אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

שאשא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:גראדע געזען א היפשע פאר ראחמיסטריווקא חסידים גיין מיטן קיטל ראש השנה כנראה אידאס א רוסישע זאך

אין ראחמיסטריווקא גייט מען
סקווירא אויך
נחזור לענינינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:20 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחזור לענינינו »

מחובר לקרקע האט געשריבן:
EijJJZ9XsAEao2c.jpeg
אנגעקמען קיין אומאן

מ'מעג פרעגן וויאזוי.. ?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

נחזור לענינינו האט געשריבן:
מחובר לקרקע האט געשריבן:
EijJJZ9XsAEao2c.jpeg
אנגעקמען קיין אומאן

מ'מעג פרעגן וויאזוי.. ?

מיט א קאר!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
נחזור לענינינו האט געשריבן:
מחובר לקרקע האט געשריבן:
EijJJZ9XsAEao2c.jpeg
אנגעקמען קיין אומאן

מ'מעג פרעגן וויאזוי.. ?

מיט א קאר!

בידיעה ברורה?..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

וויל וועלן האט געשריבן:איך האף אז די וואס האבן צו דערציילן איבער זייער נסיעה היי יאר האבן מער שכל ווי דאס צו באשרייבן דא אויפ'ן וועלטל וואו די גאנצע נסיעה ווערט באטראכט ווי א חוזק, א חילול ה', הויפענעס גארבידזש וכו' וכו'.

ווי אזוי שטייט אין זוהר? "וואויל איז פאר די וואס רעדן צו אויערן וואס הערן", ודי

און איך האף אז זיי גיין יא האבן די שכל דא עס צו באשרייבן. האסט א פראבלעים דערמיט? קענסטעס אויסלאזן.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וואס איז פשט פון די עבודה זרה ? די רבי שיקט די רבי איז מיט מיר
איך זאג נאך מימרות פון יודן וואס זענען מקושר צו ר'נחמן זאגן

ר' שלום ארוש זאגט גאר אז די רבי האט געכאפט א שמועס מיט עים
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

fiena nieas האט געשריבן:וואס איז פשט פון די עבודה זרה ? די רבי שיקט די רבי איז מיט מיר
איך זאג נאך מימרות פון יודן וואס זענען מקושר צו ר'נחמן זאגן

ר' שלום ארוש זאגט גאר אז די רבי האט געכאפט א שמועס מיט עים

לערענען חסדישע ספרים וועסטו פארשטיין... ס'איז זיכער אז ביי חסידים איז אייביג געווען אזא זאך פון זיך מקשר זיין צו א צדיק וואס לעבט שוין נישט און אויב מען פראבירט וואטער צו גיין און זיין וועגען קען מען זיך מקשר און זעהן ישעות נאך מער ווי בחיים פרשטייט זיך אז מ'דארף אויך האבען א לעבדיגע גוטע יוד וואס מען קען זיך אויסשמיסען מיט... בנוגע הרב שלום ארוש שליט''א מסתס האט ער געמיינט אז די רבי האט גערעט מיינט ער די ספר אויב ער האט עס בכלל געזאגט.... בקיצור איך דארף נישט יעדע זאך פאר ענפערען איך סיי ווי נישט א ברסלבע אבער איך זעה דא אז אנשטאט צו קוקען די שיינע זייט פון ברסלב רייסט מען אראפ ווייל ס'שטימט נישט אזוי מיט דיין שיטה (איך מיין נישט דווקע דיך איך מיין נאר די זאך אז יעדע דריטע תגובה דא איז נאך איינער דא אראפ צורייסען ברסלב דאס איז א חוץ די געמעקטע האסט נישט ברסלב עפען נישט אויף די אשכול אדער מאך א נייע אשכול)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
Wireless
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 3:11 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wireless »

fiena nieas האט געשריבן:וואס איז פשט פון די עבודה זרה ? די רבי שיקט די רבי איז מיט מיר
איך זאג נאך מימרות פון יודן וואס זענען מקושר צו ר'נחמן זאגן

ר' שלום ארוש זאגט גאר אז די רבי האט געכאפט א שמועס מיט עים

וואס נאך איז עבודה זרה? איר קענט די זאכן?

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wireless »

וויל וועלן האט געשריבן:איך האף אז די וואס האבן צו דערציילן איבער זייער נסיעה היי יאר האבן מער שכל ווי דאס צו באשרייבן דא אויפ'ן וועלטל וואו די גאנצע נסיעה ווערט באטראכט ווי א חוזק, א חילול ה', הויפענעס גארבידזש וכו' וכו'.

ווי אזוי שטייט אין זוהר? "וואויל איז פאר די וואס רעדן צו אויערן וואס הערן", ודי

?What are you talking about
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: Re:

תגובה דורך וויל וועלן »

Wireless האט געשריבן:

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

ס'איז א שאד צו באשרייבן די נסיעה וואס איז געקומען באגלייט מיט מסירות נפש וגוף פאר אידן וואס האבן נישט קיין אאאאאאאאנונג וואס פליט, פארוואס מ'דארף מסירות נפש פאר די נסיעה קיין אומן וכו', וכו', בפרט לאור די נעגעטיווע ווינט וואס בלאזט דא כלפי די אידן וואס זענען אפגעזיצן אין בעלארוס ביים גרעניץ פאר עטליכע וואכן, די גאנצע זאך וואס מ'נעמט ארויס פון זייער אפזיצן דארט איז א בארג מיסט...

ס'איז ב"ה דא א שפע מיט ברסלב'ע אויסגאבעס און האטליינס וואו מען קען דאס מיטטיילן און די צוהערער און ליינער וועלן זיך מחי' זיין דערמיט.

now you know what im talking about?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובה דורך פאלעסיידס »

וויל וועלן האט געשריבן:

ברעסלאוו איט איז.

@וויל דערשרעק דיך נישט פון די אונטערהאלטערס דא זאלען זיי זיך אונטערהאלטען אויף די בעלערוס גרעניץ זיצערס ביז מארגען,

לאנג לעבען זאלען אלע האטליינס און אויסגאבעס,

וואס איז די פלאן פאר חנוכה?
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

פאלעסיידס האט געשריבן: וואס איז די פלאן פאר חנוכה?

צינדן אכט נעכט די ליכטעלעך כשיטת בית הלל
Wireless
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 3:11 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wireless »

ואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

ס'איז א שאד צו באשרייבן די נסיעה וואס איז געקומען באגלייט מיט מסירות נפש וגוף פאר אידן וואס האבן נישט קיין אאאאאאאאנונג וואס פליט, פארוואס מ'דארף מסירות נפש פאר די נסיעה קיין אומן וכו', וכו', בפרט לאור די נעגעטיווע ווינט וואס בלאזט דא כלפי די אידן וואס זענען אפגעזיצן אין בעלארוס ביים גרעניץ פאר עטליכע וואכן, די גאנצע זאך וואס מ'נעמט ארויס פון זייער אפזיצן דארט איז א בארג מיסט...

ס'איז ב"ה דא א שפע מיט ברסלב'ע אויסגאבעס און האטליינס וואו מען קען דאס מיטטיילן און די צוהערער און ליינער וועלן זיך מחי' זיין דערמיט.

now you know what im talking about?[/quote]
יעדער האט זיין יוניק מיינונג, גיי זיי אים מסביר
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

וויל וועלן האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן: וואס איז די פלאן פאר חנוכה?

צינדן אכט נעכט די ליכטעלעך כשיטת בית הלל

ווייסמער,
אבער איז נישט חנוכה עפעס א ענין צי פארען קיין אומאן פאר ווער סהאט נישט געקענט זיין ר"ה?
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

פאלעסיידס האט געשריבן:

ניין.
שבת חנוכה איז איינע פון די דריי צייטן אין יאר וואס ברסלב'ע חסידים דאווענען אינאיינעם, אבער נישט דוקא אין אומאן.
זיין אין אומאן דארף מען נאר ראש השנה.
וואס יא? די וואס זייער אינגל ווערט זיבן יאר אלט דורך אויס היי יאר און האבן אים געוואלט נעמען פאר די זיבן צום ציון וועלן דארפן פארן אינמיטן יאר...

אוודאי איז פארן אויף אומאן בכלל אן ענין, כאטש זיין דארט איינמאל אין לעבן זאגן תיקון הכלל און זוכה זיין צו די תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט. דאס האט אבער גארנישט צוטון מיט ראש השנה, ראש השנה איז אן ענין אחר, אויף ראש השנה האט דער רבי געזאגט "איש בל יעדר".
לעצט פארראכטן דורך וויל וועלן אום מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וויל וועלן האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן: וואס איז די פלאן פאר חנוכה?

צינדן אכט נעכט די ליכטעלעך כשיטת בית הלל

צוקער זיס
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

וויל וועלן האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן: וואס איז די פלאן פאר חנוכה?

צינדן אכט נעכט די ליכטעלעך כשיטת בית הלל

נישט צו פארדרייען די שמועס דא איבער ראש השנה אין אומאן וואס איך בין זייער מחשיב, אבער סווערט געברענג אז ווען משיח וועט קומען וועט מען פסקנען ווי די בית שמאי סאו איך האף צו צינדן אכט נעכט די ליכטעלעך כשיטת בית שמאי.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

וויל וועלן האט געשריבן:
Wireless האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:איך האף אז די וואס האבן צו דערציילן איבער זייער נסיעה היי יאר האבן מער שכל ווי דאס צו באשרייבן דא אויפ'ן וועלטל וואו די גאנצע נסיעה ווערט באטראכט ווי א חוזק, א חילול ה', הויפענעס גארבידזש וכו' וכו'.

ווי אזוי שטייט אין זוהר? "וואויל איז פאר די וואס רעדן צו אויערן וואס הערן", ודי

?What are you talking about

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

ס'איז א שאד צו באשרייבן די נסיעה וואס איז געקומען באגלייט מיט מסירות נפש וגוף פאר אידן וואס האבן נישט קיין אאאאאאאאנונג וואס פליט, פארוואס מ'דארף מסירות נפש פאר די נסיעה קיין אומן וכו', וכו', בפרט לאור די נעגעטיווע ווינט וואס בלאזט דא כלפי די אידן וואס זענען אפגעזיצן אין בעלארוס ביים גרעניץ פאר עטליכע וואכן, די גאנצע זאך וואס מ'נעמט ארויס פון זייער אפזיצן דארט איז א בארג מיסט...

ס'איז ב"ה דא א שפע מיט ברסלב'ע אויסגאבעס און האטליינס וואו מען קען דאס מיטטיילן און די צוהערער און ליינער וועלן זיך מחי' זיין דערמיט.

now you know what im talking about?

עס זענען דא געוויסע קולטן וואס זייער גאנצע צוזאמהאלטונג איז דורכדעם וואס מען שטעלט אויף א פאפירענעם 'שונא' וועלכער וויל אונז פארניכטן, און 'מיר וועלן זיך נישט לאזן'.
געוויסע פראקציעס אין ברסלב לעבן קענטיג מיט אזעלכע אנשויאונגען.
ליהוי ידוע אז דא אויף אייוועלט איז נישט דא קיינער וואס וויל אייך עפעס טון אדער אראפרייסן, אדרבה, איר קענט זען ווי יעדער פארשטייט אייער מסירת-נפש'דיגע געפארעכץ, און דער עולם צייגט כסדר ארויס מיטלייד און נייגער אויף אייער שיקזאל.
עס איז א פאטש אין אונזער פנים צו פארלאנגען פון די רייזנדע דירעקט נישט אפצוגעבן א באריכט פאר די אייוועלט אידן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם אנגעצויגנקייט במשך די לעצטע פאר וואכן דערוועגן. (דעם הכרזה ווייסט איר זייער גוט וואו און וויאזוי צו מאכן - אלזא ביטע דעם באשרייבונג לאזט אויך איבער פאר אונזערע אויגן צו ליינען).

אגב, דער ווערטל פונעם מושב אין מצרים וואלט איך אויך געשריבן, עס איז נישט מער ווי א ווערטל און קיינער מיינט נישט דערמיט צו אראפרייסן אדער אוועקמאכן. נעמט אוועק די שווארצע ברילן און נעגאטיוויטעט.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

Wireless האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:וואס איז פשט פון די עבודה זרה ? די רבי שיקט די רבי איז מיט מיר
איך זאג נאך מימרות פון יודן וואס זענען מקושר צו ר'נחמן זאגן

ר' שלום ארוש זאגט גאר אז די רבי האט געכאפט א שמועס מיט עים

וואס נאך איז עבודה זרה? איר קענט די זאכן?

ניין אדרבא זיי מסביר פאר מיר סאנדט ווי זאגן אויף א מענטש וואס לעבט נישט ער האט געשיקט די רבי איז געווען ניט מיר דער רבי האט מיר געזאגט , עבודה זרה
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

fiena nieas האט געשריבן:

זעט נישט אויס האסט דורך געלערנט הלכות עבודה זרה, נישט יעדע זאך וואס דו ביסט נישט אויפגעוואקסן דערמיט און פיט נישט אין דיין מח איז עבודה זרה
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

לכאורה האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
Wireless האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:איך האף אז די וואס האבן צו דערציילן איבער זייער נסיעה היי יאר האבן מער שכל ווי דאס צו באשרייבן דא אויפ'ן וועלטל וואו די גאנצע נסיעה ווערט באטראכט ווי א חוזק, א חילול ה', הויפענעס גארבידזש וכו' וכו'.

ווי אזוי שטייט אין זוהר? "וואויל איז פאר די וואס רעדן צו אויערן וואס הערן", ודי

?What are you talking about

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

ס'איז א שאד צו באשרייבן די נסיעה וואס איז געקומען באגלייט מיט מסירות נפש וגוף פאר אידן וואס האבן נישט קיין אאאאאאאאנונג וואס פליט, פארוואס מ'דארף מסירות נפש פאר די נסיעה קיין אומן וכו', וכו', בפרט לאור די נעגעטיווע ווינט וואס בלאזט דא כלפי די אידן וואס זענען אפגעזיצן אין בעלארוס ביים גרעניץ פאר עטליכע וואכן, די גאנצע זאך וואס מ'נעמט ארויס פון זייער אפזיצן דארט איז א בארג מיסט...

ס'איז ב"ה דא א שפע מיט ברסלב'ע אויסגאבעס און האטליינס וואו מען קען דאס מיטטיילן און די צוהערער און ליינער וועלן זיך מחי' זיין דערמיט.

now you know what im talking about?

עס זענען דא געוויסע קולטן וואס זייער גאנצע צוזאמהאלטונג איז דורכדעם וואס מען שטעלט אויף א פאפירענעם 'שונא' וועלכער וויל אונז פארניכטן, און 'מיר וועלן זיך נישט לאזן'.
געוויסע פראקציעס אין ברסלב לעבן קענטיג מיט אזעלכע אנשויאונגען.
ליהוי ידוע אז דא אויף אייוועלט איז נישט דא קיינער וואס וויל אייך עפעס טון אדער אראפרייסן, אדרבה, איר קענט זען ווי יעדער פארשטייט אייער מסירת-נפש'דיגע געפארעכץ, און דער עולם צייגט כסדר ארויס מיטלייד און נייגער אויף אייער שיקזאל.
עס איז א פאטש אין אונזער פנים צו פארלאנגען פון די רייזנדע דירעקט נישט אפצוגעבן א באריכט פאר די אייוועלט אידן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם אנגעצויגנקייט במשך די לעצטע פאר וואכן דערוועגן. (דעם הכרזה ווייסט איר זייער גוט וואו און וויאזוי צו מאכן - אלזא ביטע דעם באשרייבונג לאזט אויך איבער פאר אונזערע אויגן צו ליינען).

אגב, דער ווערטל פונעם מושב אין מצרים וואלט איך אויך געשריבן, עס איז נישט מער ווי א ווערטל און קיינער מיינט נישט דערמיט צו אראפרייסן אדער אוועקמאכן. נעמט אוועק די שווארצע ברילן און נעגאטיוויטעט.

זייער ריכטיג געשריבן און איך געב דיר טיילווייז גערעכט, הגם וואס מיט דעם פאפירענעם שונא כאראקטער בין איך מחולק, אי"ה ווען איך וועל האבן די געלעגנהייט וויל איך פאוסטן א באריכט פון א נסיעה (מיין נסיעה וועל איך פארשטייט זיך נישט מגלה זיין, אלס גילוי).
אוועטאר
KOLAK
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 6:19 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KOLAK »

אבער דעם האב הורוויץ'ס נסיעה / תפיסה קען איינער אהערברענגען?
גמח"ט ושנת גאולה וישועה
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

לכאורה דארפן די רייזנדע נאך אביסל צייט צו קומען צו זיך און זיך קענען צאמנעמען אראפצושרייבן אזא נסיעה
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

KOLAK האט געשריבן:אבער דעם האב הורוויץ'ס נסיעה / תפיסה קען איינער אהערברענגען?
גמח"ט ושנת גאולה וישועה

די הרב הורוויטץ'ס נסיעה דארף ווען טאקע זיין זייער אינטערעסאנט, עס וועט זיכער זיין "פאר די בוקס" ווי מזאגט דא ביינונז און בית שמש,

אגב זאגט מיר איינער אז די הרב הורוויטץ (אב"ד ספינקע ברעסלעוו מונקאטש) איז געווען אלטס בחור זייער נאנט מיט די באקאנטע בעל מסירות נפש הרב ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל וועלכעס איז געקומען פון אוקריינע (קארפאטען רוס) און זיך געדרייט אסאך ביינעם,
וואס די ר' יעקב חיים איז א באשרייבונג פאר זיך וואס עס מיינט צי זיין אן איד און איז א געוואלדיג שטיק היסטאריע,

הכלל דער יעקב חיים איז געווען א גרויסע עסקן און די שטאט מונקאטש אדער יענע געגענט (מעגליך חוסט)
און אסאך געטון פאר אידען אין די מונקאטשע תפיסה..
(אדרבה אויב איינער ווייסט קלאר צי ר' יעקב חיים איז טאקע געווען און מונקאטש וואלט געווען זייער אינטערעסאנט)
בקיצור אויב סאיז אמת האט הרב הורוויטץ אפשר געוויסט פון עפעס וואס ברויך מתוקן ווערען דארטען אין די תפיסה, אפשר עפעס א נאטשאלניק אן אויפזעהער דארטען וואס מהאט געברויכט א טובה טון אין צירוק צאלען אפשר האט ער געברויכט דאווענען מיט מנין ?

ומי יבוא בסוד קדושים

אבער וואס איז זיכער איז אז דער ר' יעקב חיים ז"ל האט געראטוועט צענדליגע אידען פון הונגער ווען ער האט געהאט אריינגעשווערצט אביסעלע עסען קיין אוקריינע פאר אויסגעהונגערטע אידען וואס וואלטען ממש נישט געהאט וואס אין מויל צי נעמען ווען נישט ר' יעקב חיים זארגט זיך פאר זיי, ווי אויך האט ער ממש געראטעוועט אידען ווען ער האט ארויסגעשווערצט אידען ממות לחיים דורך די גרעניץ ביי מונקאטש צי ביי טשענגער, אפשר האט הרב הורוויטץ געקאנט אין געהאט עפעס א ידועה פון יענע גרעניץ, הו קנאוס

אין וועלכע געגנט אין בית שמש קען מען אזא גוטן ענגליש?

פון ר' יעקב חיים איז דאך דא א גאנצע ביכל וואו ער האט באשריבן זיינע איבערלעבענישן... אגב, ער שרייבט אויך אביסל היסטאריע איבערן רבינ'ס ציון אין אומאן דורכאויס די צווייטע מלחמה און די תקופה נאכדעם.

האמיר שוין נאך א שילוב פון ברסלב ספינקא בית שמש מונקאטש (ריבניץ) וואלאווע בעלארוס לבוב אומן
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”