עס מאכט זיך כסדר אז איך דריי זיך אין קרעטשמע, איך עפן אן אינטערעסאנטער אשכול וואס רעדט וויגן די עקאנאמיע ביים היימישן עולם צו גאר די לעצטע פאליטיק אין די אמעריקאנער גאס, און פלוצלונג ווער איך פארבלאנדזשעט בעל כרחי אין ביהמ''ד דקהלתינו בבחינת בכל יום ויום אני חושב לבית פלוני אני הולך למקום פלוני אני הולך והיו רגלי מוליכות אותי לביהמ''ד. וואס איז געשען? עפעס א געוויסער ניק וואס ווייסט נישט מבחין צו זיין צווישן ידיועת התורה און קרעטשמע, חסידות און פארברענגען האט דא איבערגעלאזט זיינע פינגער אפדרוקן אין פארעם פון א לאנגע תגובה אפגעטייפט במהירות המחשבה וואס דעקט א ברייטע אויסוואל פון נושאים, פון גמ' ביז ווערטלעך, פון כתבי אר''י ביז עניוות, וכו' וכו' וכו' עד אין שיעור. און דאס אלעס אריינגעשטופט אין די ראמען פון איין תגובה!!
אצינד שלשים יום קודם החג, ווען דער מנהג ביי כלל ישראל אין אלע דורות איז געווען אויסצוקלויבן א פורים קהלה ובראשם א פ''ר וואס זאל פירן די קהלה ביד רמה, גלייב איך אז דער עולם וועט איינשטימיג מסכים זיין צו מיין קאנדידאט פאר פורים רב.
(באמת וואלט אזא אשכול געדארפט באלאנגען אין קהל שטוב, נאר איך גלייב אז אונזער פ''ר דער בעל ישמח יחזקאל וועט מיט זיין דרויסן כח הדרוש מסביר'ן בטו''ט פארוואס עס באלאנגט טאקע דייקא דא אין קרעטשמע, אדער גאר וועט ער אהערשלעפן קהלס שטיבל מיט'ן גאנצען קהל אינאיינעם.)
וויל זיין גוט האט געשריבן:ווער פארשטייט דען נישט אליינס אז דער בעסטער אויסוואל פאר פורים רב איז שורינו וחמורינו, מעלה עשן, תרטימר בשר, עיר פרא, קוץ בן קוץ, ר' חאצקל פרייליך
Get your facts first, then you can distort them as you please.