גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:נתן בן ופסי האט געשריבן:גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:צדיק בן צדיק האט געשריבן:חקירות ודרישות האט געשריבן:ווער זאגט אז מ'טאר נישט גיין קיין מאסק, אפשר איז א חילול השם אז מ'גייט נישט אלע גויים קוקן וואו אידן זענען מזלזל אין געזונטהייט,
א דעת תורה האט מברר געווען אז ממעג נישט גיין, ? אויב די מומחים זאגן אז מ'דארף גיין, פארוואס זאלן חסידישע אידן נישט מחמיר זיין אויף דעם שטארק,
עס וועט ברענגען א קידוש השם אז אידן זענען שטארק מקפיד נישט אנצושטעקן,
וואס איז פשט אז וואו פרומער מ'איז גייט מען דאס נישט ?
(עכ״פ און און די פאראייניגטע שטאטן) און ארץ ישראל וועסטו (כמעט) נישט זעהן מענטשן אהן א מאסק..
ווען מען קומט אריין אין ביהמ"ד אדער שמחה, טוט מען עס אויס
עס איז איפכא מסתברא, נאר פשט אז מען זארגט בעיקר פון די פאליציי
וואס ברענגסטו א ריאה פין א זינגער? רוב רבנים און ראשי ישיבות גייען אין ביהמ''ד אפי' ביים געבן די שעור עכ''פ עפעס א מסך המבדיל איז דא (בין קודש ובין ישראל לעמים..)
די רבנים און ראשי ישיבות איז דא דערויף צוויי טעמים
ערשטנס בדר"כ זענען זיי אריבער די 65 עמו"ש
און צווייטענס אז אויב זיי אליין זענען מזלזל ברענגט עס א הפקירות ביי זייערע נאכפאלגער, ממילא האבן זיי מער אחריות ווי א פשוט'ער מענטש
ביי די ליטוואקעס גראדע איז מען באמת מקפיד, זיי וועלן נישט אויסטוהן די מאסק נאר דארט ווי מען טוט אויס די קאפל.
ווייל עס איז א ''דין'' פון דינא מלכיתא אין איסור חלול השם