרייט, נאכדערצו ווען עס איז סתם געמאלן וואסער אזוי ווי א באנטש נישט גוטע ספעלערס דא ליידער...
כ'מיין נישט קיינעם פערזענליך חלילה, נאר דער וואס מיינט.... יא, דיר מיינעך טאקע!...
לעצט פארראכטן דורך איסר האטלקי אום זונטאג יולי 31, 2016 1:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך גיי בעטן געלעגער צו עפענען נאך אן אנקעטע אשכול וואו נאר גוטע שרייבערס און ספעלערס קענען וואוטען. די שאלה וועט זיין וואס מען טוט למעשה אויב ניין געווינט?..
לעצט פארראכטן דורך איסר האטלקי אום זונטאג יולי 31, 2016 1:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איין עצה וואס איך טראכט יעצט פון איז:

אז @ארענדער, זאל שיקען פאר א יעדע נייע ניק, און די זעלבע פעקעדזש ווי מען באקימט די תקנות, זאל מען אויך באקימען די אלע בעסטע און וויכטיגסטע שפראך און גראמאטיק, אשכולות.

האסט מיר אויסגעכאפט...
איך האב געוואלט מוסיף זיין אז אויב מעגליך צו מאכן א שיינע קורצע PDF file, און שיקן יעצט צו אלע ניקים, און פון היינט און ווייטער שיקן צו אלע נייע ניקים, וואלט מען מסתמא געזעהן גוטע רעזאלטס.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

געלעגער האט געשריבן:האבן מיר געקלערט אז די אשכולות וואס ווערן געעפענט אן די מינימום עפערט פון פשוט ווערטער און גראמאטיק זאל אריין גיין אין 'פארברענגען' פארום.

וואס האלט איר דערפון?

וואס וועט זיין די אויפטוה.?

אפשר זאל מען אויפמאכן א נייע סובפארום "גרייזיגע אשכולות" .

??????

איך זעה נישט די איידיע בכלל, אויב איינער וויל נישט ליינען א אשכול מוז ער נישט קיינער צווינגט נישט....... וואס איז די דין ודברים דא.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פארוואס נישט האט געשריבן:

א מורא'דיגער געדאנק צו עפענען דעם גרייזיגע אשכולות סובפארום!!!! איך האלט דערפון שטארק.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:קודם נאכאמאל א גרויסען ישר כח, פאר אייך הרב @גלעגער, פאר אלעס וואס איר געבט זיך אוועק פאר די פלאץ. און כ׳האף איר וועט נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דא שרייבען..

איז באפאר איך גיי בכלל שטימען. וויל איך קודם כל צי ברענגען א לינק, צי וואס איר @גלעגער, זעלבסט, האט געשריבען בערך און אייערע ״דריטע יאר״ זייענדיג דא אויפן וועלטעל. און אינטערסאנט איז, אז אייערע ארטיקלען, און באשרייבונגען, האט מען די ערשטע צוויי-דריי יאר נישט אריין געווארפען ווי א הינט און פארברענגען... און ווי חז׳ל זאגען שוין, מה דעלך סני, לחברך לא תעביד.

דא האט איר דעם לינק: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0 ... 39#p564771

נאך א זאך. איך האלט נישט אז ס׳איז אמת, אז ס׳איז דא-דא ניקים, וואס קנאקען סתם אפ אן ארטיקעל, אן צי נעמען די מינימום עפערט ווי אזוי צי שרייבען. און אויב יא, זענען זיי גאר א שטארקע מיעוט.

איך האב נישט קיין אנונג וואס אין מיין לינק דו זעהסט אנדערש וואס איך זאג יעצט. יא, איך האב זיך אמאל שטארק געמוטשעט, געמאכט ריסוירטש אויף יעדע שווערע ווארט פארן שרייבן, געליינט אסאך, גענישטערט, געזוכט צו קענען. היינט שרייבן אידן אן נעמען די מינדעסטע עפערט צו זען אויב דאס וואס זיי שרייבן איז גוט. אידן רעדן זיך באמת אפ אז ס'איז זיי שווער צו ליינען דא.

און נאכאמאל, מ'רעדט נישט פון מעקן. מ'רעדט פון רוקן קיין פארברענגען דארט קען ער זיך פאררעכטן און דערנאך קען מען עס צוריק לייגן אויב וויל יענער.

לאמיך דיך פרעגן גאלדענע פעדער, דו קענסט די מינעמאלע כללים פון שרייבן? שרייבסט שוין גענוג לאנג, ברענגסט היבש אסאך ארויף אלטע אשכולות, די אלע זאכן האבן געהויבן דיין שרייבן לעוול?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

שיינע אשכול אפירגעברענגט, טענקס גאלדענע
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

ענק ווייסן ווען עס מאכט די מערסטע נערוועז?

ווען מען זעהט אז די שרייבער האט נישט געמאכט די מינדערסטע עפפארט אז זיין תגובה זאל זיין ליינבאר.

אזעלכע מיסטעיקס ווי אין/און, די/דו, א.א.וו. מאכט טאקע נערוועז, אבער מען קען פארשטיין אז א נייע שרייבער ווייסט נישט דערפון און ער לערנט זיך צוביסלעך.

אבער וויאזוי קען מען פארענטפערן ווען איינער שרייבט אראפ א לאנגע ארטיקל און מען זעהט קלאר אז ער האט עס אפילו נישט איבערגעליינט פארן דריקן ׳שיק׳? פארוואס קען מען נישט פארעכטן טייפאס? פארוואס נישט מאכן זיכער אז עס איז דא א ספעיס ווי עס באלאנגט א ספעיס? פארוואס קוקט מען נישט איבער צו מאכן זיכער אז א ווארט איז נישט געשריבן דאפעלט?

איך געדענק א שטיק צייט האבן זיך ניקס פארענטפערט ׳אוטאוי קארעקט׳. איז דאס א תריץ? פונקט פארקערט. פון דעם זעה איך אז דו האסט נישט גענומען די מינדערסטע עפפארט פון סתם איבערקוקן א תגובה פאר דו האסט עס ארויסגעשיקט.

און דאס מאכט מיר מער נערוועז ווי ספעללינג מיסטעיקס. ווייל דאס ווייסט אז די שרייבער איז קעירלעסס, און דיסריספעקט די ליינער.

(אגב, וויאזוי ספעלט מען אוטאוי קארעקט?..)
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

עקבי הצאן האט געשריבן:שיינע אשכול אפירגעברענגט, טענקס גאלדענע

יא. איך דארף עס געהעריג דורכלערנען. נישט געוואוסט ווי סאך איך ווייס נישט.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@גלעגער, מיין ענטפער׳ס אין באלד.

געלעגער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:קודם נאכאמאל א גרויסען ישר כח, פאר אייך הרב @גלעגער, פאר אלעס וואס איר געבט זיך אוועק פאר די פלאץ. און כ׳האף איר וועט נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דא שרייבען..

איז באפאר איך גיי בכלל שטימען. וויל איך קודם כל צי ברענגען א לינק, צי וואס איר @גלעגער, זעלבסט, האט געשריבען בערך און אייערע ״דריטע יאר״ זייענדיג דא אויפן וועלטעל. און אינטערסאנט איז, אז אייערע ארטיקלען, און באשרייבונגען, האט מען די ערשטע צוויי-דריי יאר נישט אריין געווארפען ווי א הינט און פארברענגען... און ווי חז׳ל זאגען שוין, מה דעלך סני, לחברך לא תעביד.

דא האט איר דעם לינק: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0 ... 39#p564771

נאך א זאך. איך האלט נישט אז ס׳איז אמת, אז ס׳איז דא-דא ניקים, וואס קנאקען סתם אפ אן ארטיקעל, אן צי נעמען די מינימום עפערט ווי אזוי צי שרייבען. און אויב יא, זענען זיי גאר א שטארקע מיעוט.

איך האב נישט קיין אנונג וואס אין מיין לינק דו זעהסט אנדערש וואס איך זאג יעצט. יא, איך האב זיך אמאל שטארק געמוטשעט, געמאכט ריסוירטש אויף יעדע שווערע ווארט פארן שרייבן, געליינט אסאך, גענישטערט, געזוכט צו קענען. היינט שרייבן אידן אן נעמען די מינדעסטע עפערט צו זען אויב דאס וואס זיי שרייבן איז גוט. אידן רעדן זיך באמת אפ אז ס'איז זיי שווער צו ליינען דא.
אט דאס וואס איך האב אייך צי געברענגט, ווערטער, ווי איר אליינס שרייבט, ארויס קלאר, אז איר האט נישט געקענט שרייבען, און אנפאנג ווען איר זענט אנגעקימען דא אויפן וועלטעל. איז מיין שאלה צי אייך, צי ס׳וואלט אייך געפאלען ווען מען ריקט ווען אריין און פארברענגען, אויך אייערע אשכולות, פון אייערע ערשטע צוויי יאר? כ׳פארשטיי אז נישט.

און נאכאמאל, מ'רעדט נישט פון מעקן. מ'רעדט פון רוקן קיין פארברענגען דארט קען ער זיך פאררעכטן און דערנאך קען מען עס צוריק לייגן אויב וויל יענער.
@גלעגער, ווער נאך ווי אייך, ווייסט אזוי גיט, אז כ׳מעט זעלטען, וואס דא גייט ציריק א קאזע... (געריקט צי פארברענגען, פארשפארט, גונז געווען, וכדו׳, די אלע זאכען בלייבען אזוי.. כ׳מעט אייביג!)

לאמיך דיך פרעגן גאלדענע פעדער, דו קענסט די מינעמאלע כללים פון שרייבן? שרייבסט שוין גענוג לאנג, ברענגסט היבש אסאך ארויף אלטע אשכולות, די אלע זאכן האבן געהויבן דיין שרייבן לעוול?

@גלעגער, אז איר וועט קיקען מיין אשכול איבער מהדרין׳ס מארקעטינג. פאר יאר זימער. וועט איר זעהן ווי שטארק כ׳האב זיך פארבעסערט. כאטש איך פראביר זיך צי לערנען די מערסטע וואס איז מיר שייך.

@גלעגער, פון ווי ווייס איך פון אייערע אשכול, איבער שרייבען און גראמאטיק? ווייל כ׳האב געזיכט ווי איך קען זיך דא לערנען.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב אמאל געהאט א הייסע טענה'ריי דא מיט איינעם וואס איך האב ממש נישט געקענט לעזן זיינע טראנסקריפטן, ווער רעדט נאך פון מגיב זיין דערויף?! איך ווייס נישט צו מ'דארף ממש אריינווארפן אין פארברענגען, אבער אויפוועקן די חברה זיך צו לערנען איז וויכטיג, און דער דאזיגער אשכול טוט דאס עפעקטיוו. ווידער פון די אנדערע זייט איז א רשעות נורא ואיום ווען איינער שרייבט עפעס און ערווארט א גוט ווארט אדער א טענה לעצם הנושא, אים פארצולייגן זיינע ספעללינג. אויב עפעס אין פישי.

און אז מ'רעדט שוין איז וויכטיג צו געדענקען אז ווילאנג ארענדאר מאכט נישט עס זאל זיין פלאץ צווישן פאראגראפן איז זייער וויכטיג צו דרוקן צוויי מאל די ענטער קנעפל פאר יעדע פאראגראף. ווען ס'פעלט די ענטער'ל גיי איך גלייך ווייטער אדער מאך יענעם אויפמערקזאם אין אישי עס צו פאררעכטן.

אזוי שרייבנדיג טראכט איך צו ס'וואלט שייך געווען א "באריכט ספעללינג" קנעפל וואו חברים זאלן קענען באריכטן א תגובה וואס ליינט זיך נישט גוט, דער באריכט זאל אנקומען צום שרייבער וואס וועט קאנטאקטן דעם באריכטער הערן זיינע הערות אויב ער וויל. און פארשטייט זיך אז נאר ווער ס'גרייט צו העלפן דעם שרייבער זאל באריכטן. (און ווער נישט האט נישט קיין רעכט צו האבן טענות לענ"ד). #חלום חלמתי.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

וואס איז דאס "פאברענגן"?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

נאך א זאך וואס איז וויכטיג זיך צו אויסלערנען.

ווען מען מאכט עפעס באלד (bold) מיינט נישט אז יענער וועט עס בעסער פארשטיין.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

בן נון האט געשריבן:נאך א זאך וואס איז וויכטיג זיך צו אויסלערנען.

ווען מען מאכט עפעס באלד (bold) מיינט נישט אז יענער וועט עס בעסער פארשטיין.

גוט געזאגט!! אזוי ווי מיין מאמע פלעגט זאגן: שרייען העכער וועט דיך נישט מאכן גערעכט....
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”