Yang2020 האט געשריבן:די טענה פון פאליטישע מיסברויכן צוליבן לייק גייט אויך די פארקערטע זייט: א לייק קנעפל קען פונקט אזוי ארויסהעלפן צו נידערן די טענער און זיך אויסשמועסן מיט פארשטענדעניש, ווייל דער שרייבער וויל דאך באקומען לייקס אויך פונעם "צד שכנגד", און דאס דארף ער זיך פארדינען.
מבשרי אחזה. איך בין זיכער אז איך וואלט באקומען לייקס אויף מיין יענג פראפאגאנדע פון אסאך נישט-שטיצער, און טאקע אויך פון ידידינו צל עובר אליינס (וואס איז די גאנצע צייט פארבליבן אנטי-יענג).
לעיקר הענין האב איך יעצט נישט קיין צייט און קאפ צו פארברייטערן, מסתמא ווייל עס איז נישט דא קיין לייק קנעפל.
הרב ענדרו, איך עגרי אז איך וואלט געלייקט דיינע יענג תגובות,
אבעריענג איז נישט נאנט אזא דיווייסיוו פיגור ווי טראמפ.
עס איז ביי מיר קלאר, און איך קען דיר עס פראוון אין אישי אין א מינוט, אז יעדע קליינע שארפע פרא טראמפ תגובה/פליק/שטעך/פוינט וואלט באקומען אינסטענטלי מאסן לייקס, און מען קען נישט שרייבן אין אזא ענווייראמענט ווי איינער באקומט פאר א לאנגע קלארע תוכן'דיגע תגובה ווייניגער לייקס ווי א צווייטער פאר א קורצע סארקאזם/שטעך/טיפשות/ספין.
קען זיין אז עס איז פארט יושר, ווייל מען קען זאגן אז סוף כל סוף זענען פרא טראמפ די רוב, און זיי האבן די רעכט אז מען זאל עס זעהן. אבער איך גלייב אז אנטי טראמפ ניקס וועלן גאר שנעל אויפהערן שרייבן דא, און וועלן מוזן אדער שרייבן אין א פארמאכטן פארום א שטייגער ווי עמל, אדער עפענען אן אייגן פלאטפארמע, אדער פשוט לערנען/ארבעטן פלייסיגער.
און איי בעליוו אז רוב (אדער א דיספרעפארשענעל חלק) קאנטענט אויף אייוועלט, פלעגט קומען נישט פון פרא טראמפ ניקס.
@הענדימען איז זעהט אויס א יוד וואס וויל גלייבן אז א גוטע תגובה וואלט געווארן געלייקט, נישט קיין חילוק אויב מען עגריט, אבער ער איז לפענ"ד אן אויסנאם, און עס איז ווישפול דריעמינג אז יעדער וועט אזוי טון.
ממילא איז עניית דעתי אז מען זאל נישט מאכן קיין לייק קנעפל ביז נאך די וואלן, אדער זאל מען מאכן א עקסטערע פארום פאר פאליטיק - וואס מען דארף עניוועי - אזוי ווי @מחשב שלאגט פאר.