דורך: זארעכפעפער
ווען לייכטזיניגע פערזאנען לאזן צומאל פאלן ווערטער אין א קאמפלעמענטאריש פורמאט, געצילט צו א געוויסן מאן-דהוא, איז קלאר פאר ביידע צדדים אז די ווערטער זענען בלויז אין א פארום פון 'גוזמא קא-נקיט' אדער אפילו וויינגער פון דעם. מיט די צייט, אז עס זאל זיך האבן ארויסגעשטעלט אז די גוזמאות זענען פארפולקאמט געווארן, קומט דער מאן דהוא צוגיין מיט זיין גאנצן גלייכגילטיקייט און פארקירעוועט זיך אפ דאס קרעדיט אין זיין ריכטונג. מיר וועלן מיט דעם פונקט נישט זיין צוריקגעבליבן, אבער ס'וועט זיך פארט אפגעפונען א שטיקל אינטערשיד. מיר וועלן זיך טאקע אנקליידן אין פירן א קאמפלעמענטארישער קרעדיט, וועלכער איז היינטצוטאגס פולקאם פארפולקאמט געווארן, צו אונזער ריכטונג, אבער ס'מוז קלאר געזאגט ווערן אז ס'בהחלט נישט געווען קיין לייכטזיניגער אדער גלייכגילטיגער גוזמא'דיגער וואונטש אדער בלויז א קאמפלעמענט אויסדריק. די ווערטער זענען אין זיינער צייט געזאגט געווארן מיטן פולסטן ערנסקייט [נעבעך...], און מיר האבן געמיינט וואס מיר האבן געזאגט.
אין די פארגאנגענהייטן, בעת מיר האבן פיל געפילעוועט אין קרעטשמערישע איינגעלעגנהייטן און אונזערע קאלומ'ס זענען געלאפן איבער קרעטשמעס און ווערץ-הייזער, פלעגן מיר דאן סופלייען די קרעטשמע ווענט מיט פארשידנארטיגע שטות-שטאף. פון צווישן אנדערע האבן מיר אוועקגעשטעלט אין די ארכיוון אן ארטיקל, געשריבן אומגעפער מיט אן אנדערטהאלבן יאר צוריק, ווי מיר האבן דאן פארקאכט עפעס א קאשע מיט צימעס, ווען פון צווישן די פילע תגובות דארט ליינט זיך אין איינע פון זיי, צווישן די שורות, אט דאס פאלגנדע:
זארעכפעפער האט געשריבן:און דא איז טאקע פאסיג צייטליכ'ס תגובה, פון וועלכע איך האב באזונדער'ס הנאה געהאט (אגב, איך האלט, צייטליך, אז דו ביסט פאסיג צו קאנדידאטירן פאר ראש הקהל...).
ווען מיר האבן דאס געשריבן האבן מיר דאס טאקע ארויסגערינגלט, אבער דער אנגעבליכע סיבה דערפאר איז בלויז ווייל דאס האט אונז דאן אויסגעקוט ווי א דמיון וועלכע וועט נישט קיינמאל נישט קומען צום רעאל, אבער מיר האבן שוין דאן גענומען אן הונדערט פראצענטיגן אחריות'שאפט אויף די ערנסקייט פון די דיבורים. אצינד, אז פון א חלומ'דיגער זע איז גאר אויסגעוואקסן א הקיצ'דיגער פאקט, איז דאך נישט מער ווי נארמאל אריינצוכאפן דעם קרעדיט צו אונזער קאנטע.
מצד אונזער בליק דוכט זיך איז גענצליך איבעריג פארצושטעלן דעם באדייט פון א 'צייטליך קאנדידאטור'. זיינע פולע לייסטונגען וועלכע ליינען פון צווישן די אותיות פון יעדע תגובה זיינע, זענען פאר אים די בעסטע קאמפיין מאטריאל. עס פאדערט זיך נישט קיין ערקלערונגען פארוואס זיין סטיל אין שריפט איז דאס בעסטע וועלכע קען באזעצן דעם אמט און אנפילן דעם חלל.
זייענדיג א וועטערן מיטגליד פון די היימישע קרעטשמע און א הויפט מיטגליד אינעם "קרעטשמע ק.נ.א." אגענטור, איז ער מיט די צייט אויסגעשטיגן צו זיין דער בעסטער קאנדידאט פאר דעם ראש הקהל אמט. מ'דארף נישט מער ווי מיטהאלטן און נאכלויפן זיינע באריכטן, קאמענטארן אדער סתם תגובות, און דער ליבער לעזער וועט שוין אליין קומען צום באשלוס אז ער איז דער פערזאן וואס מיר דארפן האבן צו דעם אמט. אבער, דאס איז נישט אלעס. עס פאדערט זיך פון אונזער זייט ארויסצוברענגען אין קורצן נאך א באהאלטענער פונקט.
דער הומאריסטישער סטיל וועלכער ליגט פארבארגן אין זיין פענע, טראגט אין זיך דעם כאראקטער פון די קרעטשמע-קעפ-טאטעס און זייער סטיל. די וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן, וועלן אייך וויסן אנצוטייטלן דעם געשמאק דערפון. ער האט דעם אין זיך איינגעבויט דעם סארט סטיל, דעם סארט געשמאק, און איבער אלעם באזיצט ער א שימוש פון זיינע פארגייער. דער קרעטשמערישע כאראקטער וועט אונז מיט א צייטליך קאמפיין באגלייטן דעם גאנצן וועג, אנגעהויבן פונעם קאמפיין ביז צום סאמען ענדע פון זיין דינסט.
דער באדייט דערפון? ששש...