הוראה חבורה אויף אייוועלט

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

געוואלדיג!

הגם איך האלט ווי מילכיגער, און איך טו אזוי למעשה, אבער עס איז ידוע אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

חסדי אבות האט געשריבן:אצינד בין איך דא צו מעלדן פרישע אנטוויקלונגען בנוגע די נייע חבורת הוראה שע"י אייוועלט.

צום אלעמען ערשט מוז ארויסגעשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות די בעלי-האכסניא פון דעם הייליגן פראיעקט, דאס איז די הנהלת אייוועלט - מיסדיה ומנהיגיה וכל הנלוים עליהם - וואס האבן זוכה געווען צו זיין די אכסניה של תורה פאר אזא דבר חשוב ונשגב, להגדיל תורה ולהחדיר אהבת תורה בקרב ישראל.

זיי, די הנהלת אייוועלט, זענען ווירקליך נחשונים לדבר מצוה, א דאנק זיי איז אצינד צושטאנד געקומען דער ערשטער חבורת בעלי-בתים להוראה, וואס אויב זאל דאס געקרוינט ווערן מיט סוקסעס וועט עס זיין אור לבעלי-בתים וואס ווילן זיך משלים זיין באהלה של תורה, טראצדעם וואס זיי זענען עסוק על המחיה ועל הכלכלה. די דאזיגע הרבצת התורה איז א חידוש פון דעם סארט און א געוואלדיגע אויפטוה פאר כלל-ישראל. עס איז דעריבער נישט קיין ספק אז דאס אלעס וועט נזקף ווערן לזכותם פון אייוועלט, עס לאזט זיך זאגן אז אילו לא נברא אייוועלט אלא בשביל זה, דיינו.

אצינד לאמיר צוגיין למעשה, וואס עס טוט זיך מיט אונזער נייע חבורה:
לעת עתה, בשעת מיר שרייבן דא , געפינען זיך יעצט אין די נייע חבורה איבער א מנין יונגעלייט - חברי אייוועלט, וואס זענען גרייט אנצוהויבן און זיך אריינווארפן באהלה של תורה לקראת הימים הנוראים הבעל"ט. די דאזיגע יונגעלייט - נחשונים לדבר מצוה - זענען די ערשטע חבורה פון דעם סארט, וואס מיט א גוטן ווילן און אייזערנע עקשנות און אינאיינעם בחבורה, וועט מען דורכהאקן די אייז און באווייזן דאס וואס פיל אנדערע האבן פראבירט און נישט באוויזן, נעמליך צו זיין פון די בעלי-הוראה ומיראי הוראה, אזוי ווי עס איז געווען איינגעפירט מדורות קדמונים בימי חז"ל והראשונים חכמי ספרד, צו קענען עוסק זיין בתורת השם, טראצדעם וואס מען האט זיך אפגעגעבן במסחר ובמלאכה.

אצינד זענען די נעמען פון די ערשטע יונגעלייט וואס האבן זיך איינגעשריבן אין די נייע חבורה. די צאל האלט אין איין שטייגן און מיר קוקן אויף פאראויס צו האבן א חבורה פון לפחות צוואנציג יונגעלייט, כל הבא לעבודת צבא ולעבודת משא:

ואלו האברכים שנמנו לדבר מצוה, להיות עוסק בתורה ובהוראה:
מתבונן
לכאורה
חסדי אבות
נישט
ניקעל
באבל
געמיטלעך
לחיים טובים ולשלום
דריי חברים הרוצים בעילום שמם (איינער איז שוקל זיך מגלה צו זיין)
צוויי חברים וואס קלערן פון זיך מיטכאפן (איינער פון זיי האט שוין די הוראה נאר ער וויל עס איבער'חזר'ן אינאיינעם מיט די חבריא).


דערווייל איז ארויסגעשיקט געווארן פראגע בויגנס פאר די חברים, וואס על פי דעת הרוב וכפי החלטת הדיין ראש-החבורה, וועט מען פאראויס גיין מיט די פלענער. לעת עתה האבן נאכנישט אלע געענטפערט אויף די שאלות, מיר ווארטן נאך אויף די תשובות פון עטליכע חברים, און דערנאך וועלן מיר קענען מעלדן די פלענער אויף ווייטער.

מיר האפן און מיר קוקן ארויס, אז עס וועלן זיך מיטכאפן נאך יונגעלייט מיט אונזער פראיעקט, וואס וועלן זיך וועלן ארויפכאפן אויף דעם וואגן, לערנען אינאיינעם בחבריא און דערגרייכן אונזער ציל. יעדער פרישער מעמבער אין אונזער חבריא, וועט פריש געמאלדן ווערן פארן פאבליקום זיין הצטרפות לחבורת ההוראה - פארשטייט זיך נאר מיט זיין פולשטענדיגע רשות און זיין הסכמה. מיר ווארטן צו הערן פון מער און מער חברים, וואס וועלן זיך בקרוב מיטכאפן מיט אונזער חבורה.

דערווייל זענען אויך פאראן עטליכע ספיקות און שאלות איבער די לימודים, וואס וואלט געווען ראוי אויסצושמועסן ברבים און הערן די מיינונגען פון סתם קלוגע אידן, דאס וועלן מיר איבערלאזן אויף א קומענדיגע געלעגנהייט אי"ה.

ויה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח, להגדיל תורה ולהאדירה.

ווען הייבט מען אן, און וועלכע סימן הייבט מען אן?
למה זה תשאל לשמי...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מיסטעריעז האט געשריבן:לכתחילה זאגט א שטארקע נקודה, אבער איך וויל נאר קלאר מאכן וואס איך האב געפרעגט, זינט איך זעה אז מען קען מיר פארטייטשן אנדערש.
פון פרעמדע מושגים האב איך ב"ה גאנץ קנאפ מורא, זינט איך האב שוין גאנץ אסאך ארומגעפאטשקעט ובכלל זה - קדשים, אזוי אז זייער אסאך "בעיסיקס" ווייס איך שוין (אזוי רעד איך מיר איין הפנים...), דערמאן איך זיך אפי' אז אמאל האט מיר א חבר אנגעפרעגט - אין בב"ח טאקע - אויף עפעס א ש"ך וואס ער האט נישט פארשטאנען...

די זאך פון וואס איך האב מורא איז אריינטראסקענען אין א ברייטע און טיפע נישט גרינגע סוגיא. לערן איך די גמרא יעצט, לערן איך דאך די גמרא, אבער אז איך לערן טוש"ע און צו פארשטיין וואס עס שטייט דארט "מוז" מען קענען די סוגיא בפרטותי' ושיטותי' דאן איז אזוי; איז עס גרינג איז מהיכא תיתי, אבער אויב איז עס קאמפליצירט דאן ווערט מען פארלוירן. (דאס איז דאך די פראבלעם פון די "הילכתא אליבא דשמעתתא" גאנג, ווייל באמת איז דאך דער שו"ע דער ענדע פון שמעתתא אליבא דהילכתא. ועי' אריכות נפלאה ונאה בס' נהורא דאורייתא הנדפס מחדש לאחרונה, ווי ער לייגט אראפ די דרכי הלימוד, און ווי מאדנע עס איז דער "לימוד שו"ע" וואס גייט פון אונטן אויף ארויף. און איך אליינס האב א שטיק צייט געלערנט פארקערט, שמעתתא אליבא דהילכתא, אוי ווי שיין! די גאנצע טור ב"י מחבר ונושאי כלים גיבט זיך אזא שלינג אראפ, מיטן פרי מגדים אויך! נו שוין)


זאגט יואב אז עס איז גרינגער, און לייגט נאך צו א גוטע און ריכטיגע נקודה.

פרעמדע מושגים איז נישט אזא פחד, עס ווערט אויס פרעמד איינמאל מען הייבט אן לערנען
עס איז אבער דא ט"ז'ס און ש"ך'ס וואס מען מוז גוט קענען די סוגיא, צו פארשטיין,
אבער א גוטע פתיחה שיעור, אפילו גאנץ בקיצור, קען מאכען פון דעם בער אויך אסאך לייכטער,
בפרט עס איז היינט אסאך ספרי עזר, מכל המינים, סוף כל סוף, זעהט מען אז אפילו דורכשניטליכע בחורים נעמען די הוראה, כאטש זיי זענען נישט מצליח אין אנדערע זאכען
און ווי לכאורה האט געשריבן, א גרויסע יסוד, איז נישט פארקוועטשט צו ווערען,
אז מען געדענקט תפסת מרובה לא תפסת, און מען מוז נישט זיין א פערפעקשענוסט, קען מען א וועלט אנקומען
שאל נא לימים הראשונים, פרעגטס אלטע יודען, וואס האבן געלערנט א בלאט יורה דעה, יעדער סוף וואך, וויאזוי דאס לערנען האט אויסגעזעהן, מען איז נישט געווארן סטאק, און אזוי האבן בעלי בתים זוכה געווען זיך משלים צו זיין בהוראה

איך רעד שוין נישט אזוי ווי מען לערנט אין די ליבאוויטשער ישיבות הוראה, וואס דארט נעמען זייער אסאך חתנים הוראה,
און בפרט שלוחים, קומט עס אויס צו נוצען אביסעל,
דער עיקר איז, א מען רוקט זיך, און מען האט אחריות א שווערע שאלה צו פרעגען א צווייטען,
מען ווייסט אבער וואס צו פרעגען און וויאזוי צו פרעגען
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די פראבלעם איז, אז צווישן די אלע ספרים וואס העלפן פארשטיין אליין קען מען צען יאר לערנען און נישט ענדיגן!! מען דארף האבן אנווייזונגען פונקטליך, וועלכע ספר צו לערנען און וואס וכו'.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

פארדעם גייט דאך זיין א ראש החבורה,
איך האב נאר געמיינט בנוגע די וואס זאגן אז עס איז על מנת שתעלה לרקיע
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך טראכט פון הצטרפות, איך וויל וויסן, וויפול צייט, וויפול חומר א וואך, וועלכע נו"כ. ייש"כ ס'א גרויסע זאך.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

א גוט מארגן און א גוטע וואך.

קודם כל דארף איך מאכן א שהחיינו - איך קום היינט אריין אינדערפרי און איך זעה אז איך האב זיבן (!) אומגעליינטע נייע הודעות, א זאך וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אויף אייוועלט. איך וויל באדאנקען די אלע וואס שרייבן חיזוק און גיבן חיזוק אין אישי, ווי אויך אלע וואס זאגן קריטיק, מיינונגען, און פארשטייט זיך די וואס גיבן עצות און אנווייזונגען, יעדנ'ס מיינונג איז וויכטיג צו באטראכטן צו קענען אנהויבן די זאך על צד היותר טוב.

במחילה מכבודכם, איך וועל היינט מסתמא נישט זיין געהעריג עוועלעבל צו שרייבן און ליינען, אבער אזויפיל וועל איך מעלדן, אז לויטן פלאן דארף איך זיך היינט ביינאכט אוועקזעצן מיט אונזער נייעם ראש-הכולל, אדער שפעטסטנס מארגן אינדערפרי, דורצושמועסן פארשידענע קומענדיגע פלענער, אז מען זאל זיך קענען רוקן למעשה. איך האף צו מעלדן גוטע נייעס אין די קומענדיגע געלעגנהייט.

איין זאך וואס איז וויכטיג דורכצושמועסן מיטן עולם, וויבאלד עס זענען פאראן צווישן די בני החבורה מיינונגען לכאן ולכאן און מיר ווילן הערן דעם דעת הקהל דערויף:

דאס איז בנוגע ווען מיר זאלן אנהויבן לערנען: פאראן וואס טענה'ען אז מען דארף אנהויבן אנהויב זמן, נישט אין די פארנומענע יו"ט טעג, וואס דאן איז מעגליך אז פיל וועלן אוועקפאלן וכדו'. ווידער זענען פאראן אנדערע וואס שרייבן אז מען זאל נישט ארויסלאזן דאס התעוררות, נאר שוין ממש אנהויבן – א בחינה פון 'עד שתחפץ' – מאכן א חפץ פונעם התעוררות.

איינע פון די חשוב'ע בני החבורה האט ארויפגעברענגט א פלאן, נעמליך אז פאר די קומענדיגע פיר וואכן, ביז אנהויב זמן, זאל מען אנהויבן מיט א סדר פון 'בלויז מחבר מיט רמ"א', באופן מקיף מאוד, בשעת יעדע וואך זאל מען דורכלויפן א צווייטע הלכתא פון די פיר הלכתות וואס מען וויל לערנען. דער אויפטוה דערפון איז, אז עס וועט ברענגען א היקף מיט א שטיקל בקיאות אין די נושא, אזוי אז ווען מען אנהויבן לערנען קומענדיגע זמן, זאל מען זיין אינדערהיים. אין אנדערע ווערטער, אז פאר די קומענדיגע פיר וואכן, ביז אנהויב זמן, זאל מען מאכן א הכנה צום עצם לערנען.

איך וועל נישט קענען היינט ליינען און שרייבן דא, אבער עס איז כדאי אויף דערווייל אז מען זאל דעבאטירן דעם ענין, מען קען מיר שרייבן אויך אין אישי. יעדע מיינונג וועט גענומען ווערן אין באטראכט.

נ.ב. די אלע וואס האבן מיר געשיקט אישי'ס, וועל איך צוריקענטפערן אי"ה ביינאכט אדער מארגן. שכוח פאר אלעמען.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האלט זיייער פון די מחבר רמ"א פלאן. (ביטע ענטפערן אויף מיין פריערדיגע תגובה/שאלה, ייש"כ).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה האט געשריבן:באקום איך פריער א טעלעפאנישע רוף פון איינער פון די סאמע חשוב'סטע ניקס אויף אייוועלט, פרעגט ער מיר כדרכו "וואס איז די מעשה מיט די חבורה?". שמעקנדיג אז ער האט א גאנצע שיטה דערוועגן, זאג איך אים: עס איז אלעס אפענע קארטן, וואס דו זעהסט אויפן פארום דאס איז עס. (און איך ציטער ביי מיר אויף דאס קומענדיגע, ער קען אין איין מאך-מיט-די-האנט אוועקנעמען מיין גאנצע אפעטיט...). אבער ווי ערשטוינט בין איך געווען צו הערן פון אים גרויס שטיצע פארן פראיעקט!

ער זאגט מיר אזוי: ביי אונז אין ישיבה האט מען אדורכגעלערנט ביי די נאכמיטאג סדר (וואס איז באשטאנען פון 3 מיט א האלב שעה בערך) גאנץ בשר בחלב אין איין זמן, תערובות אין איין זמן, טריפות און מליחה אין איין זמן, דאן האט מען איין זמן גע'חזר'ט, זיך פארהערט און באקומען א כתב הוראה אין בלויז 2 יאר!

דער קונץ - זאגט ער - איז "זיך נישט פארפלאנטערן", וויסן וואו איין און וואו אויס, און לערנען פאראויס נאך און נאך ביז מען קומט אן. ער איז זייער שטארק פאר די הצלחה פונעם חבורה, און קלערט פון זיך מיטכאפן דערמיט. דאס דארף אבער קומען מיט פונקטליכע אנווייזונגען פון א ראש החבורה וואס זאל געבן א שטיקל הקדמה פאר יעדע ענין, און א שיעור כללי איינמאל א וואך (מען קען דאס דראפבאקסן וכדומה), דאן קען דאס גיין געשמירט בס"ד צו יעדנס הנאה און ערפאלג.

איך האב מיך שטארק באדאנקט פאר זיינע חיזוק רייד, און איך שרייב דאס דא אראפ לתועלת די אנדערע חברים וואס האבן דערווייל נאר געהערט דעם אנדערן זייט מטבע, אז דאס קען מען נישט קונה זיין אין בלויז דריי שעה א טאג במשך עטליכע יאר.

באקומען אן אישי פון א צווייטע גאר חשוב'ע ניק וואס איז זיך מצטרף צום פריערדיגן:

גם אני מצטרף לדבריו, און אויב איך מעג צולייגן אז די בעסטע וועג דאס צו טון איז צו דינגען א מגי"ש אדער דיין און יעדער זאל צאלן פאר די שיעורים - אזוי איז מען די מערסטע קאמיטעד און פארזיכערט אז עס בלייבט א זאך.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך האב זיך געראכטן אויף א גרעסערע רעספאנס, בנוגע ווען מען זאל אנהויבן לערנען, יעצט אדער נאך די ימים טובים...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב שוין געשריבן אין אישי אויפן אויספרעג בויגן.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

חסדי אבות האט געשריבן:איך האב זיך געראכטן אויף א גרעסערע רעספאנס, בנוגע ווען מען זאל אנהויבן לערנען, יעצט אדער נאך די ימים טובים...

לכאורה האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין אישי אויפן אויספרעג בויגן.

גא"מ.

פון איין זייט איז מער נוטה אויף נאך די ימים טובים אזוי אז די התחלה זאל פארן אן קיין שטערונגן. און איך גלייב אז די אלע וואס האבן די חשק וועל בלייבן מיט די חשק, מרעד דאך נישטא פון קיין אינוועסטמענט דיעל וואס מארגן קען מען זיך אויפוועקן און חרטה האבן אויף וואס מען האט געטון, מ'רעד דאך דא בסה"כ פון זיך זעצן לערנען, איז וואס קען שוין זיין.
זאת ועוד, וואס דאס קען זיין א סברא אז מקען אפילו שוין אנהייבן, ווי איך פארשטיי גייען זיין פארשידענע אברכים וואס גייען אוועקלייגן זייערע פאריגע שיעורים אין א זייט, און אנשטאטס דעם אריינרוקן די הוראה שיעור מיט א פעסטקייט, בבחינה אז מלערנט דאך סייווי, נו זאל שוין זיין הוראה פאר דער געלט, אויב אזוי קען מען שוין אנהייבן לערנען, ווייל מלערנט דאך סייווי.
בכל אופן, ווען מוועט אנהייבן זאל עס זיין צו מזל וברכה. און ווי ערענסטער איך זעה אז די זאך ווארט אקטיוויזירט, וויל איך ווינטשען הרב חסדי אבות פארן זיין פון די נחשונים לדבר מצוה און פון די מזכי הרבים.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שנעלע פראגע.

לאור פון מיינע תגובות אנפאנג איבער יור"ד ווס. או"ח (פון וואס איך האב צוריקגעצויגן כדי נישט צו שטערן אזא נאבעלע אונטערנעמונג וואס פארעמט זיך דא, וואס -אגב- איך ווער אלס מער פארגאפט דערפון. כה לחי!) האב איך באקומען א מספר אישי'ס פון אינטערעסירטע וואס ווילן אנפאנגען אזא ענליכע חבורה צו ענדיגן או"ח.

לעולם איז מיין דעת נוטה אז איך זאל עס נישט טון יעצט כדי ס'זאל נישט קעענן מאכן די מינדעסטע רושם פון שוואך מאכן דא. פון די אנדערע זייט טראכט איך אז מעגליך איז דאס גאר א תועלת פאר די יור"ד חבורה אז ס'זאל ווערן א לעבעדיגע קאמפאט-טישן וואס ביידע וועלן פארדינען.

אשר ע"כ לאז איך די שאלה פאר די היגע חברים. טאמער אפילו איינער דא זאגט אז מ'זאל ענדערש ווארטן ביז די יור"ד חבורה איז "אף די גראונד" טוט מען אזוי. נאר טאמער יעדער דא וועט זיין איינשטימיג אז ס'נישט קיין שום פראבלעם וועט מען גיין ווייטער מיט א לעבהאפטע קאמפעטישן.

אה! ווער האט זיך דאס פארגעשטעלט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך וואלט געזאגט אז עס וועט נישט אפשוואכן, אדרבה, אז עס וועט זיין א אויסוואהל וועט נישט זיין קיין תירוצים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שאינו יודע האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז עס וועט נישט אפשוואכן, אדרבה, אז עס וועט זיין א אויסוואהל וועט נישט זיין קיין תירוצים

העי... נאר יור"ד מעמבערס מעגן ענטפערן דא... :grin:
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקעל »

חסדי אבות האט געשריבן:איך האב זיך געראכטן אויף א גרעסערע רעספאנס, בנוגע ווען מען זאל אנהויבן לערנען, יעצט אדער נאך די ימים טובים...

כזעה נישט קיין סיבה פארוואס מזאל דארפען ווארטען ביז נאך די ימים טובים די ימים טובים צייט וועט זיין קלענערע שיעורם
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מילכיגער האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז עס וועט נישט אפשוואכן, אדרבה, אז עס וועט זיין א אויסוואהל וועט נישט זיין קיין תירוצים

העי... נאר יור"ד מעמבערס מעגן ענטפערן דא... :grin:


קודם ווייסט מען שוין צוויי מעמבערס פון די או"ח חבורה (די קאמפעטישין פאנגט זיך שוין אן...)

אלטס יו"ד מעמבער, זע איך נישט אויבן אויף וויאזוי עס וועט אפשוואכן, אדרבה ואדרבה ילכו מחיל אל חיל. זאת ועוד, און די קאמפעטישן וועלט איז דאך ידוע די טאקטיק, וויאזוי מאכט מען אז צוויי געשעפטן זאלן נישט זיין קיין קאמפעטישן? ווייל יעדער פארקויפט זיין unique אייטעם און זיין unique סערוויס. און איך מיין אז דא איז זיכער אז עס זענען פארהאן צוויי unique אייטעמס דא, און וועמען עס ציט צו גיין צו יו"ד ווען גיין צו יו"ד, און וועמען עס וועט צוען צו גיין צו או"ח, וועט גיין צו או"ח.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מיליכיגער, איך וואלט נישט אנגעהויבן יעצט א קאמפעטישן פאר די זאך איז שוין אויף פעסטע פוס. די מאס ניקים וואס וועלן זיך וועלן צושטעלן צו א מסגרת איז באגרעניצט, אסאך האבן אנדערע שיעורים וכו'. און די וואס וועלן זיך פאקטיש צושטעלן איז מער באגרעניצט, און די וואס וועלן בלייבן אין די חבורה איז פארשטייט זיך נאך מער באגרעניצט.

אויב נעמסטו נאך אראפ פאר די אנדערע שיעור, קען עס זיין פאטאל.

לאז די זאך אנהייבן, איימאל עס איז דא א חבורה פון אעטליכע מיטגלידער, קען מען אנהייבן טראכטן פון א קאמפעטישן.

כנלע"ד
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

מיטן אנהייבן בין איך פלעקסיבעל. איך וועל זיך צושטעלן.

וועגן אורח חיים, הגם בכלליות איז אפשר לכתחילה גערעכט, מיר אליין וואלט נישט געבאדערט נאך א חבורה. ואדרבה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך בין שוין פאראויסגעגאנגען און געכאפט דעם פיש בעפאר די נעץ... היינט קובע געווען א שיעור מיט מיין זוהן אין הלכות בשר בחלב, אנגעהויבן טור בית יוסף סי' פ"ז.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

און איך האב אנגעהויבן טור אליינס מיט מחבר רמ"א, אז גלייך נאך יום טוב קען איך זיין היימיש אין די עניינים
למה זה תשאל לשמי...
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

א גוטע נאכט טייערע אידן.

איך זיץ דא יעצט ביינאכט און איך קען נישט קומען צו זיך, מיינע געפילן זענען איבערגעפילט פון פרייד און איך גלויב נישט וואס איך זעה פאר מיינע אויגן, אלמלי לא ראיתי לא האמנתי.

לעת עתה - שרייבנדיג די דאזיגע שורות - זענען שוין פאראן איבער צוויי מנינים אידן (!), איבער צוואנציג יונגעלייט וואס שטייען גרייט מארגן אנצוהויבן לערנען די הוראה. ותקרבון אלי כולכם – בערבוביא – פשוט, מען לויפט נאך, מען שיקט אישי'ס און מען פארלאנגט צו וויסן פלענער, מען קען קוים האלטן חשבון אויפן ציבור, חשוב'ע ניקים שטיפן און האלטן אין איין פרעגן וואס עס טוט זיך, צי מען הויבט שוין אן מארגן... מען זעט בחוש דער לא רעב ללחם ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר השם.

ווען איך האב אונטערגענומען די ארבעט, האב איך נישט געגלויבט אז עס וועט זיין אזא פארלאנג דערויף, אז דער ציבור וועט זיך אנרופן אזוי ווארעם, אזש אז עס איז פאראן אפילו א רעדע פון נאך א חבורה. ווי ערנסטער מען רעדט דערפון, אלס מער און מער אישי'ס קומען אריין, יונגעלייט זוכן חברותות, אנדערע פרעגן סתם אזוי מיט דארשט און ווילן וויסן "נו חסדי, ווען הויבט מען אן...?" – עס הערשט א געוואלדיגער צמאון לדבר השם.

עס גלויבט זיך נישט ווי אזוי די חשוב'ע ניקס לאזן נישט שלאפן, לאזן נישט פוילעצן, זיי פארלאנגען און בעטן אז מען זאל 'שוין' אנהויבן מיט די לימודים, מען וויל נישט ווארטן, נאר אז "מארגן" זאל מען שוין אנהויבן. איר דארפט מיר נישט גלויבן – קוקט אליין דא אויפן אפענעם פארום אליין, דא האבן שוין צוויי ניקס געמאלדן אז זיי האבן "שוין" אנגעהויבן צו לערנען, מען האט אפילו נישט אויסגעווארט אז די חבורה זאל זיך אנהויבן, מען האט גענומען טון למעשה... אומגלויבליך!

מי מילל ומי פילל, אז אין אזא קורצע צייט אפשניט פון בלויז עטליכע טעג, וועלן זיך אנשליסן אזויפיל יונגעלייט מיט אזא הונגער פאר תורה?! – עס איז נישט קיין ספק אז דאס איז גאר א גרויסער לימוד זכות פאר כלל-ישראל, זעענדיג ווי שטארק מען איז אינטערעסירט אין לימוד התורה. ביים יום-הדין וועלן די מלאכים נישט דארפן מער ווי ברענגען דעם דאזיגן אשכול, מיט מיינע אישי'ס איבער דעם ענין, כדאי עס זאל אראפוועגן דעם כף זכות.
אשרי העם שככה לו, אשרי אייוועלט שזכה לו, אשרי העומדים על סוד התורה ומשתגעים ורצים אחריה.

מען דארף נעמען אין באטראכט, אז דא רעדט מען פון אידן בעלי-בתים, רובם ככולם עסוקים על המחיה ועל הכלכלה, וואס ארבעטן שווער פאר זייער ברויט. די דאזיגע אידן זענען גרייט אוועקצורייסן פון זייער צייט און זיך אריינווארפן אין אזא גרויסער פראיעקט פון קענען די הוראה. עס איז אומבאשרייבליך און אומגלויבליך דאס צו זען, איך גלויב אז אויב וואלט איר געהאט די מעגליכקייט אריינצוקוקן צווישן מיינע אישי'ס, וואלטן אייערע אויגן געפלאסן טרערן פון וואס עס קומט דארט פאר... ווער האט אזאנס געגלויבט, אז מיר האלטן שוין אצינד ביי איבער צוואנציג יונגעלייט, צוקונופטיגע בעלי הוראה ומיראי הוראה.

פאלגענד זענען די נעמען פון די טייערע ידידים, חברי הקבוצה, וואס וועלן גאר בקרוב אנהויבן מיט די דאזיגע פראיעקט:
מתבונן
חסדי אבות
נישט
לכאורה
ניקעל
באבל
געמיטלעך
לחיים טובים ולשלום
צולייגער
יואב בן צרויה
אני מאמין
יידישע קהילות
גוגל
לעזער פ.
מיין שטעלונג
מה פתאום
והוא פלאי (?) – דו ביסט אין?
שנים הרוצים בעילום שמם
עוד כמה שהצטרפו אבל עדיין לא נתנו לנו רשות בפירוש לפרסם שמם, ועוד כמה ששוקלים להצטרף

עם ישראל בני לוי הנלוים אל ה' ולתורתו, חזקו ואמצו! – שטארקט אייך און זייט פעסט, ה' עמכם! –די התעוררות זאל נישט אפגעקילט ווערן, עס זאל זיין מעלין בקודש ולא מורידין. גאר בקרוב וועט מען אנהויבן אי"ה אונזער נייע סדר, און מיר קוקן פאראויס, אז מעגליך וועלן זיך משתתף זיין אזויפיל ווי לכה"פ דרייסיג יונגעלייט (!), מסלתה ומשמנה פון כלל-ישראל, וואס וועלן ווייזן פארן באשעפער אז למען האמת וויל מען זיצן און לערנען, נאר מען מוז דאך אויס טון פאר פרנסה דעריבער טוט מען דאס, אבער וויפיל מען קען, רייסט מען זיך אוועק צו לערנען.

גאר בקרוב וועט מען אי"ה זיך רוקן פאראויס. א גרויסער חלק פון די בני החבורה האבן געשטימט אז מען זאל לערנען די ערשטע פיר וואכן מחבר מיט רמ"א ווי פארגעשלאגן, אבער דער לעצטער ווארט האט אונזער דיין שליט"א, וואס וועט דערויף ענטפערן.

איך האב געזאלט זיך אוועקזעצן היינט מיטן דיין שליט"א, האט דער אויבערשטער געפירט אז ער ליגט אין בעט מיט א רויז און הויך פיבער (נאך א סימן אז עס איז א גוטע זאך), ער האפט אז דינסטאג אדער מיטוואך וועט מען קענען זיצן איבער דעם ענין, און ארויסקומען מיט א החלטה. עס איז שוין פאראן פלענער אויפן טיש, אבער עס איז צי פריה צו מעלדן, איידער עס באקומט דעם באשטעטיגונג פונעם דיין שליט"א.

לויטן יעצטיגן פלאן, וועט פארקומען געשריבענע שיעורים כלליים דורכ'ן דיין שליט"א, דא אויף אייוועלט. איינער האט פארגעשלאגן אז עס זאל זיין רעקארדירט, אדער דורך א טעלעקאנפערנס פאר די בני החבורה, וועט מען זען ווי אזוי עס וועט זיך אויסארבעטן. אויסער דעם וועט זיין וועכנטליכע בחינות פאר די בני החבורה. מאנכע שלאגן פאר זיך צוזאמענצוקומען מזמן לזמן, אבער דאס וועט שוין דעבאטירט ווערן שפעטער, געוואנדן לויטן ציבור, אלס חשש גילוי. עס זענען אויך געווען רעדעס איבער א שטיקל געהאלט פארן דיין – דערווייל איז ער עס גרייט צו טון בחינם, הגם עס איז נאכנישט קלאר וואס דאס פארלאנגט זיך פון אים, און וויפיל צייט עס וועט אים פארנעמען. אויב איינער קען טרעפן א נדבן דערפאר, וואלט זיכער געווען א סברה, אזוי זאל ער שפירן אז ער ווערט באצאלט דערפאר. למעשה איז צו פריה פאראויסצוזאגן אויב עס פעלט בכלל אויס.

מיר האפן אין די נאנטע טעג צו מעלדן פרישע אנטוויקלונגען.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

איך ווארט מיט שפאנונג און, נאכאמאל, א גרויסן יישר כח אייך.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יואב בן צרויה האט געשריבן:איך ווארט מיט שפאנונג און, נאכאמאל, א גרויסן יישר כח אייך.
געשטימט פאר ראשעק הול
געמיטלעך
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמיטלעך »

א גוט מארגן טייערע ברודער

איז דא נאך עפעס נייעס? שוין צוויי טעג ווטס מען הערט גארנישט.

בכל אופן, היינט איז ח״י אלול וואס כידוע איז עס א גרויסע טאג... די סיבה איז נישט אזוי קלאר. אמאל האב איך געגעסן ביי הרה״צ ר׳ מנחם מאנדערער זצ״ל סעודת שבת פרייטאג צונאכטס חי אלול, און פארשטייט זיך ער האט אסאך געשמועסט פון זיין רבי׳ן הגה״ק ר׳ יודעלע פון דזיקוב זצ״ל, ער האט אלעמאל גערעדט פון אים אבער דעמאלס האט ער נאך מער ארומגערעדט פון דעם צדיק און וויאזוי ער האט (נישט) געפראוועט זיין יום הולדת ח״י אלול.

לויט ווי איך געדענק האט ער דערציילט אז ר׳ יודעלע זצ״ל האט אלץ געבעטן זיינע קרובים ידידים וחסידים זיי זאלן אים אנוואונטשן ביום הולדת שלו פאר נאך געזונטע יארן ברוחניות ובגשמיות. ווען עמיצער האט געוואלט מאכן א סעודת הולדת אדער לחיים פאר יום הולדת האט ער מתנגד געווען בכל תוקף. ער האט דעמאלס נאכגעזאגט וואס דער הייליגער צאנז׳ער רב זי״ע האט געזאגט אז ווען א שטיין וואלט ווען געבוירן געווארן אנשטאטס אים וואלט סאך בעסער געווען, אמער, א שטיין איז נישט מכעיס דעם בורא....

ווען איינער האט אמאל גערעדט פון די גרויסקייט פון די טאג ח״י אלול און אז דער בעש״ט זי״ע איז געבוירן געווארן ח״י אלול האט ר׳ יודעלע געזאגט ״צו דער בעש״ט איז געבוירן ח״י אלול ווייס איך נישט (אדער אפשר האט ער געזאגט ווייס איך אז נישט) אבער עס איז א דאטום״. דאס הייסט עס איז א גרויסע טאג.

דאכט זיך מיר אז עס איז דא א הלכה אז מען טאר נישט זאגן אז מען וועט אנפאנגען א געוויסע דאטום א זאך ווייל יענע צייט איז ספעציעל מוצלח פאר די זאך, דאס איז בכלל פון ״קוסם קסמים״. אבער אויב עס האט זיך געמאכט אז מען האט עפעס אנגעפאנגן און עס איז פונקט די צייט א שעת המוצלח פאר דעם, דעמאלס איז עס א גוטע סימן.

לעניננו אויב וועט זעל היינט עפעס מאכן א מאוו אויף פאראויס איז עס זיכער א גוטע סימן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”