וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לכאורה האט געשריבן:האלט אייך רואיג ווילאנג מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביז מיר פראצעסירן
זייט רואיג ביזדערווייל מיר פראצעסירן

נישט אין דעם קאנטעקסט, הגם ס'קען אריינקומען אין אנדערע זאצן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

"וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?"

WHILE האט אפאר באדייטן, למשל

- ביז דערווייל (יענקל איז געגאנגען אין גראסערי, און ביז דערווייל איז משה אריין געלאפן אין ספרים סטאר)

- ווילאנג (ווילאנג איך האב געווארט אויפ'ן באס, האב איך שוין אויך געטראכט פון די פאנטש-ליין אין קומענדיגן ארטיקל)

[די צוויי, "ביז דערווייל" און "ווילאנג," זענען כמעט די זעלבע, מ'קען נוצן איינס אנשטאט די אנדערע, אבער ס'פארט נישט די זעלבע]

- בשעת (קאנטראסט, למשל "ריעל עסטעיט אין וויליאמסבורג איז ארויף 'בשעת' (WHILE) אין בארא פארק איז אביסל שוואכער")

"טשאלענדזש" איז א ווארט וואס האט נישט קיין פולע איבערזעצונג אין אידיש. מ'קען פרובירן צו נוצן די ווארט נסיון/פראבע, אבער ס'איז נישט אזוי רייך ווי די עכטע באדייט פונעם ווארט. אויך איז דאס בכלל נישט קיין טייטש אין "טוענדיגע" ווערסיע פונעם ווארט, ווי Challenging. וואס ט'מען זאגן, ס'איז זייער פראבע'דיג? נאר וואס'זשע דען, מען שטעלט אויס די קאנטעקסט אויף א וועג וואס איז יא גוט פאר ארגינעלע אידיש ממילא "דארף מען נישט נוצן" אזא שווערע ענגלישע ווארט.

אהא, הייסט איבערטייטשן מיינט נישט סתם "טרענסלעיטען..." נו וודאי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

לכאורה האט געשריבן:
שוויצער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען HUMBLE אין יודיש?

אויף לשון הקודש, ווען איינער האט א 'האמבל אפיניאן' איז עס "לעניית דעתי"

און א Humble person?
איך מיין ס'האט נישט קיין ווארט, ענליך צו Fellow.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שטומפיג האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שוויצער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען HUMBLE אין יודיש?

אויף לשון הקודש, ווען איינער האט א 'האמבל אפיניאן' איז עס "לעניית דעתי"

און א Humble person?
איך מיין ס'האט נישט קיין ווארט, ענליך צו Fellow.

א באשיידענער פערזאן, אדער אן איינפאכער פערזאן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?

טשעלענדש זאגט מען אין לשה"ק: נסיון
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

יידישע קהילות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!

איך ווייס נישט אויב מיר קענען בכלל זיין אויף איין פעיזש ווייל איך וואלט געשריבן ׳אידיש ביטע׳ און אבוויעסלי שרייבסטו בשיטה ׳יידיש׳..
עניוועי, סימפל, דער מענטש וואס איז Selfless איז א Selfless מענטש
די מדה בעצם איז Selflessness.
גרונם איז Selfless, דאס selflessness זעהט זיך אן ביי אים אויף טריט און שריט

(ס׳איז בלשון סגי נהור, גראדע גרונם איז דירעקט א סעלפיש מענטש)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30737
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!

איך ווייס נישט אויב מיר קענען בכלל זיין אויף איין פעיזש ווייל איך וואלט געשריבן ׳אידיש ביטע׳ און אבוויעסלי שרייבסטו בשיטה ׳יידיש׳..
עניוועי, סימפל, דער מענטש וואס איז Selfless איז א Selfless מענטש
די מדה בעצם איז Selflessness.
גרונם איז Selfless, דאס selflessness זעהט זיך אן ביי אים אויף טריט און שריט

(ס׳איז בלשון סגי נהור, גראדע גרונם איז דירעקט א סעלפיש מענטש)

ער פרעגט וויאזוי מען זאגט די ווערטער (סיי וועלכע פון זיי) אין אידיש... כאפשטו?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

קנאפער ידען האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען
Selfless אדער selflessness

דער בעל ה׳סעלפלעס איז אינגאנצן סעלפלעס, די מדה בעצם איז סעלפלעסנעס

יידיש ביטע!

איך ווייס נישט אויב מיר קענען בכלל זיין אויף איין פעיזש ווייל איך וואלט געשריבן ׳אידיש ביטע׳ און אבוויעסלי שרייבסטו בשיטה ׳יידיש׳..
עניוועי, סימפל, דער מענטש וואס איז Selfless איז א Selfless מענטש
די מדה בעצם איז Selflessness.
גרונם איז Selfless, דאס selflessness זעהט זיך אן ביי אים אויף טריט און שריט

(ס׳איז בלשון סגי נהור, גראדע גרונם איז דירעקט א סעלפיש מענטש)

ער פרעגט וויאזוי מען זאגט די ווערטער (סיי וועלכע פון זיי) אין אידיש... כאפשטו?

דו קומסט פיינעלי אריין קלאר :) כ׳האב דיר געזאגט איך ווייס נישט וואס ׳יידיש׳ מיינט..
איך האב מיר שוין אמאל געמוטשעט וויאזוי מ׳זאגט דאס אויך אידיש אבער אן ערפאלג, דאך גלייב איך אז ס׳דא.
ביז איינער רופט זיך אן, נוץ אפשר סתם ׳גוטהארציגער׳, אז נישט וועסטו מוזן שרייבן ווי גוגל: מויסערנעפעשדיג
אין דייטש זאגט מען פשוט זעלבסלאז אבער כ׳האב עס קיינמאל געהערט, קענסט זיין דער ערשטער העכסטנס
איך גלייב האסט שוין געקוקט אבער אויב נישט, אין דאטש איז דא א שפע פון ווערטער וואס קען דיר העלפן דערמאנען, אין קעיס מ׳טרעפט עס נישט אינעם געזאנג פון נאכן סדר
onbaatzuchtig
onzelfzuchtig
belangeloos
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך מיין אז דער ענטפער איז: זעלבסלאזיק און זעלבסלאזיגקייט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך מיין אז דער ענטפער איז: זעלבסלאזיק און זעלבסלאזיגקייט.

ריכטיג איז עס, אבער איך געדענק נישט צו האבן געהערט אדער געליינט אזא ווארט
אוועטאר
אמבעסאדער
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמבעסאדער »

בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?

טשעלענדש זאגט מען אין לשה"ק: נסיון

אין העברעיש איז עס "אתגר".
אבער אין יודיש איז נישט דא אזא ווארט?
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איך מיין אז און אידיש מיינט עס א דורכגאנג
google translate זאגט אז סמיינט ארויסרופן גיי ווייס וואס דעיס מיינט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

אמבעסאדער האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:
אמבעסאדער האט געשריבן:וויאזוי זאגט מען אין יודיש while און Challenge?

טשעלענדש זאגט מען אין לשה"ק: נסיון

אין העברעיש איז עס "אתגר".
אבער אין יודיש איז נישט דא אזא ווארט?


פרואוו
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינער האט עפעס א גוטע ווארט פאר connecting flight?

(אז נישט, אפשר איז שוין צייט צו מאכן. פארבינדונגס פליגער? פארזעצונג עראפלאן?)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

פליגער/עראפלאן זיכער נישט, פלייט איז נישט פליגער. אפשר פארבינדונג'ס רייזע.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אויף דויטש ווערט א connecting flight גערופן אַנשלוּס פלוּג
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יודל קליין האט געשריבן:אויף דויטש ווערט א connecting flight גערופן אַנשלוּס פלוּג

געוואלדיג, אבער ס'העלפט מיך נישט קיין סאך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אין נעדערלאנדיש ווערט עס גערופן "פארבינדונגס פלוכט", אין דעניש איז עס "פארבינדעלסנעס פלונינג" איך מיין אז פאר אידיש וואלט די מערסטע געפאסט א געמיש פון די צוויי "פארבינדונגס פליאונג". למעשה אבער, וויבאלד די ווארט "פלייט" איז שוין ממש א חלק פון אונזער מאמע לשון, וואלט "פארבינדונגס פלייט" געווען אביסל מער צום זאך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איסר האטלקי האט געשריבן:פליגער/עראפלאן זיכער נישט, פלייט איז נישט פליגער. אפשר פארבינדונג'ס רייזע.

יודל קליין האט געשריבן:אויף דויטש ווערט א connecting flight גערופן אַנשלוּס פלוּג

חלב ישראל האט געשריבן:אין נעדערלאנדיש ווערט עס גערופן "פארבינדונגס פלוכט", אין דעניש איז עס "פארבינדעלסנעס פלונינג" איך מיין אז פאר אידיש וואלט די מערסטע געפאסט א געמיש פון די צוויי "פארבינדונגס פליאונג". למעשה אבער, וויבאלד די ווארט "פלייט" איז שוין ממש א חלק פון אונזער מאמע לשון, וואלט "פארבינדונגס פלייט" געווען אביסל מער צום זאך.

יישר כחכם אלע מגיבים.

אני הקטן גלייך דעם אויסוואל פון "פארבינדונגס רייזע". בנוגע "פארבינדונגס פליאונג", וואלט איך אראפגעשניטן דעם -אונג און עס געלאזט "פארבינדוגנס פלי".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס איז שלעכט מיט פלוג? (אויב ביסטו נישט צופרידן מיט רייזע)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א funnel (משפך) האב איך געקענט אין אידיש אלס "טראכטער"; גוגל ווייסט צו זאגן "ליקע".

וואס ווייסן די אייוועלט שרייבער?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”