ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 10: א נאכט פון קאשמארן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 10: א נאכט פון קאשמארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

בילד


איך האב מיר לאנג גע'יושב'ט, זייער לאנג, אויב איך זאל דא לכבוד דעם פארמעסט שרייבן מיין אמת'ע שרעקליכע געשיכטע וואס איך האב מיטגעלעבט, אדער קען עס ח"ו ברענגען אז מיין ריכטיגער אידיטענעט זאל נתגלה ווערן, און דאן איז פאלג מיר א גאנג.

למעשה האב איך באשלאסן יא צו שרייבן, היות איך האב מער ווייניגער געהאלטן די שוידערליכע געשיכטע בסוד, און אפילו פאר הרב דרעזנער פון קול מבשר - וואס גיי ווייס פון וואו ער איז געוואר געווארן מיין נומער צו נאכלויפן פאר אן אינטערוויו - האב איך געוויזן מיין רוקן.

דאס איז געווען ממש א קורצע צייט נאך דער טראגישער פארכאפונג און מארד פון הרה"ח ר' מנחם שטארק הי"ד, מען האט נאך גערעדט און געציטערט, און דאן האט דאס פאסירט, צו מיין גרויס אנגסט, שאק און שרעק.

איך בין צוריקגעקומען פון מיין שוואגער'ס בר מצוה אין מאנסי, און די קינדער זענען ארויפגעגאנגען אהיים שלאפן, ווען איך זאג פאר מיין ב"ב אז זי קען זיך שוין אויך לייגן, איך האב נאך אפאר זאכן צו ערלעדיגן אין קאר. זי האט געוואלט איך זאל לייגן שלאפן די קינדער, בין איך ארויף און זיי געלייגט שלאפן, דערנאך האב איך געליינט דער שטערן אויפן בעט, און דאן צוריק אראפ אונטן אין קאר, וואו איך האב געשיקט אפאר אימעיל'ס און נאכגעקוקט מיין קרעדיט אין באנק.

אינמיטן הער איך א ווילדער געלעכטער ארום מיר. איך שטיי און שטוין צו זיך אליין, עס איז שפעט ביינאכט, ווער מאכט דא אזעלכע קולות?! דאן האט א יאוגארט געלאנדעט גראד אויף די פענסטער פון מיין קאר! איך בין געווארן אויפגעברויזט ביז גאר, און געוואלט ארויסקומען צו די חברה טיילן קלינגעדיגע פעטש, אבער עפעס האט מיר צוריקגעהאלטן דערפון.

איך האב נישט געדארפט גיין צו קיינעם, דריי שווארצע שרעק ווארפענדע בריונים זענען געקומען גראד צום ריכטונג פון מיין קאר, מיט דראענדע געזוכטער און ביילענדע פויסטן. א בלאסקייט האט מיר באדעקט, די הענט האבן מיר געציטערט און איך האב געשפירט ווי מיינע האר פון קאפ שטייען נישט אויף זייער געווענליכע פלאץ. אזא שרעק!

איך האב א מינוט געקלאצט אויף זיי פון גרויס שאק, און דאן האב איך געמורמלט שוואכערהייט "אלקא דמאיר ענינו, 25 דאלער פאר ר' מאיר בעל הנס", דערנאך אראפגעדרוקט דער גאז פעדאל און אנגעהויבן צו פארן שנעל וואס ווייטער.

זיי זענען אריינגעשפרינגען אין א זייטיגע פיק–אפ טרעקל און מיר נאכגעפארן, איך בין אנגעקומען צום ענדע פונעם גאס, און עס איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן. א גארביטש טראק פארט צום ברייט פון דעם שאסיי, און מיין וועג ווייטער איז פארשפארט. איך נעם זיך פון גרויס נערוועזקייט צו פייפן מיט די גרעסטע כח, טראכטנדיג אז אזוי וועלן כאטש די פארשוינען אנטלויפן וויבאלד די פייםערייען ציעט די אויפמערקזאמקייט פונעם מיסט זאמלער, אבער דער גארביטש טראק דרייווער ווייזט מיר מיט א שמייכל פון אויער צו אויער דעם עי-וואן סימבאל, און זיינע אויגן שפריצן פונקען פייער.

הייסט אז ער איז דא ספעציעל ארויסגעוואקסן דא לכבודי? רבונו של עולם, וואס טו איך דא ווייטער?! אנטלויפן צופיס? עס איז אינמיטן די נאכט, ווער וועט מיר דא אפהיטן?

אבער איך האב גראד געזען אז קיין צווייטער אויסוואל איז סייווי נישט פארהאנען. איך האב מיר אריבערגעשלעפט צו די אונטערשטע זיץ, און פון דארט פרובירט זיך ארויסצושלייכן אומבאמערקטערהייט. שטיל האב איך מיר אראפגעלייגט און געקראכן אויף אלע פיר, ווען איך בין זיכער אז קיינער זעט מיר נישט, האב איך מיר ארויסגערוקט פון די אונטערשטע טיר.

וואס איך האב נאר נישט אינאכט גענומען איז געווען, אז הארט נעבן מיר איז געווען א גרויסער גאסן לאמפ, און דאס האט געווארפן א ריזיגער שאטן פון מיר אויפן טראטואר... די חברה האבן דאס אויפגעכאפט, און מיט ווילדע געשרייען מיר אנגעהויבן נאכצויאגן. איך האב מיר גענומען לויפן מיט די שנעלסטע און גרעסטע כוחות וואס איך האב, די אנדערלעין האט מיר געטריבן און מיין בלוט איז געלאפן מיט איר שנעלסטן גאנג אין מיינע אדערן.

איך געדענק באמת נישט וען איך בין אזוי שנעל און ווילד געלאפן. לויפנדיג האב איך אויפגעהויבן מיסט זעקלעך און געווארפן אויף אונטן, ביז איך האב געשפירט אז דאס איז עס. מיין אטעם איז געווארן קורצער און שווערער, קוים וואס איך האב נאך געזען עפעס פאר די אויגן, און איך בין געווען שרעקליך אויסגעמוטשעט אזש איך האב ממש געזען שטערנ'ס.

און דאן האט עס פאסירט. אזוי לויפנדיג פארסעפעט אריין אין א געסל, האט זיך מיין ציצית פארטשעפעט אין א צוגעבינדענעם ביציקל וואס איז זיך רואיג געלעגן אין א זייט, און איך האב געגעבן א טראסקע אראפ אויפן ערד מיט קראפט.

נאך איידער איך האב עספיעט זיך אויפצושטעלן, האבן צוויי בריונים אנגעהויבן אריינצוקלאפן אין מיר מיט גרויס אכזריות און רשעות, איינער פון זיי – ווארשיינליך דער דיקערער פון זיי אלע – האט זיך געגעבן א זעץ ארויף אויף מיר, און איך האב געשפירט אז מיינע לונגען ווערן פשוט צודריקט און דערשטיקט פון זיין געוויכט.

מענטשן פרעגן אסאך מאל: וואס האסטו דעמאלט געטראכט בשעת מעשה? וואס איז געלאפן אין דיינע מח צעלן, וועלכע מחשבות קומען ארויף אין אזא פאל? דער אמת איז, אז איך האב ניטאמאל געהאט כח צו טראכטן. פשוט און גראד, מיינע מחשבות האבן זיך אפגעשטעלט, איך האב נישט געטראכט.

אויב איך וואלט געהאט מיין קאפ אויפן פלאץ, וואלט איך מסתמא געקלערט 'ווער זענען זיי? וואס ווילן זיי פון מיר?' וכדומה, אבער לאמיתו של דבר האב איך גארנישט געהאט קיין השגה ווער זיי זענען און וואספארא בייזער רוח האט זיי אהערגעבלאזן.

עס האט גענומען א האלבע מינוט ביז איך האב באשלאסן אז יהיה מה שיהיה, קודם זאלן זיי באקומען זייער פארדינטן, נאכדעם וועט מען זען וואס ווייטער. איך האב מיר פשטו גענומען טיילן שלעק מיט די גרעסטע מאס כעס וואס איך האב פארמאגט אין מיר, איך האב מיט מיינע צוויי פיס געשטויסן אריין אין זייערע קעפ, און מיט די הענט געציפט און דערלאנגט פויסטן רעכטס און לינקס.

מיט דעם אלעם זענען זיי געווען מער פון מיר אין צאל, און ביז אפאר מינוט האבן זיי מיר געהאט אונטער זייער קאנטראל, א שוואכער, צוקלאפטער און דערמאליזירטער. דאן האבן זיי מיר אנגעהויבן צו שלעפן מיט געוואלד, ווען איינער שטופט אריין זיין שמוציגן הענט אין מיין מויל, וועלנדיג דערשטיקן מיינע געוואלדעס.

איך האב אים פרובירט צו בייסן מיט כח, און ער האט מיר פאר דעם געגעבן אזא שטארקן זעץ אין קאפ, אזש מיינע ציינער זענען כמעט ארויס פון פלאץ. אזוי האבן זיי מיר אויפגעהויבן, כדי צו דערשטיקן יעדן פראוו פון אנטלויפן האבן זיי מיר אראפגעריסן מיינע שיך און זאקן, און אריינגעשליידערט אין זייער פיק–אפ טרעקל, פארנדיג מיט אויסגעלאשענע לעקטער פארזיכטיג אויפן ראוד.

מיינע מחשבות האבן זיך אביסעלע אנגעהויבן אויסצוקלארן, די שטויב האט זיך אנגעהויבן זעצן אויף איר פלאץ, און איך האב אנגעהויבן צו רעאליזירן דעם מצב וואו איך שטיי יעצט. ע"פ דרך הטבע וועט ביז צופרי קיינער נישט וויסן אז איך בין נישט צום געפינען, מיין ווייב און קינדער שלאפן שוין, און עס זעט נישט אויס אז איינער דארף מיר קאנטאקטן ביז צופרי, ווען אך לערן מיט מיין טעגליכע חברותא אום 7:00 אינדערפרי.

אוי, מיט אים וועל איך נישט לערנען מארגן ווייל איך האב היינט געהאט א בר מצווה! דאס מיינט אז פאר 11:00 אזייגער ווען איך דארף זיין אין דער ארבעט, וועט מיר קיינער ניטאמאל זוכן!!!

טאטע אין הימל, אין לי על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. פאר מיינע אויגן איז ארויפגעשווימען דעם בילד פון ר' מנחם שטארק הי"ד, און איך האב א טרייסל געגעבן. הערשט נעכטן האב איך געקרעכצט ליינענדיג די נייעס, און וויאזוי קוק איך היינט אויס?!

דאן האבן זיי געטון עפעס וואס האט מיר געקאסט א באהאלטענע שמייכל. זיי האבן פארבינדן מיינע אויגן מיט א שאל, און אעך טראכט צו זיך מיט ביטערע הומאר 'ליינען זיי אויך יאיר וויינשטאק'ס ביכער? וואו איז זיי איינגעפאלן דעם געדאנק?'... זיי זענען געפארן און געלאכט, יעדע פאר מינוט האב איך געשפירט א שטארקן וויטאגליכן זעץ וואס האט כמעט צוטיילט מיינע ביינער פון איר אריגינעלער פאזיציע, און איך האב נישט געוויסט צו דאס איז דער זעלבער באנדיט אדער זיי טוישן שיפט'ס...

פלוצלינג איז דער געלעכטער שטיל געווארן נאכדעם וואס דער טעלעפאון האט זיך צוקלינגען. עפעס אומקלארע קלאנגען האבן דיך ארויסגעהערט פון די צווייטע זייט טרייבל, עס איז מיר געווען זייער קענטליך און אויסטערליש היימיש.

"יעס מיי באס, דע מען איז אין גוטע הענט, דאנט ווארי ער וועט נישט ווילדעווען, מיר האבן אים דא צוגענומען די אפעטיט פון פרובירן א רעוואלט!" ענטפערט איינער פון זיי, ווארשיינליך דער שטילסטער.

אפס, ער? דער באנדיט שטייט אונטער דעם? ער האט מיר פארכאפט?! אזא חוצפה! דאס קען ממש נישט זיין!!! געוואלד טאטע, העלף מיר!

נאכן ארומפארן א שיינע שטיק צייט, האבן מיר די חברה אנגעכאפט און אנגעהויבן שלעפן מיט גרויס ברוטאליטעט, ציפנדיג מיט זייערע ווילד באוואקסענע נעגל מיין פלייש פון די הענט און פיס. "בי קווייעט" האבן זיי אויסדרוקליך באפוילן. איך האב נישט געקלערט אז איך האב אפילו א שאנס זיך קעגנצושטעלן מיט פארבינדענע אויגן און בורוועסע פיס, און זיך געלאזט פירן ווי א שעפסל צום שחיטה.

זיי האבן מיר ארויפגעטראגן שטיגן און דערנאך צוריק אראפגעטראגן, איך האב מיר פארשטייט זיך געשטרויכלט א גאנצע צייט, און זיי האבן מיר געשטויסן און געהאמערט אנע רחמנות נישט ארויסרעדנדיג קיין פיפס. עס איז געווען חושך מצרים מיט דעם שאל אויף די אויגן, כאטש האב איך לענסאס און נישט גלעזער, ממש השגחה פרטיות.

ערשט נאכן קלעטערן שטיגן ארויף אראף פאר ארום צען מינוט (מעגליך מער, מעגליך ווייניגער, איך שאץ בערך) האבן זיי מיר אריינגעשטופט אין א עליוועיטאר, אזוי אז איך האב שוין באמת נישט געקענט האלטן חשבון צו איך בין אויבן, אונטן אדער אינמיטן.

דאן האבן זיי מיר ארויפגעשטופט אויף א בעט, און פארשפארט די טיר אונטער זיך. איך האב תיכף אראפגעפליקט דעם שאל פון מיינע אויגן, עס איז געווען האלב באלאכטן, און איך האב מיר דערזען אין א צימער מיט בילדער און איבערגעקערטע פייל'ס פון דאקומענטן וואס האבן זיך געוואלגערט אויף אלע זייטן.

דאס איז בלי ספק געווען מיין גוי'אישער שותף סעם, וואס סטראשעט מיר שוין לאנג אז אלע אידן זענען גנבים, און ער וועט מיר מסדר זיין אויב געב איך אים נישט 85% פון אונזערע פארדינסטן. איך האב געשפירט די גערוך און געזען קלאר זיינע אפדרוקן.

און דאן, האט ער געעפנט דעם טיר און געבליקט צו מיר מיט א פנים מלא רציחה, איך האב געזען אויף אים אז עס איז ווייט פון א ווערטל. עס איז מיר געווארן הייס און קאלט, איך האב מיר געוואלט נעמען שרייען אבער זיינע בלוט – פארלאפענע אויגן האבן מיר צוריקגעהאלטן פון דאס צו טון. "העלאו מיי פרענד" זאגט ער מיר שארף און טרוקן. "געב אהער דיין סעלפאון ביטע".

עס האט מיר אויפגעבליצט א געדאנק. "סעם, איך געב דיר עס גערן, אבער די פאליציי איז שוין אינפארמירט, זיי זענען אויפן וועג אהער. פאר דיין טובה לאז מיר ארויס פון דא, און איך וועל נייטראליזירן דעם סעלפאון"... איך האב תיכף נאכן עס זאגן חרטה געהאט פון טיפן הארצן. מי שלא ראה וויאזוי ער האט מיר אנגעקוקט, האט נאך אין זיין לעבן נישט געזען קיין שרעק ווארפענדער פארשוין.

"די דזשאוקס זענען אריבער מיין ליבער פריינד" זידט ער ארויס פון צווישן זיינע ציינער. "אצינד ביסטו פארטיג, דו וועסט מער נישט קענען רעדן און נישט הערן, דיין סעלפאון קען איך אליין נייטראליזירן, און מער וועל איך ביי דיר שוין נישט בעטן מיינע פראצענטן!" און זאגנדיג דאס האט ער מיר אראפגעריסן דעם העמעד מיט מיין סעלפאון אין טאש, און איז געלאפן ברענגען אין קאך צו ברענגען די שוין פון פאראויס צוגעגרייטע מעסער. איך האב פשוט געפילט ווי איך שטארב. "רבונו של עולם, צור כל העולמים, אשמנו, בגדנו, גזלנו..." האב איך שטיל געזאגט וועו הייסע טרערן פליסן פריי אראפ אויף מיינע פארפלאמטע באקן.

"באשעפער, זאל מיין מסירות נפש זיין א כפרה פאר כלל ישראל, לייז אויס די אלע אידישע קינדער פון זייערע צרות, הרני מוסר נפשי על קדושת שמו יתברך!" איך האב געוויינט און געכליפעט מיט די גרעסטע כח, געטראכט פון מיין אומשולדיגע משפחה און גוטע חברים, וועלן זיי דאס אויסהאלטן? קומט זיך זיי דאס? אוי טאטע, עס רייסט דאס הארץ!

ער איז אריין אין צימער מיטן מעסער און מיר אריינגעקוקט אין די אויגן, און מיט פאמעליכע טריט זיך דערנענטערט צו מיר. איך האב אין מיין לעבן נישט געוויסט אז א הארץ קען אזוי שטארק קלאפן ווי עס האט געקלאפט יענע מינוט. מיינע אויגן זענען געווען פארמאכט, און איך האב געטראכט פון די צעטיל קטן אז א מענטש דארף טראכטן ווי ער ווארפט זיך אריין אין א קאלעך אויווען למען קדושת שמו יתברך.

און דאן איז עפעס געשען, דער סעם איז געווארן בלאס ווי דער וואנט, און אראפגעשליידערט דעם מעסער מיט גרויס שרעק. עס האט זיך געהערט סירענעס!!! א ליכטיגקייט און א שטראל, עס איז דא א וועג ארויס, יישר כח הייליגער באשעפער!!! איך עפן מיינע פארטרערטע געשוואלענע רויטע אויגן א שווייס באגאסענער, עס איז טונקל, קאלט, דער שותף איז אנטלאפן, און די קולות זענען ווארשיינליך...

מיין וועקער זייגער!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ברברבר..... אוי האסטו מיר דערשראקן... האסט מיר ממש מיט גענומען אינעם חלום אריין, נעקסט טיים וואטש וואס דו טוסט.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

האלא קום אהער דו דארט, דעם גאנצן אטעם האסטו מיר פארכאפט... אלע חושים האסטו מיר פארפרוירען... איך האב שוין אמת'דיג געהאלטען ביים פארלאזן א טרער...

דראמע אויפ'ן העכסטען פארנעם.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

WOW

א גלאז שפאנונג..

צוויי פונט דראמאטיע...

נאך מיט א פינטש הומאר אין די זייט...

מאסיוו!!
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

מה פתאום???????

א דאנק פאר דיי מאסיווער ארבעט פון אהערשטעלן און סערווירן דעם ציבור אויף א גאלדענע טאץ, מעכטיג איינס בעסער פון צווייטן!.....

שרייבער, דו רייסט שטיקער..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואו ווי.............

איז דאס געווען א גוטס..............

האסט מיר די נשמה ארויס גענומען...........

גוט געשריבן!!!!

אבער האסט נישט צוגענדיגט די מעשה, האסט געדירקט נאכדעם סנוז אדער אינגאנצן פארלאשן?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער שרייבער טרייבט קאטאוועס.
אוי האט ער מיר צונאר געלייגט...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

אוי איז דאס פיין געווען, ווען כ'האב אנגעהייבן ליינען דעם מעשה האב איך געמיינט ער רעדט טאקע פון ר' מנחם שטארק...
זאג נאר, ווי א גוטע בעט דארף מען האבן צו קענען חלומען אזעלעכע גוטע חלומות?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געגלייבט ביז כמעט די סוף! מאסיווער דשאב!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עטליכע מאל אינמיטן שוין כמעט באמת געגלייבט אז דאס איז א פארלאפענע געשיכטע. זייער גוט אראפגעשריבן.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

ססססססססססס'מוראדיג!!!!!!!!!!!
איך מיין אז איך גיי נישט קענען שלאפן ביינאכט...
זיכער נישט חלומען....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

מה פתאום??? האט געשריבן:געגלייבט ביז כמעט די סוף! מאסיווער דשאב!
לכאורה האט געשריבן:עטליכע מאל אינמיטן שוין כמעט באמת געגלייבט אז דאס איז א פארלאפענע געשיכטע. זייער גוט אראפגעשריבן.

איין קשיא געהאט פון אנפאנג אן ער זיצט אין א קאר און ער האט זיין פוין אין די הענד ווי לאנג נעמט צו דיילען 911 ???
שוין אין חלום בלי דברים בטלים...
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

wow

דער שרייבער איז מורא'דיג....
פון ווי האט ער געוויסט וואס איך האב געחלומ'ט די נאכט....
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איין פראבלעם נאר; אז ער זיצט אין קאר איז די סירענע געווען א פאון קאול פון זיין ווייב, נישט זיין וועקער זייגער
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

אויסגעשאסן... אבי, אפגעקומען מיט שרעק...
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

געוואלדיגגגג!!!
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

וואס האסטו געטוהן מיר? סתם געמאכט צו נער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW אמתדיג א שרעקעדיגע מעשה
הערליך ! און שפאנענד !!!
(ביי אונז פלעגט מען נאר זאגען אז ווען מ'זאגט אן ערליכע קרי"ש חלומענט מען זיך נישט קיין שרעקעדיגע מעשה...)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

נו ער זאגט דאך, ער האט נישט געליינט קרי"ש.
ער האט גלייך געלייגט די שטערן אויפן בעט
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

כסליו האט געשריבן:נו ער זאגט דאך, ער האט נישט געליינט קרי"ש.
ער האט גלייך געלייגט די שטערן אויפן בעט


די תוצאות פון "דער שטערן" זענען ווייטגרייכענד....

:lol: :lol: :lol:
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

איך האב איין פראבלעם מיט דעם שיינעם, אטעם-שפאנענדן ארטיקל: די לעצטע שורה. כ'האב בטעות געמאכט אן אשת לוט בעפאר כ'האב אנגעהויבן ליינען... און די גאנצע מעשה איז געפארן כאראדאם.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מונאוויטש האט געשריבן:איך האב איין פראבלעם מיט דעם שיינעם, אטעם-שפאנענדן ארטיקל: די לעצטע שורה. כ'האב בטעות געמאכט אן אשת לוט בעפאר כ'האב אנגעהויבן ליינען... און די גאנצע מעשה איז געפארן כאראדאם.

האהא די הויזן האט זיך צוריסן... :lol: :lol: :lol:
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מונאוויטש האט געשריבן:איך האב איין פראבלעם מיט דעם שיינעם, אטעם-שפאנענדן ארטיקל: די לעצטע שורה. כ'האב בטעות געמאכט אן אשת לוט בעפאר כ'האב אנגעהויבן ליינען... און די גאנצע מעשה איז געפארן כאראדאם.


כאטש ביסטו נישט געפאלן א קרבן צום שרייבער'ס שפיצל...

מיר האט ער די נשמה געשטעלט אויפן סאמע שפיץ נאז!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:איך האב איין פראבלעם מיט דעם שיינעם, אטעם-שפאנענדן ארטיקל: די לעצטע שורה. כ'האב בטעות געמאכט אן אשת לוט בעפאר כ'האב אנגעהויבן ליינען... און די גאנצע מעשה איז געפארן כאראדאם.


כאטש ביסטו נישט געפאלן א קרבן צום שרייבער'ס שפיצל...

מיר האט ער די נשמה געשטעלט אויפן סאמע שפיץ נאז!

וואס האסטו געמיינט אז ער שרייבט די שורות נאך פאר די מעשה איז געשעהן ? אז ער שרייבט דרס מיינט עס אז ער האט איבערגעלעבט נישט אזוי ?
מיך האט עס נישט אויסגעזעהן ווי א שפיצל נאר פשוט א גיטע זיסע און דערמאטישע מעשה .
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

eller האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:איך האב איין פראבלעם מיט דעם שיינעם, אטעם-שפאנענדן ארטיקל: די לעצטע שורה. כ'האב בטעות געמאכט אן אשת לוט בעפאר כ'האב אנגעהויבן ליינען... און די גאנצע מעשה איז געפארן כאראדאם.


כאטש ביסטו נישט געפאלן א קרבן צום שרייבער'ס שפיצל...

מיר האט ער די נשמה געשטעלט אויפן סאמע שפיץ נאז!

וואס האסטו געמיינט אז ער שרייבט די שורות נאך פאר די מעשה איז געשעהן ? אז ער שרייבט דרס מיינט עס אז ער האט איבערגעלעבט נישט אזוי ?
מיך האט עס נישט אויסגעזעהן ווי א שפיצל נאר פשוט א גיטע זיסע און דערמאטישע מעשה .


גערעכט, נישט געטראכט דערוועגן...
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מאנטאג יאנואר 02, 2017 6:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”