לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm
אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו?!
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:ראה אבן עזרא איוב לו כ, ד'לילה' משמשת בין ללשון זכר בין ללשון נקיבה.
ע"ע כאן
ש'כח פאר'ן צוצייכענען.
דער אבן עזרא דארט שרייבט נישט אז לילה איז משמש לשון זכר און לשון נקיבה, נאר אז דארט איז א יוצא מן הכלל אז לילה ווערט ארויסגעזאגט בלשון נקיבה. און אויך מיט דעם איז עס א דעה יחידית, ווייל אלע אנדערע מפרשים (תרגום, רש"י, רמב"ן, רלב"ג, ספורנו, מצודת דוד, מלבי"ם) לערנען אז דער ת' פון "תשאף" איז פאר א נוכח. אויפ'ן פסוק "ולחושך קרא לילה" שרייבט דער אבן עזרא זעלבסט "ולעולם לשון זכר הוא".
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 11:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שיינע שטיקל, הרב שופר; פארשטייט זיך א שיינער דרוש.
"שמש" קען זיין ביידע לשונות (אזוי ווי רש"י שרייבט אין פרשת וישלח), און "חמה" איז אייביג לשון נקיבה. בכלל האט עס מער צוטון מיט דער הברה פונעם ווארט ווי איידער די שטארקייט פון דער זאך. אזוי אויך האט דער "מחבר בן זמנינו" נישט איבערגעקוקט אפילו האלב פסוקים אין תנ"ך וואו ס'ווערט דערמאנט "לילה" איידער'ן מאכן דעם חילוק.
"שמש" קען זיין ביידע לשונות (אזוי ווי רש"י שרייבט אין פרשת וישלח), און "חמה" איז אייביג לשון נקיבה. בכלל האט עס מער צוטון מיט דער הברה פונעם ווארט ווי איידער די שטארקייט פון דער זאך. אזוי אויך האט דער "מחבר בן זמנינו" נישט איבערגעקוקט אפילו האלב פסוקים אין תנ"ך וואו ס'ווערט דערמאנט "לילה" איידער'ן מאכן דעם חילוק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
פון דא
אור מופלא האט געשריבן:shalsheles האט געשריבן:רב כחו בעריכת מגילות יחוסי משפחות מיוחסה ומפוארה.
נישט אביסל אינטערסאנטער לשון?
מער ווי אביסל. 'מפוארה' דארף ווען קומען בל' רבים, נאר וואלט נישט געשטימט מיטן גראם [אבער ס'איז קיין תירוץ נישט].
'מיוחסה' קען גאר זיין איז אן אויפגעטראכטע ווארט, ווייל לשון נקיבה פאר 'מיוחס' איז 'מיוחסת'.
וואלט ווען געקענט שטיין: רב חילו לערוך מגילות יוחסין לגלות צפונים באורח ישרה
'דרך' [וה"ה 'אורח'] זענען הן ל' זכר והן ל' נקיבה כמבואר בקידושין דף ב:
וכאן המקום לעורר על מנהג אמעריקא ושאר ארצות הגולה לכתוב בל' נקיבה על כמעט כל דבר, היכל המפוארה, מקוה מפוארה, ארון קודש מפוארה, וכהנה רבות מאד. לו חכמו ישכילו זאת לעומת זה להפריד ביניהם כדת של תורה. וכלל זה נקוט בידכם, לשון נקיבה הוא מילה שמסתיימת עם אות ת', כגון 'דלת' [חוץ מ: בית, זית, אות, מות], או אם אות ה' כאשר האות שלפניו נקוד קמ"ץ, כגון תורה, ['מקוה' האות ו' נקוד סגול או צירי], או אם בל' רבים היא באה עם י' ום' כגון ידים, ברכיים, שיניים, רגלים, עיניים. 'שלחן' הוא לשון זכר אע"פ שבל' רבים כותבים 'שלחנות', וה"ה ל'מקור', ולכן אין לכתוב "מצאתי מקור מדוייקת".
farshlufen האט געשריבן:דיינע כללים זיינען לאו דווקא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
אין די לעצטע עטליכע הונדערט יאר איז מען בדרך כלל נישט אזוי גוט מדקדק צווישן לשון זכר און לשון נקיבה, אריינגערעכנט גדולי התורה. פארשטייט זיך ס'זענען אלץ געווען אזעלכע וואס האבן יא מדקדק געווען.
אות איז בפשטות לשון נקיבה. מקוה איז ווי @אור מופלא שרייבט לשון זכר וויבאלד ס'האט א סגול, און מ'קוקט עס אן בטעות ווי לשון נקיבה; קען זיין ווייל אין אידיש מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן א קמץ און א סגול.
ווערטער וואס ענדיגן זיך בלשון רבים מיט א פתח י' און א ם' איז א סוגיא וואס מאטערט די מדקדקים. לכאורה ניצט מען עס פאר'ן ציפער צוויי -- צוויי הענט, צוויי פיס, צוויי אויגן, צוויי פינגערס, צוויי טויזנט, אא"וו -- אפגעזען צי לשון זכר אדער לשון נקיבה.
אות איז בפשטות לשון נקיבה. מקוה איז ווי @אור מופלא שרייבט לשון זכר וויבאלד ס'האט א סגול, און מ'קוקט עס אן בטעות ווי לשון נקיבה; קען זיין ווייל אין אידיש מאכט מען נישט קיין חילוק צווישן א קמץ און א סגול.
ווערטער וואס ענדיגן זיך בלשון רבים מיט א פתח י' און א ם' איז א סוגיא וואס מאטערט די מדקדקים. לכאורה ניצט מען עס פאר'ן ציפער צוויי -- צוויי הענט, צוויי פיס, צוויי אויגן, צוויי פינגערס, צוויי טויזנט, אא"וו -- אפגעזען צי לשון זכר אדער לשון נקיבה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
אור מופלא האט געשריבן:shalsheles האט געשריבן:רב כחו בעריכת מגילות יחוסי משפחות מיוחסה ומפוארה.
נישט אביסל אינטערסאנטער לשון?
מער ווי אביסל. 'מפוארה' דארף ווען קומען בל' רבים, נאר וואלט נישט געשטימט מיטן גראם [אבער ס'איז קיין תירוץ נישט].
'מיוחסה' קען גאר זיין איז אן אויפגעטראכטע ווארט, ווייל לשון נקיבה פאר 'מיוחס' איז 'מיוחסת'
ס'קומט ארויף א רמב"ם במשנה תורה הל' נערה בתולה פ"ב ה"ד, 'אינו דומה מבייש נערה חשובה וממשפחה מיוחסה' אנדערע זענען יא גורס 'מיוחסת'
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
איך וואלט עס אפשר נישט גענוצט, אבער איבעראל טרעפט מען "מיוחסה", אין אלע דורות, פון די קדמונים ביז די לעצטערע מאדערנע שרייבער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
גרשון האט געשריבן:אות איז בפשטות לשון נקיבה.
די אותיות התורה זענען לשון נקיבה, אל"ף רפויה בי"ת דגושה גימ"ל קמוצה, אבער די ווארט 'אות' אלס צייכן, ווערט פאררעכנט צווישן די יוצאי מן הכלל און ס'איז א זכר לפענ"ד.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
- לאקאציע: אין מירון והגלילות
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
[/quote]farshlufen האט געשריבן:דיינע כללים זיינען לאו דווקא.
ואיני יודע למה התכוונת.
די כללים זענען יא דווקא, נאר ס'זענען פארהאן יוצאי מן הכלל. למשל 'פעם' איז א נקיבה, פעם אחת, פנים, פנים יפות. און לילה איז לכאו' א זכר [ווייל די ווארט איז בעצם 'ליל'].
'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
"אות" איז סיי לשון זכר און סיי לשון נקבה. "זאת אות הברית", "ובא האות והמופת".
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
אור מופלא האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:דיינע כללים זיינען לאו דווקא.
ואיני יודע למה התכוונת.
די כללים זענען יא דווקא, נאר ס'זענען פארהאן יוצאי מן הכלל. למשל 'פעם' איז א נקיבה, פעם אחת, פנים, פנים יפות. און לילה איז לכאו' א זכר [ווייל די ווארט איז בעצם 'ליל'].
'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים
לילה איז טאקע לשון זכר. "ונחלמה חלום בלילה אחד".
אזוי שרייבט אויך דער אבן עזרא אין בראשית.
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
אור מופלא האט געשריבן:'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים
פון יד ווערט אויך ידות. ווי געשריבן איז דער פארמאט פון א פתח דא נאר ביי צוויי.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
מחשב האט געשריבן:"אות" איז סיי לשון זכר און סיי לשון נקבה. "זאת אות הברית", "ובא האות והמופת".
מעגליך, אבער דאכט זיך אז בלשון חז"ל איז עס אלץ לשון נקיבה. (דער ריבוי אותיות איז אויך נאר בלשון חז"ל; אין לשון מקרא איז עס אותות.)
ס'זענען פארהאן אסאך ווערטער וואס האבן דעם אנדערן מין בלשון חז"ל ווי בלשון מקרא. א שטייגער איז "שדה", בלשון מקרא איז עס אייביג לשון זכר און בלשון חז"ל איז עס לשון נקיבה. אזוי אויך "דרך", וואס די גמרא זאגט אז ס'קען זיין ביידע, וועט עס בלשון מקרא רוב מאל זיין לשון נקיבה און בלשון חז"ל רוב מאל לשון זכר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
גרשון האט געשריבן:אור מופלא האט געשריבן:'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים
פון יד ווערט אויך ידות. ווי געשריבן איז דער פארמאט פון א פתח דא נאר ביי צוויי.
ידות איז נישט אויף הענט נאר הענטל. לכאורה איז עס א ווארט פאר זיך, ידות הכלי.
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
זאג א גוטס האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:אור מופלא האט געשריבן:'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים

ס'איז דיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז פערצופאל האבן די צוויי זאכן דעם זעלבן נאמען אין אידיש און אין לשה"ק (און אין נאך שפראכן)?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
גרשון האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:אור מופלא האט געשריבן:'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים
פון יד ווערט אויך ידות. ווי געשריבן איז דער פארמאט פון א פתח דא נאר ביי צוויי.
ידות איז נישט אויף הענט נאר הענטל. לכאורה איז עס א ווארט פאר זיך, ידות הכלי.
ס'איז דיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז פערצופאל האבן די צוויי זאכן דעם זעלבן נאמען אין אידיש און אין לשה"ק (און אין נאך שפראכן)?
ווייס איך. כ'מיין צו זאגן אז ס'נישט א לשון רבים פון יד, נאר ידות ווערט פונקט אזוי גענוצט פאר איין הענטל. (קארעקט מי איף איים ראנג)
אגב מענין לענין, בלשון שבדו איז א סעקונדע "שניה", ווארשיינליך ווייל אין ענגליש איז עס "סעקאנד" - דוק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
זאג א גוטס האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:אור מופלא האט געשריבן:'אלף' איז נישט בכלל תיבות זוגיים, ווי ידים ורגלים, וויבאלד עטליכע טויזענט איז אלפים מיט חיריק, און נאר צוויי טויזענט איז אלפיים, משא"כ ידים
פון יד ווערט אויך ידות. ווי געשריבן איז דער פארמאט פון א פתח דא נאר ביי צוויי.
ידות איז נישט אויף הענט נאר הענטל. לכאורה איז עס א ווארט פאר זיך, ידות הכלי.
אע"פ שאין ראי' לדבר זכר לדבר, עיי' רש"י שמות ב' ה'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
זאג א גוטס האט געשריבן:ווייס איך. כ'מיין צו זאגן אז ס'נישט א לשון רבים פון יד, נאר ידות ווערט פונקט אזוי גענוצט פאר איין הענטל. (קארעקט מי איף איים ראנג)
אגב מענין לענין, בלשון שבדו איז א סעקונדע "שניה", ווארשיינליך ווייל אין ענגליש איז עס "סעקאנד" - דוק
"ידות" פאר איין הענטל? אוודאי נישט. איינס איז יד. כ'האב נישט יעצט קיין מראה מקום, אבער ס'איז זיכער דא בלשון משנה.
בענין שניה -- און פארוואס הייסט עס אין ענגליש second?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
גרשון האט געשריבן:בענין שניה -- און פארוואס הייסט עס אין ענגליש second?
וכן אין דייטש / אידיש "סעקונדע".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
farshlufen האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:בענין שניה -- און פארוואס הייסט עס אין ענגליש second?
וכן אין דייטש / אידיש "סעקונדע".
אין ענגליש הייסט עס אזוי טאקע ווייל ס'איז די צווייטע צוטיילונג פון א שעה, נאך א מינוט. אין דייטש ווייס איך נישט, קען זיין ס'קומט פון ענגליש, אדער מיינט עס אויך אין דייטש "צווייטע". דער נאמען איז אויך דא אין פראנצויזיש און אין אנדערע שפראכן.
דער רמב"ם רופט אויך א סעקונדע שניה, כאטש דער מאס פון זיין סעקונדע איז אנדערש ווי אונזער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3279
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
גרשון האט געשריבן:זאג א גוטס האט געשריבן:ווייס איך. כ'מיין צו זאגן אז ס'נישט א לשון רבים פון יד, נאר ידות ווערט פונקט אזוי גענוצט פאר איין הענטל. (קארעקט מי איף איים ראנג)
אגב מענין לענין, בלשון שבדו איז א סעקונדע "שניה", ווארשיינליך ווייל אין ענגליש איז עס "סעקאנד" - דוק
"ידות" פאר איין הענטל? אוודאי נישט. איינס איז יד. כ'האב נישט יעצט קיין מראה מקום, אבער ס'איז זיכער דא בלשון משנה.
בענין שניה -- און פארוואס הייסט עס אין ענגליש second?
גערעכט. אין שו"ע ונו"כ ווערט געברענגט 'יד הכלי'. (כ'האב זיך פארמישט מיט 'ידית')
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
אין טייל שפראכן איז דא א נייטראל לשון (עס, אי"ט בלעז). פארוואס נישט אין לשה"ק להבדיל?
Re: לשון זכר, לשון נקיבה, לשון סתם (נייטראל)
להודות האט געשריבן:אין טייל שפראכן איז דא א נייטראל לשון (עס, אי"ט בלעז). פארוואס נישט אין לשה"ק להבדיל?
אויב עפעס איז די שאלה פארקערט. לשון זכר/נקיבה איז אן אנגענומענע זאך אין רוב שפראכן, פארוואס פארמאגן די גערמאנישע שפראכן א דריטן סארט?