מסורה

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

בלימוד ספרי דרוש ובפרט בלימוד ספה''ק מבעל הטורים עה''ת נתקלים בהמון של דרשות על המסורה, דהיינו לדוגמא:
במסורה ג' נחנו פשענו ומרינו, בני איש אחד נחנו, נחנו נעבור חלוצים
ולאחרי' דרש לבאר הקשר בין הפסוקים, ומעודי לא הבנתי את כל הענין, מה זה מסורה האם הג' פסוקים שיש להם תיבה אחת בדומה מקובל במסורה שיש איזה קשר ביניהם,
או שגם אני יכול לקשר ג' פסוקים אם יש להם תיבה אחת בשוה
ע''כ אבקש את לומדי בית מדרשינו המפוארה להבהיר לי את הענין
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

די בעלי מסורה האבן מחבר געווען די מסורה צו געדענקען פונקטליך וויאזוי צו שרייבן תנ"ך, כדי זיך נישט אויסצומישן מיט אלע ערליי חילוקים צווישן ענליכע ווערטער נקודות אותיות טעמים וכו', האט מען גע'חזר'ט אלע ווערטער פון תנ"ך וויפיל מאל איז דא אזא ווארט, אויב ס'איז בכלל דא אזא ווארט, און דאס עקסטער אראפגעשריבן ווי א אנציקלופדיה לתנ"ך, די סופרים וואס האבן געשריבן האבן געדארפט זיין בקי דערין און שטארק אכטונג געבן אויף יעדעס ווארט דאס צו געבן דעם ריכטיגן נקודה און טראפ, אין די ערשטע דרוקן פונעם תנ"ך קען מען זען סוף פונעם באנד אריינגעדרוקט עטליכע בלאט פון אלע סימנים און מסורות פון די תורה.
דו פרעגסט אויב דו טרעפסט דריי ווערטער די זעלבע אויב דו קענסט עס מקשר זיין, זיי וויסן אז אויב איז דא דריי ענליכע ווערטער איז דאס שוין מקושר..
פארשטייט זיך אליינס, אז ווערטער וואס געפונען זיך זייער אפט פאסט נישט דערויף קיין מסורה, נאר אויף ווערטער וואס זענען נישטא צו סאך, צי זאכן וואס קען זיין אמאל אזוי און אמאל אזוי, דארף מען האבן סימנים דערויף, און מען דארף דאס איבערגעבן דערמיט, און טאקע אנצייכענען אויפן דף די מסורה פון יעדע ווארט, קענסט טרעפן אין אלטע חומשים אויך אין קאמארנע חומש, ווי אין די זייט פונעם ווארט איז גראד אנגעצייכנט די מסורה דערויף, [המסורה הקטנה שהיא בקיצור נמרץ מאוד..].
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אז מען רעדט שוין, ווער קען מיר אויסלערנען די קאודס אין די מסורה קטנה, געדריקט אויך אין די אלטע לקט בהיר חומשים?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מסורה גדולות - אותיות גדולות וקטנות, אותיות משונות, אותיות תליות, צורת האות צורת כתיבת שירת הים פ' האזינו וכו'

מסורה קטנות - נקודות קרי וכתיב
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ווינקל האט געשריבן:אז מען רעדט שוין, ווער קען מיר אויסלערנען די קאודס אין די מסורה קטנה, געדריקט אויך אין די אלטע לקט בהיר חומשים?

יש כמה ספרים על זה ומהם
http://www.hebrewbooks.org/5691
נאך בעסער
http://www.hebrewbooks.org/7037
און נאך בעסער
http://www.hebrewbooks.org/7038
ויש עוד
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יש כמה ספרים מיוסד על המסורה:
מסורת סייג לתורה להרמ"ה
קרית ספר להמאירי
אור תורה למהר"ם די לאנזאנו
מסורת הברית
מסורת הברית הגדול
מנחת שי.
תנא ושייר.

פלאי האקט אריין, עכ"ז שלח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

צוריק צום ענין פון דרשנ'ן די מסורות איז ידוע אז די פריערדיגע זענען שוין דן ןןאס איז פשט אין דעם, לפי זכרוני איז ר' אליה בחור בספרו מסורת המסורת שטארק אנטקעגן דעם ווייל די גאנצע מסורה איז נאר צו ווייזען וואו די ווערטער שטייען כדי זיי צו געדענקען (לצורך חכמת הדקדוק והבנת הלשון במלים זרים או שמתחלפין בפירושם, ולצורך ידיעת ניקוד המלים ובכלל זה השינויים במלה זו עצמה בין מקום למקום). און דאכט זיך אז שו"ת מהר"י שטייף (וואס ער אליין האט מלקט געווען א געוואלד מסרות אין חומש לימודי ה' אויף פרשיות בראשית מיט נח וואס ער האט ארויסגעגעבן נאך פאר'ן קריג, ושמעתי מאחד מנכדיו אז ער האט געלאזט בכ"י אויף גאנץ חמשה חומשי תורה) שרייבט ער אויף דעם אז כאטש להבנתנו טענה'ט דער בחור ריכטיג מעג'ן מיר דרשנ'ן די מסרות כפי שראינו אצל רבותינו הראשונים.
ובעניי איז די ביאור דערין פשוט ווייל די בעלי מסרה זאגן אלעמאל וסימנך פאר די רשימה פון פסוקים ממילא דארף דאך עס זיין עפעס א סימן מיט א שייכות (אזוי ווי אסאך מאל זאגן זיי ממש סימנים פון סתם מילי דעלמא צו געדענקן חילוקים פון די נקודות און אלץ מיט דעם לשון פון וסימנך).

ווי אויך איז דא אויף בראשית ביז אינמיטן מקץ די חומש פון המדקדק ר' בנימין המכונה וואלף ב"ר דוב ז"ל איש היידענהיים הנקרא תורת הא-לקים מיט ביאורים און בירורים בעניני מסרה.

אויך איז דא די וואס זענען מסביר די מסורה על הסדר (און פון דעם הויבט מען ממילא אן פארשטיין די קאודס) דער מנורת שלמה אינעם קאמאנא חומש (ונדפס לראשונה בחומש עם מנחת כליל, שהוא עצמו ספר על המסרה), און נאך א ספר וואס איז איבערגעדרוקט אין די תיקון קוראים סימנים (אבער דער איז נאר מסביר וואס ס'איז נוגע צו קריאה).
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאכטזיך אז ר' בצלאל הכהן אין שבת מ"ט ע"ב זאגט אז א מסורה איז כעין גז"ש
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14314&st=%u05d7%u05e9%u05e7+%u05e9%u05dc%u05de%u05d4
עס איז אויף פעידזש 509
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א זייטיגע פראגע:

רב טקסט האט געשריבן:דער מנורת שלמה אינעם קאמארנא חומש (ונדפס לראשונה בחומש עם מנחת כליל, שהוא עצמו ספר על המסרה)

ביידע סיי דער "מנורת שלמה" [פי' על המסורה] און "מנחת כליל" וואס ערגענצט וואו דער "מנחת שי" פארפעלט, זיינען פרי ידיו פון הרה"ג ר' אורי שרגא פייביל אב"ד דובראוונא געדרוקט צוזאמען מיטן אדרת אליהו פון גר"א וואס הנ"ל האט מוציא געוועזן לאור. ישורן

נפלאתי הפלא ופלא פון וואנעט קומט דער "מנורת שלמה" צום חומש פון הייליגן קאמארנער?

ולא עוד, אין די חומשים "היכל הברכה" שבידינו [דפוס אפסעט] איז לא יזכר ולא יפקד קיין ווארט איבערן מחבר, נישט קיין הקדמה פון אים, ניטאמאל א מינימאלע דיסקריפציע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

איך פארשטיי
אזויווי דער קאמארנער דרשנ'ט ענעינים וואס האבען צו טאן מיט מסורה
בפרט מסורה גדולה
הוא ער צו-געלייגט א פירוש אויף די מסורה צוזאמען מיט זיין ספר
[אפשר תלמידים אדער בני משפחה הואבען אזוי געטאן]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איה"נ, אבער ס'איז נישט פון א קדמון און דערצו פון גאר אן אנדער חדר.

ולא עוד, נאר אפילו דעם מנחת שי אדער אור תורה האט ער נישט אריינגעשטעלט.

קען זיין ווייל ער קריגט צומאל אויפן "מנורת שלמה", אבער אויפן מנחת שי און אור תורה [שתי ידות] קריגט ער דאך אויך גענוג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

רש"י עה"ת ברענגט איין מאל דער מסורה, אין פרשת וזאת הברכה, און דאס קומט פון דער ספר אכלה ואכלה

אגב איז אינטערסאנט וואס דער גר"א שרייבט בביאורו לשו"ע אבהע"ז סימן קכ"ט ס"ק מ"ד לענין דער נאמען הילל, אויף דער וואס פארשטיין נישט וואס עס שטייט און דער מסורה, עיי"ש והוא לפלא אויף וועם ער שרייבט אזוי
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

איך גיי 'בעלבתיש'
דער קאמארנער דרש'נט, על דרך הדרש מוז עס נישט שטימען 100%
איך בין נישט זיכער צו ס'איז נישט דא קיין סתירות אין היכל הברכה וכד' גופא.
צו פארלייכטערן ווער ס'האט נישט קיין שום אהנונג אין מסורה לייגט ער צו מפרשי מסורה.
קיינער קען איהם נישט צווינגען צו מסכים זיין אומעטום מיט'ן מנחת שי, אור תורה, מנורת שלמה אאז"וו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אליהו האט געשריבן:
דער קאמארנער דרש'נט, על דרך הדרש מוז עס נישט שטימען 100%
איך בין נישט זיכער צו ס'איז נישט דא קיין סתירות אין היכל הברכה וכד' גופא.
צו פארלייכטערן ווער ס'האט נישט קיין שום אהנונג אין מסורה לייגט ער צו מפרשי מסורה.
קיינער קען איהם נישט צווינגען צו מסכים זיין אומעטום מיט'ן מנחת שי, אור תורה, מנורת שלמה אאז"וו

דער קאמארנער פסק'נט להלכה און צו דעם לערנט ער עס אפ ע"פ קבלה וע"פ תורת הבעשה"ק.

בעניי האב איך נאך נישט געטראפן קיין סתירה, נישט נאר אין היכל הברכה אליין, נאר אפילו פון היכל הברכה צום שולחן הטהור.

**

ליגט מיר אין קאפ איין ארט ווי ער שרייבט "דלא כמנ"ש ומ"כ" און די היינטיגע אויפזעצער האבן עס געעפנט אלס "מנחת שי ומנחת כליל" למעשה שטייט דארט נישט אזוי אין "מנחת שי" נאר אין "מנורת שלמה".

צו דרשן'ען מסורה איז דא דער "מסורת הברית הגדול" דער מנחת שי ברענגט אים כסדר צו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

יישר כח
זעט אויס אז ס'איז טאקע צייט צו לערנען ספרי קאמארנא
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

מיין פריער ענטפער האט מען באזייטיקט... וואס דען איז גשעשן? איך האב געדארפט דורכזוכן דורך עטלעכע ספרים כדי שרייבן יענעם ענטפער. ס'איז מיר נישט העפלעך צו באזייטיקן וואס איך האב געשריבן, שפעציעל אן קיין דערקלערונג אדער תביעה.
לעצט פארראכטן דורך ארגאן אום מיטוואך יולי 15, 2020 9:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

Re: מסורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אדרבה פראבירט שיקען נאכאמהל,
איר קענט מיר אריישיקן אין אימייל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”