לשון רבים

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

קריסטאל-קלאר
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריסטאל-קלאר »

ערנסטער האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:די פיש אין וואסער, אללוועיס.

אגב קען מיר איינער נאכקוקען/הערן ר' יום טוב עהרליך תורה ווי ער זינגט די אמעריקאנע/ר די תורה ווייזט ער און ער פרעגט צו בעלן איז ווער

מיינסט "אידישע אוצרות"?
דאכט זיך מיר, אז פריד זינגט דארט "די אמעריקאנער" - מיט א רי"ש און אן קיין סמ"ך.

מיט א סמך קומט נישט אין באטראכט, אפילו נישט קיין הוא אמינא. די שאלה איז בלויז איבער אן עי"ן אדער רי"ש.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קריסטאל-קלאר האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
קריסטאל-קלאר האט געשריבן:
מעסטערמיינד האט געשריבן:אמעריקאנער, איז לאוו דוקא לשון רבים, אמעריקאנע, אנעם ריש איז בעסער,

דוגמה,

די אמעריקאנע זענען געלט גייציג, ארר וואט עווער,

כ'טראכט נאר אזוי.


כלל: יעדע לאנד און אזוי אויך יעדע חסידות קומט מיט רי"ש צום סוף, אפגעזען אויב עס איז לשון יחיד אדער לשון רבים. נאר דער איינציגסטער חילוק איז, אז ביי לשון יחיד וועט מען שרייבן דער און ביי רבים די:
דער אמעריקאנער/די אמעריקאנער

דער רוס, די רוסן; דער פאלאק, די פאלאקן; דער אונגארישער, די אונגארישע (אדער די אונגארן); דער ארץ-ישראל'דיגער, די ארץ-ישראל'דיגע.

ווי איר זעט, איז נישט דא קיין גענויער כלל. ביי יעדן פאלק טוישט זיך דער וועג ווי אזוי מען באצייכנט א לשון רבים, און איינער פון די וועגן איז מיט א ר' צום סוף, ווי "אמעריקאנער", "קאנאדער", און "כינעזער". כמדומה לי, אבער, אז דאס איז נאר ביי זאך-ווערטער, נישט ביי אדיעקטיוון. מ'וועט צום ביישפיל זאגן "די אמעריקאנע מענטשן", "די קאנאדישע בירגער", און "די כינעזע פירמעס".

וועלכע חסידים זאגט מען מיט א ר' צום סוף?


איך הער וואס דו זאגסט, אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז דאס איז נאר ביי די וואס מען פארקורצערט אדער מען רופט זיי מיט א צונאמען. א שטייגער ווי דער רוס, איז עפעס א נייעם דערהער אויף דעם רוסישער בירגער. אזוי אויך דער פאלאק. וואס דאן טוישט זיך עס טאקע בלשון רבים.
ווידעראום דער אונגערישער וועט מען דאכט זיך יא זאגן די אונגארישער, און איך מיין [כמעט זיכער] אז מען וועט טאקע יא שרייבן די אמעריקאנער און קאנאדישער בירגער.
לגבי חסידות'ן: וועלכע נישט? בעלזער חסיד, גורער חסיד, וויז'ניצער חסיד א.א.וו. און כפי ידיעתי איז ביי לשון רבים דאס זעלבע: די בעלזער, גורער, וויזניצער חסידים און נישט די בעלזע חסידים וכו'.
די פראגע בלייבט נאר איבער צו ווען מען זאגט אין דאטיוו צו דעם בעלזער חסיד, אויב דאן שרייבט מען יא צו דעם בעלזן חסיד, אבער אדרבה, קוקט אליין ווי דעם בעלזן חסיד שטעכט מיר אויס די אויגן, בעת וואס דעם בעלזער חסיד שיינט מיר צו זיין פיל מער אנשטענדיג.

בקיצור, מיט השערות און ווי אזוי מ'שרייבט וועסטו קיינמאל נישט אנקומען, ווייל צום באדויערן איז אידיש א שטח הפקר וואו יעדער קען אפמאכן יעדן טאג ווי אזוי ער וויל, סיידן ס'איז עפעס וואס איז אנגענומען ביי יעדן, וואס דעמאלטס ווערט דאס דער כלל. די שאלה איז אלזא ווי אזוי ס'קומט צו שרייבן, און אויב דו שטעלסט פאר א כלל וואס גילט ביי פעלקער און חסידות'ן, דארפסטו ברענגען א מקור - סתם "אפשר" איז נישט אינטערעסאנט.

יעדער אדיעקטיוו ענדיגט זיך בלשון רבים -ע: גרויסע, קליינע, לאנגע, הויכע, גרינגע, שווארצע, טונקעלע, קלוגע... דעריבער זע איך נישט פארוואס אמעריקאנע בירגער זאלן זיין אנדערש פון יעדן. אויב וואלט געווען אן אנגענומענע זאך צו שרייבן "אמעריקאנער בירגער", מילא, ס'איז דאך אבער נישט. "די אונגארישער" איז זיכער גרייזיג.

בנוגע אן איינצלנעם חסיד שרייבט מען זיכער "דער בעלזער/סאטמארער/סקווירער/גורער חסיד", ס'איז דאך לשון זכר. די פראגע איז געווען אויף א רבים, ביי וועלכע איך וואלט גראדע אויסגעלאזט דעם ר'.

וואס שייך א דאטיוו, קען מען שפעקולירן. ריכטיג זאגסטו דאך אז ס'וואלט זיך געדארפט ענדיגן מיט א -ן, ס'קען אבער טאקע צומאל שטעכן. הגם זייער אסאך וואלטן געזאגט, "איך בין אריין אין סאטמארן ביהמ"ד," "ער האט אנגעהויבן א וויזשניצן ניגון (אקוזאטיוו)," אדער "איך בין אריין צום סקווירען רבי'ן". פון דער אנדערער זייט, "ער האט געלעבט אין דער צייט פון צאנזער רב," "ער האט נאך געזען רבי מאיר'ל פרימישלאנער." בכגון דא קען מען טאקע נישט שרייבן עפעס וואס שטעכט ממש די אויגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”