וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:כ'האב נישט נאכגעקוקט, אבער איך גלייב נישט אז מעלות שרייבט היינט צוטאג.

מקף'ן מאכן מיר אימער נערוועז. אויב האלטסטו אז ס'דארף זיין מחובר, דאן שטעל עס צאם און שוין.

זיי שרייבן היינט צוטאג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דאטום. דאס ווארט איז דייטשיש; ייווא ווייסט נישט דערפון צו זאגן, בלויז דאטע/ס.

ווי אזוי קומט דאס ווארט בלשון רבים? דאטומען? דאטומס? אין דייטש זעלבסט, אויב פארשטיי איך גוט, ווערט עס בלשון רבים "דאטען".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

ווי שרייבט מען RELIEF אין אידיש, ווי צו זאגן למשל, מען האט געשיקט א נאש פעקל צום קינד אין קעמפ, און ווען ס'איז אנגעקומען האט ער עס אפגענומען מיט גרויסע שמחה און RELIEF.

אזא מין קאנטעקסט שטייט אין ענגלישן מקור. סיי וועלכע הילף שטארק אפּריציערעט (גוגל טראנסליַיַט בלע"ז)

אוודאי ווייסט מען די ווארט'ס באדייט, קען זיין הילף, בארואיגט, אפגעאטעמט, וכו', אבער ווי זאגט מען עס אין דעם קאנטעקסט, אין איין ווארט, אז ווען ער האט באקומען די גוטע זאך איז ער געווארן זייער בארואיגט, רעליווד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
אפגערעדט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ווי שרייבט מען RELIEF אין אידיש, ווי צו זאגן למשל, מען האט געשיקט א נאש פעקל צום קינד אין קעמפ, און ווען ס'איז אנגעקומען האט ער עס אפגענומען מיט גרויסע שמחה און RELIEF.

אזא מין קאנטעקסט שטייט אין ענגלישן מקור. סיי וועלכע הילף שטארק אפּריציערעט (גוגל טראנסליַיַט בלע"ז)

אוודאי ווייסט מען די ווארט'ס באדייט, קען זיין הילף, בארואיגט, אפגעאטעמט, וכו', אבער ווי זאגט מען עס אין דעם קאנטעקסט, אין איין ווארט, אז ווען ער האט באקומען די גוטע זאך איז ער געווארן זייער בארואיגט, רעליווד.

לכאורה איז די טייטש "פארגרינגערט"
".....מיט גרויס שמחה און פארגרינגערונג"
"ס'איז אים פארגרינגערט געווארן אויפן הארץ."
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

appreciation איז דאנקבארקייט/שעצונג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אן injection איז אן איינשפריץ אדער אן איינשפריצונג?

אויב איינשפריץ, ווי אזוי איז עס בלשון רבים?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ווי שרייבט מען RELIEF אין אידיש, ווי צו זאגן למשל, מען האט געשיקט א נאש פעקל צום קינד אין קעמפ, און ווען ס'איז אנגעקומען האט ער עס אפגענומען מיט גרויסע שמחה און RELIEF.

אזא מין קאנטעקסט שטייט אין ענגלישן מקור. סיי וועלכע הילף שטארק אפּריציערעט (גוגל טראנסליַיַט בלע"ז)

אוודאי ווייסט מען די ווארט'ס באדייט, קען זיין הילף, בארואיגט, אפגעאטעמט, וכו', אבער ווי זאגט מען עס אין דעם קאנטעקסט, אין איין ווארט, אז ווען ער האט באקומען די גוטע זאך איז ער געווארן זייער בארואיגט, רעליווד.

מיט דערלייכטערונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

גרשון האט געשריבן:דאטום. דאס ווארט איז דייטשיש; ייווא ווייסט נישט דערפון צו זאגן, בלויז דאטע/ס.

ווי אזוי קומט דאס ווארט בלשון רבים? דאטומען? דאטומס? אין דייטש זעלבסט, אויב פארשטיי איך גוט, ווערט עס בלשון רבים "דאטען".

איך וואלט געשריבן דאטומען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ווי שרייבט מען RELIEF אין אידיש, ווי צו זאגן למשל, מען האט געשיקט א נאש פעקל צום קינד אין קעמפ, און ווען ס'איז אנגעקומען האט ער עס אפגענומען מיט גרויסע שמחה און RELIEF.

אזא מין קאנטעקסט שטייט אין ענגלישן מקור. סיי וועלכע הילף שטארק אפּריציערעט (גוגל טראנסליַיַט בלע"ז)

אוודאי ווייסט מען די ווארט'ס באדייט, קען זיין הילף, בארואיגט, אפגעאטעמט, וכו', אבער ווי זאגט מען עס אין דעם קאנטעקסט, אין איין ווארט, אז ווען ער האט באקומען די גוטע זאך איז ער געווארן זייער בארואיגט, רעליווד.

מיט דערלייכטערונג.

יישר כוח, דאס איז עס!

ווי זאגט יענער, אסאך מאל איז עס באהאלטן אין פראנט פון דיינע אויגן...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

באגעגנט לעצטנס אין אן אלט בוך "דעביוטירט", פארהאן ווער עס האט פעראידישט [פעריידישט] דאס ווארט? אדער דאס איז אויך ממקורו א גערמאנישער?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מקף'ן מאכן מיר אימער נערוועז. אויב האלטסטו אז ס'דארף זיין מחובר, דאן שטעל עס צאם און שוין.

די מקפ'ן וואס מנוצט ביים היימישן עולם איז דער מקף וואס גייט אינמיטן כזה –, דאס מאכט טאקע נערוועז. ס'דא א מקף וואס דער עולם נוצט נישט, ווארשיינליך ווייל מווייסט נישט ווי אזוי ממאכט עס, דאס איז דער מקף וואס גייט אויבן, אזוי ־, ממאכט עס דורך דריקן
ctrl+alt+-

דער מקף איז נישט אזוי אנזעבאר און לפענ"ד מאכט עס פיל גרינגער צו ליינען, און איז זייער נוצליך טאקע ביי אזעלכע ווערטער ווי היינט־צוטאגס אד"ג.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דער שטריך אינמיטן (-) איז באמת א מפסיק, נישט א מחבר. אבער אפי' די ריכטיגע מקף ־ מאכט אויך נערוועז ווען מ'נוצט עס איבריג אין אידיש.

איך נוץ עס נאר ווען ס'האט נישט קיין פשט אנדערש, ווי אין טאטע-מאמע אדער חומש-רש"י. (יא, כ'נוץ די גרייזיגע, ווייל יעדער טוט אזוי...)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דער שטריך אינמיטן (-) איז באמת א מפסיק, נישט א מחבר. אבער אפי' די ריכטיגע מקף ־ מאכט אויך נערוועז ווען מ'נוצט עס איבריג אין אידיש.

ס'איז יא א מחבר. ס'איז דא א hyphen, א קורצער שטריך וואס פאסירט סתם ביים דריקן דאס קנעפל, און א dash, א לאנגער וואס געשעט אויטאמאטיש דורך מאכן ספעיסעס פון ביידע זייטן. א hyphen איז מחבר צוויי ווערטער, און א dash ניצט מען צו מאכן א סך הכל פון א זאץ, אדער פון ביידע זייטן כעין קלאמערן.

אזוי איז עס אין ענגליש, און איך זע נישט פארוואס מ'זאל טון אנדערש אין אידיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אקעי, כ'צי צוריק.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך נעם נישט קיין #שטעלונג, אבער איך האב אויך באקומען צו הערן פון א גרויסן שרייבער לעצטנס אז א - איז נישט קיין מחבר, ס'איז א מפסיק.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כווייס נישט צו דער מיטלדיגסטער מקף איז גרייזיג אדער נישט, נאר ווי געזאגט, סמאכט פשוט נערוועז.

אין ענגליש נוצט מען דעם מיטלדיגסטן, דער אויבערשטער מקף איז א ריין אידישע לשה״ק׳דיגע זאך, מקען עס אפילו נישט מאכן ווען דער קי־באורד איז אנגעשטעלט אויף ענגליש.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

בי ענגליש לויפט געווענליך די שפראך - אין די סטראנסולאטארן פון די היימישע צייטונג אין זייער שפאן - אז מען האלט אינאיין - אינמיטן א זאץ - אריינהאקן מיט קלאמערן, און מען דארף - צו קענען כאפן וואס די גייט פאר - עטליכע מאל איבערליינען די זאץ.

דאס, מאכט מיר זייער נערוועז.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דאס איז שוין אן אנדער מעשה, אין אזעלכע פעלער האב איך בכלל נישט ליב קיין מקפ׳ן נאר פשוט קאמעס. איך רעד פון באהעפטן צוויי אדיעקטיוון אדער צוויי שם־דבר׳ס אדער אן אדווערב וואס קומט צו שרייבן מיט צוויי ווערטער, למשל, ברייט־באקאנטע, רעגירונגס־שטיצע, מזרח־אייראפע, עסטרייך־אונגארישע אימפעריע, קאוויד־19, קאראנע־מגיפה, און היינט־צוטאג(ס).
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד
למדן וצדיק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מקף'ן מאכן מיר אימער נערוועז. אויב האלטסטו אז ס'דארף זיין מחובר, דאן שטעל עס צאם און שוין.

די מקפ'ן וואס מנוצט ביים היימישן עולם איז דער מקף וואס גייט אינמיטן כזה –, דאס מאכט טאקע נערוועז. ס'דא א מקף וואס דער עולם נוצט נישט, ווארשיינליך ווייל מווייסט נישט ווי אזוי ממאכט עס, דאס איז דער מקף וואס גייט אויבן, אזוי ־, ממאכט עס דורך דריקן
ctrl+alt+-

דער מקף איז נישט אזוי אנזעבאר און לפענ"ד מאכט עס פיל גרינגער צו ליינען, און איז זייער נוצליך טאקע ביי אזעלכע ווערטער ווי היינט־צוטאגס אד"ג.

גייט נישט ביי מיר, עס קומט אויס א שטריך העכער די אות זעלבסט, ווי העכער א "פ" פון אלטן חיידער.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וועלכע ווינדאוס נוצסטו? לכאורה איז ביי ווינדאוס 7 די קאוד אנדערש.

מיט די רעכטע אלט ארבעט עס אן קטרל אויך. (אזוי ווי ביי נקודות)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לבלר האט געשריבן:בי ענגליש לויפט געווענליך די שפראך - אין די סטראנסולאטארן פון די היימישע צייטונג אין זייער שפאן - אז מען האלט אינאיין - אינמיטן א זאץ - אריינהאקן מיט קלאמערן, און מען דארף - צו קענען כאפן וואס די גייט פאר - עטליכע מאל איבערליינען די זאץ.

דאס, מאכט מיר זייער נערוועז.

אמת. פראפעסיאנעלע שרייבערס שלאגן פאר נישט צו ניצן מער ווי איין פאר דעשעס אין א פאראגראף. ס'זענען דא גענוג אלטערנאטיוון נישט צו דארפן נערווירן די ליינערס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

פאר מיר, פרוביר איך ווי מער צו נוצן קאמעס אנשטאט די קלאמערן (ווי מ'רופט עס דא).
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:כווייס נישט צו דער מיטלדיגסטער מקף איז גרייזיג אדער נישט, נאר ווי געזאגט, סמאכט פשוט נערוועז.

אין ענגליש נוצט מען דעם מיטלדיגסטן, דער אויבערשטער מקף איז א ריין אידישע לשה״ק׳דיגע זאך, מקען עס אפילו נישט מאכן ווען דער קי־באורד איז אנגעשטעלט אויף ענגליש.

אין העבערעאיש ניצט מען עס יא?

דאכט זיך אז אידישע פובליקאציעס באניצן זיך מיט'ן מיטלסטן מקף. לדעתי זאל מען זיך האלטן צו אלע פונקטואציע כללים פון ענגליש. יעדע שפראך פארמאגט אנדערע כללים ביי דעם, און היות די איבערוויגנדע מערהייט אידישע רעדנערס וואוינען אין אמעריקע, איז פשוט פראקטיש צו אדאפטירן די זעלבע כללים וואס איז דא אין ענגליש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיין שטעלונג האט געשריבן:פאר מיר, פרוביר איך ווי מער צו נוצן קאמעס אנשטאט די קלאמערן (ווי מ'רופט עס דא).

דעשעס. קלאמערן זענען (parenthesis).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

אה, יישר כוח.

--
האט "זיך קלאמערן ביי די אמאליגע צדיקים" עפעס א שייכות אהער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”