אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

נוצט פייטל א וועקער זייגער? האט פייטל פאנגוס?

פייטל נוצט נישט קיין וועקער זייגער, און ער האט נישט קיין פאנגוס!
4
19%
פייטל נוצט שוין איינמאל א וועקער זייער, אבער פאנגוס, מאן דכר!
2
10%
פייטל נוצט נישט קיין וועקער זייגער, און פאנגוס האט ער כדבעי'!
5
24%
פייטל נוצט זיכער יא א וועקער זייגער, אבער פאנגוס, אויך זיכער יא!
10
48%
 
סך הכל שטימען: 21

אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

אמאל, מיט יאאאאאאאארן צוריק פלעגט ער אויפשטיין יעדע פאר שעה און אנטשלאפן געווארן הערשט נאכן אויסטרינקען נאך א באטי [פלעשל בלע"ז], אבער ווען ער איז קע"ה אונטערגעוואקסן האט ער זיך צעביסלעך צוגעלערנט דעם פאך פון שלאפן. ביז ער איז ממש געווארן א יחיד מומחה דערין. נישט קלאר צו אין די חלק פון שלאפן, אדער אויפשטיין.

צו די זעלבע צייט האט אים זיין פוס-פלאך אנגעהויבן געפערליך צו קראצן און ציפן... עד חרמה! ממש מיט אן אכזריות! אבער כדי ס'זאל בלייבן כל קבוע כמחצה על מחצה וואס דאן איז נאך דא א צד צו זאגן אז ער האט בכלל נישט פאנגוס, האט ער קיינמאל געקוקט וואס עס טוט זיך דארט אונטער די רגלים זיינע...

יעצט שטעלט זיך די פראגע....

נו, געגאנגען שטימען! יעדע שטימע איז וויכטיג! פאר דיין עתיד! און פאר די עתיד פון דיינע דורות!
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אקעי, איך פארשטיי זייער גוט די שאלה און ווי אויך די שייכות צווישן דעי צוויי זאכן ממש געקניפט און געבינדן לייק נעיווער בעפאר ענד עפטעיר.

יעצט, איך וואלט בעצם געפייגערט צו שטימען דערויף, נאר ממש א שאד אז פונקט מיין צד איז נישט דא צו ווען כאילו עס עקזעסטירט בכלל נישט אזא צד צו זאגן!!
אזוי זעהען אויס די אלע היינטיגע אנקעטעס, מען לייגט דיר אריין אין די מויל און אין די פיס פאנגוס וואס צו שטימען און שימפען, און דאן קומט מען נאך ארויס מיט קלארע אנקעטעס און מען וואונדערט זיך נאר פארוואס עס האט זיך אויסגעשטעלט אקוראט קאפויער, עולם הפוך שמעתי ורחיתי.

און מיין צד איז אז פייטל האט נישט קיין וועקער זייגער בכלל, ניטאמאל געפינט זיך אזא אביעקט אין זיין גאנצע געביידע, אבער פאנגוס האט ער יא.
אבער!! דא קומט די גרויסע אבער מיט א לאנגע ענדע פ' און א אויבער שטרעכעלע העכער די דאבעליו, אבער!! ער האט עס נאר אביסל, אזוי קליינע פינטעלעך וואס מען קען קוים באמערקן דארט צווישן די פינגער'ס.
אבער בכלל נישט 'כדבעי' ווי ער לייגט עס דארט אראפ אזש עס רינט אים שמאלץ פון זיין נאז, ניין, בכלל נישט, קוים אביסל אז עס איז ניטאמאל ווערט צו ווערן דערמאנט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

פיין האט ער פאנגוס.
ער האט גראדע פרובירט צו נעמען ארעגענא אויל פאר אפאר יאר אין א צו. ער האט עס געניצט אויף אלא מיני וועגן.
געשלינגען, געשמעקט, און געשמירט. אבער ס'האט געהאלפען א רעטאך. ער איז געבליבען מיט די פונגאס.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נישטא מיין אפציע?
ער האט פאנגוס אין קאפ!
אוועטאר
פייטל שעפסילקאוו
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 3:19 pm
לאקאציע: ביים פערד סוחר

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל שעפסילקאוו »

אקעי, די פאקט למעשה איז אז פייטל נוצט א וועקער זייגער אבער געווענליך אן ערפאלג, און פאנגוס האט ער אביסל אבער נישט קיין סאך, און געווענליך נאכן שמירן די זאלבן גייט עס אוועק פאר א משך זמן.
זונדל'ס א ברודער
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

בקיצור לויט ווי ס'קומט מיר אויס פון די אנקעטע, און פון די פריערדיגע, קום איך צו צום מסקנא

פייטל ווייסט נישט וואס גייט פאר מיט איהם, ער פרעגט דעם עולם, און לויט די מערסטע וואוטס, אזוי שטעלט ער זיך צו!

דו"ק וטישטוך!

בהו"א האב איך געהאט א צד, אז דער עולם קען פשוט פייטל'ען, אבער ער שרייט חי וקים אז קיינער קען איהם נישט
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

נינאמתן אריין פלעגט פייטל'ן האבן א פיינעם וועקער זייגער און געווענטליך פלעגט ער אדער עס פארגעסן אנצושטעלן אדער פארגעסן איינצופלאגן! און מעשה שהיה כך יהיה. אז דער בחור האט עס פארלוירן געטרייט צו זוכן האט ער עס אבער אן ערפאלג כדרכו... די צעטל ווי ס'שטייט אמר ר' ישמעל האט ער אויך פרובירט צו זוכן אבער אוואדי נישט געטראפן האט ער ווי א חכם אויפגעגעבן און זיך געגאנגן שלאפן. יעצט איבער די פאנגוס דאס איז דאך א זאך וואס מען קען נישט פארלירן דאס האט ער ווי ס'באדארף צו זיין... איז ער טאקע געגאנגן קויפן די ארגעניג אויל און אנקומעדיג אינדערהיים אויפן זעקסטן שטאק - די עלעוועטאר איז געוועהן צובראכן - האט ער געזעהן אז ער האט פארגעסן דעם שליסל. ענדליך נאכן צוריק אנקומען אויבן האט ער באמערקט אז ער האט ווי נישט זיין טייפ געקויפט קארן אויל... האט ער באשלאסן אז ער געבט נישט אויף איז ער צוריק קויפן די ארגעניג. האט ער טאקע געקויפט די ארגעניג! איז ער געגאנגען דאווענען מעריב און דערנאך אהיים געגאנגען. אנקומעדיג אינדערהיים האט ער זיך געכאפט אז ער האט פארגעסן די אויל אין בית המדרש.... האט ער אויפגעגעבן און צוריק אנגעהויבן זוכן דעם זייגער...
פארזעצונג קומט אי''ה
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ווארטן מיר בכליון ענים אופ'ן המשך.
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: אין די סעריע פון פייטל: פייטל'ס וועקער זייגער / פאנגוס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

אזוי זוכענדיג די זייגער האט ער געטראפן נאך גאר אסאך אלט פארלוירנע חפצים וואס האט שוין לאנג געהאט דעם סטאטוס פון יאוש בעלים מיט שינו רשות אינאיינעם. ווי למשל זיינע ווייסע זאקן זיין חתן ש''ס גיפט קארד זיין קראקס זיין סים קארד זיין דיינעט סעט ועוד ועוד און דאס אלעס איז נאר א משל... און ווי אייביג האט פייטל באשלאסן אז אם אין אני לי מי לי און ביי! ער האט נאכאמל אויפגעגעבן.! האט ער באשלאסן צו גיין עסן עפעס. האט ער געטראפן אביסל קאלטע פלאנדער פיש. האט ער גענומען די פלאנדער און אריין אינעם מילכיגן אויבן אנגעשטעלט אויף צוויי הונדערט פארנהייט די טיימער אויף פופצן מינוט און זיך געזעצט קלאצן און ווארטן דעראויף. נאך אפאר מינוט האט ער באשלאסן אז קלאצן סתם אזוי האט נישט קיין פשט נאכדערצו פאר חמשה עשר בשבט וואס צדיקים זאגן דאך דעראויף אז ס'איז פון די הייליגסטע טעג און יאר איז דאך זעכער נישט קיין תכלית צו ליידיג גיין האט ער זיך גענומען צו.... קראצן די פאנגוס! נאכן קראצן אזא אכצן מינוט מיט א שטארקע דביקות האט ער געפילט ''נאך'' א גערוך! א חוץ די ביז יעצטיגע... ס'האט אים גענומען א מינוט און... אוי טאטע די פלאנדער...! מיט סופער סאניק שנעלקייט און אן די זאקן איז ער צוגעפלויגן צום אויבן און ארויסגעיאגט מיט די פארברענטע פיש אריינכאפנדיג אזוי פיר בריעס כנגד די ארבעה אמהות... נאכן זיך אביסעלע בארויאיגן האט ער פארכאפט א גאפעלע און מיטן גאנצן פלייס אריינגעביסן.... אופס. .. ס'איז דאך איבערגעצויגנע פלייש! אן אומבאהערשנדע צופליקטקייט האט אים ארומגענומען. ווי שאף איך יעצט איינער וואס זאל מיר גליען דעם אויבן? אינגאנצן אנמאכט און מיט א מיאושדיגע מוט באשלאסן אז פארטיג. שלאפן איז די לעזונג! אבער איין מינוט מארגן איז דאך א' סליחות. כ'מוז דאך אויפשטיין. אוי וויי ווי איז דער וועקער זייגער? איינער האט עס געזעהן???
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”