"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

ווי אין די לעצטע עטליכע טאג, איז די היינטיגע באריכט פעלערהאפטיג צוליב די חגא און נאכפאלגענדע וויקענד. געוויסע שטאטן האבן בכלל נישט אפדעיטעט די ציפערן, אנדערע האבן בלויז באקומען טיילווייזע אינפארמאציע פון לאקאלע לאבאראטאריעס און איבער פרישע טויטפאלן.

עס וועט נאך נעמען עטליכע טעג ביז די דאטע וועט זיך צוריק סטאביליזירן. קוקט אויס אז האספיטאלאזאציעס ווערן יא אפדעיטעט געהעריג.
אטעטשמענטס
EoB9Z9aUcAIE0W-.jpeg
EoB9Z9aUcAIE0W-.jpeg (206.11 KiB) געזען 1619 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

לפי החשבון גיין אין די נעקסטע טאג צוויי ארויף שיסן די נאמבערס. סיי וועגען עס האבן זיך טאקע פארמערט קעיסעס צוליב די האלידעי, אבער אויך וויבאלד די נאמבערס פון די לעצטע פאר טעג זענען נישט אקוראט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

די פירמע מאדערנא וועט היינט איינגעבן א פארלאנג פאר עמערדזשענסי אוטאריזאציע, אין אמעריקע און אין אייראפע, פאר זייער קאוויד-19 וואקסין.

די פיינעל אנאליז איבער די וואקסין איז געבויט אויף 196 קעיסעס, פון וועלכע 185 זענען געווען אין די גרופע וועלכע האבן ערהאלטן די ליידיגע וואקסין. דרייסיג פון די קעיסעס זענען געווען ערענסט, און איינער איז עווענטועל געשטארבן, אלע פון די ערענסטע קעיסעס זענען אויך געווען אין די גרופע וועלכע האט נישט ערהאלטן די עכטע וואקסין.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך KMW »

passportcvovid.JPG
passportcvovid.JPG (33.18 KiB) געזען 1448 מאל


https://www.yiddish24.com/news/57/29770

בפשטות בשייכות און הכנה צו דאס..

finger.JPG
finger.JPG (60.24 KiB) געזען 1448 מאל


https://apnews.com/press-release/access ... 3d97e9e5b5

https://www.pogowasright.org/fourth-rei ... countries/
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יואל שרייבער »

יש ברירה האט געשריבן:ווי אין די לעצטע עטליכע טאג, איז די היינטיגע באריכט פעלערהאפטיג צוליב די חגא און נאכפאלגענדע וויקענד. געוויסע שטאטן האבן בכלל נישט אפדעיטעט די ציפערן, אנדערע האבן בלויז באקומען טיילווייזע אינפארמאציע פון לאקאלע לאבאראטאריעס און איבער פרישע טויטפאלן.

עס וועט נאך נעמען עטליכע טעג ביז די דאטע וועט זיך צוריק סטאביליזירן. קוקט אויס אז האספיטאלאזאציעס ווערן יא אפדעיטעט געהעריג.


האספיטאליזאציעס זענען דאך נישט דווקא נייע, לכאורה ווען די נאמבערס פון נייע האספיטאליזאציעס ווערן נישט אפדעיטעט, ווערט אויך נישט אפדעיטעט די נאמבער פון מענטשן וואס גייען ארויס פון שפיטאל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

The COVID Tracking Project

Our daily update is published. Our testing, case, and death statistics continue to be affected by the Thanksgiving holiday and weekend. Hospitalizations are less affected by the data slowdown and are at the record-high level of 96,039

...

As we see the data catch up, we are expecting to see much higher numbers over the next week. This is especially true for deaths, where it seems likely we'll see more daily deaths reported than at any time during the pandemic

It's important to remember that these are not deaths from Thanksgiving. They occurred days to weeks ago, but are only now becoming part of the public record
אטעטשמענטס
EoHOYj4VEAEA-gN.jpeg
EoHOYj4VEAEA-gN.jpeg (224.55 KiB) געזען 1333 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

אין די פארגאנגענהייט האט גענומען אומגעפער א וואך ביז די דאטע האט זיך צוריק אויסגעגליכן נאך א חגא.

דא איז פון לעיבער דעי
EoHVo1_VkAAlqR-.jpeg
EoHVo1_VkAAlqR-.jpeg (183.07 KiB) געזען 1283 מאל


לויט דעם חשבון איז צו ערווארטן עטליכע טעג וועלכע וועלן האבן אומגעפער 3K טויטפעלער אינעם באריכט (נישט אז עס וועט זיכער פאסירן, אבער אויב יא וועט דאס שאפן א פרישע רעקארד, אבער פאר יעצט איז עס צוליב וואס די יעצטיגע דאטע איז אונטערשטעליג).
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מצליח »

אין ווייטערדיגע פּאזיטיווע אנטוויקלונגען ארום א פּאטענציעלע וואקסין פאר די קאראנאווירוס, האט די מאדערנא פארמאסיוטיקל קאמפּאני געמאלדן אז זי האט אריינגעגעבן פאר די עף-די-עי א ספּעציעלע אפּליקאציע צו קענען נוצן איר וואקסין פאר עמורדזשענסי פעלער.

מאדערנא האט געהאט געמאלדן בערך צוויי וואכן צוריק אז די וואקסין וואס זי האט אנטוויקלט איז מער ווי 94 פּראצענט אפעקטיוו אין בלאקירן דעם ווירוס פון אינפעקטירן דעם מענטשליכן קערפּער. מאדערנא זאגט אז זי וויל קענען נוצן איר וואקסין עמורדזשענסי, איידער אלגעמיינע באשטעטיגונג.

מיט דער אפּליקאציע איז מאדערנא געווארן די צווייטע פירמע צו בעטן פון די עף-די-עי עמורדזשענסי אויטאריזאציע, נאכדעם וואס די פייזער פארמאסיוטיקל קאמפּאני האט פאריגע ענדע וואך אריינגעגעבן אזא אפּליקאציע. די עף-די-עי זאגט אז זי קוקט איבער ביידע אפּליקאציעס.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

חאמאס פירער, יאחיא סינוואר, דיאגנאזירט מיטן וויירוס - די לעצטע אין א רייע פאלעסטינער פירער/פיגורן צו ווערן אנגעשטעקט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

מיסיס האבערמאן...

From a senior admin official, at today’s WH coronavirus task force meeting the CDC briefed Pence and others that forthcoming guidance will decrease the quarantine time for COVID positive patients from 14 days to 7 days (with a negative test) and 10 days (with no test).1/2
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

ווי ערווארטעט איז די היינטיגע באריכט אריינגעקומען היפש ברוטאל מיט 2,473 פרישע טויטפאלן.

פאזיטיוו ראטע: 13.7%
EoMS2aFXYAEq0oM.jpeg
EoMS2aFXYAEq0oM.jpeg (221.77 KiB) געזען 1037 מאל


די פארגלייך מיט לעיבער דעי, צו זען וואס מען קען ערווארטן
EoMTxGSXEAA6tJA (1).jpeg
EoMTxGSXEAA6tJA (1).jpeg (205.98 KiB) געזען 1031 מאל



עס איז ווידער דא א רעקארד האספיטאלאזאציעס. דא קען מען זען די צאל האספיטאלאזאציעס אין יעדע סטעיט פער מיליאן איינוואוינער.
EoMUMvDW8AQzidx.jpeg
EoMUMvDW8AQzidx.jpeg (107.05 KiB) געזען 1026 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מטעמים »

די גוטע נייעס איז אז די מארטאלעטי רעיט איז ברוך השם א סך נידריגער ווי אין מארטש, עס איז מן הסתם נישט ראונג צו זאגען אז אויף פורים/פסח וועט שוין די גאנצע מעשה זיין אונטער אונז.

דער אויבערשטער זאל ווייטער האלטען די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מצליח »

צפון קאָרעאַ זאָגט אַז זי האָט געשטעלט מער וועכטער באַוואָפנט לענגאויס דעם גרעניץ, און אויך אַנדערע מאָסנאַמען, אַרויסצוהאַלטן מענטשן וואָס ווילן אַריינקומען אומלעגאַל. די רעזשים זאָגט אַז זי ציהלט דערמיט צו בויען א שוץ וואַנט און פאַרטיידיגונג, נישט וועלנדיג אַז די קאָראָנאַ וויירוס מגיפה זאָל זיך נאָכמער אַריינכאַפּן און פאַרשפּרייטן.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מצליח »

עף-די-עי געבט באשטעטיגונג פאר נייע קאראנא-וויירוס אנטי-באדי טעסטס וואס צייגט ווי שטארק דער מענטש איז באשיצט‎ די טעסט איז אַנטוויקלט געוואָרן דורך די "קאנטארא בייא-סייענס" קאָמפּאַני, און זיי זאָגן אַז זייער טעסט קען צייגן פּונקטליך ווי שטאַרק די אַנטי-באַדיס אינעם מענטש זענען, צו וואוסן ווי שטאַרק ער איז באַשיצט. דאָס מאַכט עס שטאַרקער און בעסער פון אַלע ביז יעצטיגע אַנטי-באַדי טעסטס, ווייל עס קען ווייזן פּונקטליך ווי שטאַרק דער מענטש איז באַשיצט, און נישט נאָר וויפיל אַנטי-באַדיס ער פאַרמאָגט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

ברעיקינג

ענגלאַנד ווערט דאס ערשטע לאנד צו אוטאריזירן דאס באנוץ פונעם פייזער/בייאו-נ-טעק וואקסין.

די וואקסינאציע וועט ווערן אריינגעשטעלט אין באנוץ אזוי ווי פרי ווי קומענדיגע וואך.

דעפארטמענט אוו העלט סטעיטמענט
אטעטשמענטס
EoNuV0yXMAE-9H6.jpeg
EoNuV0yXMAE-9H6.jpeg (312.65 KiB) געזען 922 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך moishy56 »

.
New Jersey Houses of Worship Seek Supreme Court Injunction Against Limitations

Two houses of worship in New Jersey are asking the U.S. Supreme Court for an injunction against the state’s restrictions on religious services.

Under pandemic guidelines enacted by Gov. Phil Murphy, the state limits indoor worship services to the lesser of 150 people or 25% of the building’s maximum occupancy (but never fewer than 10 people).

But a lawsuit filed by the Thomas More Society, a public-interest law firm focusing on religious liberties, on behalf of a North Caldwell priest and a Lakewood rabbi, argues that these limits are unconstitutional, since the state permits various secular gatherings, such as at businesses and schools, at either 100% or 50% of occupancy, without numerical limit.

“If social distancing, proper hygiene practices, and other health and safety protocols are sufficient to allow numerous secular gatherings above 25% of capacity, they are good enough for … religious gatherings, too,” the suit says.

https://drive.google.com/file/d/14zZkjq ... 89dBb/view
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פוטין האט היינט פארארדענט די ארטיגע העלט אפישעלס אנצוהייבן וואקסינירן דעם עולם ענדע קומענדיגע וואך.

ווי פוטין האט איבערגעבן האט שוין רוסלאנד ערצייגט צוויי מיליאן דאזעס פון זייער ספוטניק V וואקסין. די וואקסין איז יעצטע אין די דריטע פאזע פון קלינישער טעסטן (איך בין נישט קלאר אויב די טעסט וועט זיין פערטיג קומענדיגע וואך).
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

היינטיגע באריכט

מער פון הונדערט טויזנט מענטשן אין שפיטאל - א פרישע רעקארד.

פאזיטיוו ראטע 13.5%
EoRZkOwVQAIfcBm.jpeg
EoRZkOwVQAIfcBm.jpeg (220.11 KiB) געזען 776 מאל


די היינטיגע טויטצאל איז די צווייט העכסטע זינט די אנהייב פונעם אויסברוך לויט דעם ציילונג (הגם היינט און נעכטן אינאיינעם איז די העכסטע ציפער פאר צוויי טאג)
EoRaFNDU0AAU1zx.jpeg
EoRaFNDU0AAU1zx.jpeg (222.44 KiB) געזען 764 מאל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

פרעזידענט קלינטאן, פרעזידענט בוש, און פרעזידענט אבאמא האבן אלע עקסטער אויסגעדרוקט זייער גרייטקייט צו נעמען די קאראנאוויירוס וואקסין לעבעדיג אויף טעלעוויזיע, צו מוטיגען די באפעלקערונג צו נעמען דעם וואקסין.
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך מצליח »

אקלאהאמא גאווערנער קעווין סטיט האט נעכטן דערקלערט א 'טאג פון דאווענען' אין ליכט פון די פארמערטע צאל וויירוס פעלער אין די סטעיט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

ניו יארק טיימס האט געמאכט א אינטערעסאנטע טול אויסצורעכענען וואו יעדער שטייט אין די ליין צו באקומען א וואקסין

https://www.nytimes.com/interactive/202 ... eline.html
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

קאומא האט היינט געגעבן א לעבעדיגע דעמאנסטראציע וויאזוי די פייזער וואקסינען וועלן אויסקוקן ביים ווערן געשיקט ארום דאס לאנד, און וויאזוי עס וועט ארבעטן.

Screen_Shot_2020-12-03_at_3.35.12_.2e16d0ba.fill-661x496.png
Screen_Shot_2020-12-03_at_3.35.12_.2e16d0ba.fill-661x496.png (411.17 KiB) געזען 547 מאל


די באקס אין וועלכע די וואקסין קומט פארמאגט א דזשי-פי-עס טרעקער און אויך א סענסער מען זאל קענען פונקטליך זעהן אויב די אינהאלט ווערט געהאלטן אין די פארגעשריבענע טעמפעראטור.

image_114.2e16d0ba.fill-634x434.png
image_114.2e16d0ba.fill-634x434.png (357.17 KiB) געזען 547 מאל


ווען מען עפענט די באקס אנטפלעקט זיך א אויסערליכע צודעק פון dry ice, און אינווייניג ליגן פינף טרעיס. אויף יעדע טרעי ליגט 195 באטלעך פון די וואקסין. יעדע באטל איז גענוג פאר פינף דאוזעס. אין אנדערע ווערטער פארמאגט יעדע באקס ארום 4,875 וואקסינאציעס.

image_113.2e16d0ba.fill-634x359.png
image_113.2e16d0ba.fill-634x359.png (170.41 KiB) געזען 547 מאל


ווען די באקס קומט אן צו איר דעסטינאציע דארף מען טוישן די אייז שיכט, און דערנאך ווייטער יעדע פינף טאג ביז די באקס איז ליידיג (אדער מען שטעלט עס אריין אין א ספעציעלע פריזער). די באקס מעג נאר ווערן געעפענט צוויי מאל א טאג, פאר 60-90 סעקונדעס צייט יעדעס מאל.

צו נוצן א באטעלע וואקסין דארף מען דאס ארויסנעמן פון די באקס און לאזן שטיין פאר 30 מינוט. דערנאך דארף מען עס דיילוטען און לאזן שטיין פאר נאך צוויי שעה, און דערנאך האט מען זעקס שעה דורכאויס וועלכע מען קען נוצן די וואקסין.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

יש ברירה האט געשריבן:ניו יארק טיימס האט געמאכט א אינטערעסאנטע טול אויסצורעכענען וואו יעדער שטייט אין די ליין צו באקומען א וואקסין

https://www.nytimes.com/interactive/202 ... eline.html

א מעשה דעס! פארוואס בין איך נאך די ארעסטאנטען?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך אוראייניקל »

ווייל רוב ארעסטאנטן זענען פון יענע קאליר.. נו.. וואס זייער לעבן מאטטערט.

#ראסיזעם אלערט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יש ברירה »

היינטיגע באריכט

פאזיטיוו ראטע 11.6%
EoWrkO8W4AE4ocG.jpeg
EoWrkO8W4AE4ocG.jpeg (215 KiB) געזען 1563 מאל



וויאזוי טויטפאלן לויפן נאך האספיטאלאזאציעס
EoWblRjXUAMU17y.png
EoWblRjXUAMU17y.png (62.66 KiB) געזען 1557 מאל
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”