וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך טרעף אין צוויי אידיש-ווערטערביכער דעם ווארט "קרוין לייכטער" צוזאמען מיט לוסטער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיין שטעלונג האט געשריבן:די ריכטיגע אויסלייג אין אידיש (זאגנדיג דעם ענגלישן ווארט) איז "פראסטרעיטעד". היימישע שרייבער וואס פאראידישן דעם ווארט שרייבן געווענליך "פרוסטרירט", "פרוסטערירונג", פרוסטעריזאציע".

מחאה גדולה!

"פרוסטרירונג" און "פרוסטרירט" זענען שוין דורי דורות געהעריג אידיש, אפילו חסיד'יש. קודם כאפט מען אונז צו די ווערטער, און נאכדעם זאגט מען אז מיר האבן דאס גאר גע'גנב'עט פון ענגליש!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

עס איז ווארשיינליך ערגעץ אינדערצווישן פון אנטוישונג און פארדריסונג.

די דורי דורות פון וואס דו רעדסט איז לכאורה ארום 5-10 יאהר אלט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

זאג א גוטס האט געשריבן:דאס איז אין 'רעדן' שפראך, נישט שרייבן.

רעדן שפראך איז טשענדילעיר, איך זע נישט וואס איז שלעכט מיט טשילאר.

מיין שטעלונג האט געשריבן:איך טרעף אין צוויי אידיש-ווערטערביכער דעם ווארט "קרוין לייכטער" צוזאמען מיט לוסטער.

איך וואלט געשריבן 'הענג-לייכטער' ווי איידער קרוין לייכטער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צו געזונט האט געשריבן:עס איז ווארשיינליך ערגעץ אינדערצווישן פון אנטוישונג און פארדריסונג.

די דורי דורות פון וואס דו רעדסט איז לכאורה ארום 5-10 יאהר אלט

מסתמא מיינסטו אנטריסטונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גרשון האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן:די ריכטיגע אויסלייג אין אידיש (זאגנדיג דעם ענגלישן ווארט) איז "פראסטרעיטעד". היימישע שרייבער וואס פאראידישן דעם ווארט שרייבן געווענליך "פרוסטרירט", "פרוסטערירונג", פרוסטעריזאציע".

מחאה גדולה!

"פרוסטרירונג" און "פרוסטרירט" זענען שוין דורי דורות געהעריג אידיש, אפילו חסיד'יש. קודם כאפט מען אונז צו די ווערטער, און נאכדעם זאגט מען אז מיר האבן דאס גאר גע'גנב'עט פון ענגליש!

חידוש גדול. אפשר א מקור דערצו?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

@אסדר, יענער וויל דאך נישט נוצן "הענג". קוק עטליכע תגובות ארויף.

--
@גרשון, איך פערזענליך בין זייער ליבעראל איבער פאראידישן ענגלישע ווערטער. ווי איך האב שוין כמה פעמים דא געשריבן. איך קען דעריבער פארשטיין אייער פרוסטרירונג. פארט דענק איך אז דער ווארט איז א נייער אין אידישער לעקסיקאן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זיי ערשיינען אין אלע ווערטערביכער. וואספארא נאך מקור קען זיין?

@מיין שטעלונג, נישט יעדע ווארט וואס מ'האט נישט געניצט א שטיק צייט ווערט ענגליש. אייגנטליך, ס'קען אפילו זיין אז געוויסע היינטיגע שרייבערס האבן עס באמת גענומען פון ענגליש, בלא יודעים אז ארגינעל זענען די ווערטער אויך דא אין אידיש. הרה"ח ר' סנדער דייטש פלעגט מען אויך "באשולדיגן" אין מאכן נייע ווערטער, ווען אין פאקט האט ער על פי רוב פשוט געניצט עכטע אידישע ווערטער. אידיש אין ענגליש זענען ביידע גערמאנישע שפראכן, ממילא איז בכלל נישט קיין וואונדער אז זייער לעקסיקאן איז ענליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

פרוסטרירן און פרוסטרירונג אין וויינרייכ'ס ווערטערבוך וואס איז ארויסגעקומען אין די כ' יארן
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... 3653#p=350

פרוסטרירט אין דאס אידישע ווארט שנת תשי"ט
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

למדן וצדיק האט געשריבן:פרוסטרירן און פרוסטרירונג אין וויינרייכ'ס ווערטערבוך וואס איז ארויסגעקומען אין די כ' יארן
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... 3653#p=350

פרוסטרירט אין דאס אידישע ווארט שנת תשי"ט
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=

יישר כח!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

אינטערעסאנטער חידוש דאס. טאקע נישט געוואוסט אז דאס איז אן אלט ווארט. ביים שרייבן מיין תגובה, האב איך צוערשט געקוקט אין הארקאווי'ס ווערטערבוך, אבער דארט שטייט עס נישט. פארקערט, ער טייטשט אויס דעם ענגלישן Frustration מיט אנדערע אידישע ווערטער.

(אגב, קוק אביסל ארויפציר אויפן זעלבן בלאט אין וויינרייך'ס בוך וויאזוי ער טייטשט "פרומאק".... אן "היפאקריטישער פרומער מענטש"....)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיין שטעלונג האט געשריבן:(אגב, קוק אביסל ארויפציר אויפן זעלבן בלאט אין וויינרייך'ס בוך וויאזוי ער טייטשט "פרומאק".... אן "היפאקריטישער פרומער מענטש"....)

ס'איז בכלל נישט שלעכט געטייטשט. דאס ווארט ווערט על פי רוב באניצט מיט א חוזק טאן. אפילו אויב מיר וואלטן היינט געניצט א געוויסע ווארט מיט אן עטוואס אנדערן באדייט, האט עס אמאל געקענט מיינען ווי ער שרייבט. וויינרייך ווערט פאררעכנט אלס א גרויסער יידישער פראפעסאר (ער איז געווען א דזשינעיס).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך האב נישט געמיינט אים אוועקצומאכן. ס'איז מיר נאר געווען אינטערעסאנט דעם ערנסטקייט מיט וואס ער פארטייטשט דאס ווארט.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

איך וויל פארשטיין: ווען צוויי ווערטערביכער זענען זיך סותר איינער דעם צווייטן, ווי וועמען ברויך מען אננעמען?

למשל טאקע דא. הארקאווי האט נישט אזא ווארט "פרוסטרירונג" און ביים ענגלישן חלק זוכט ער אנגענומענע אידישע ווערטער צו פארטייטשן Frustration. וויינרייך, פון די אנדערע זייט, לייגט עס אריין אלס א לעגיטימע אידישע ווארט אויף עטליכע פארמאטן. נו, ווער איז גערעכט?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

איך דענק אז פרוסטראציע פרוסטרירט וכו', איז דייקא געשאפן געווארן אין אמעריקא.
מ'טרעפט נישט און מ'הערט עס נישט אין אייראפע בעפאר די קריג.
נאכמער, אפילו אין אמעריקא איז עס זעט אויס געשאפן געווארן שפעט אין די פופציגער יארן. דורך אפאר צייטונגען וואס האבן עס דאן פשוט פאראידישט, ודלא כגרשון אז ס'איז עפעס א אלט אידיש ווארט דורי דורות. להד"ם

עיין גם כאן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 40#p122740
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מיין שטעלונג האט געשריבן:איך וויל פארשטיין: ווען צוויי ווערטערביכער זענען זיך סותר איינער דעם צווייטן, ווי וועמען ברויך מען אננעמען?

למשל טאקע דא. הארקאווי האט נישט אזא ווארט "פרוסטרירונג" און ביים ענגלישן חלק זוכט ער אנגענומענע אידישע ווערטער צו פארטייטשן Frustration. וויינרייך, פון די אנדערע זייט, לייגט עס אריין אלס א לעגיטימע אידישע ווארט אויף עטליכע פארמאטן. נו, ווער איז גערעכט?

ערשטנס א ווארט וואס ערשיינט אין איין ווערטערבוך אין נישט אין אן אנדערן איז נישט קיין סתירה, סזייער פשוט אז איין ווערטערבוך זאל פארפעלן געוויסע ווערטער וואס אנדערע האבן יא, ווילאנג א ווארט ערשיינט אין א פראפעסיאנעלע ווערטערבוך איז אקעי זיך צו באנוצן דערמיט. צווייטנס, וויינרייכ׳ס ווערטערבוך איז פשוט א שפעטערע און מער אפדעיטעד ווערטערבוך מיט טויזנטער ווערטער וואס הארקאווי האט פארפאסט, כווייס נישט פארוואס איינער זאל בכלל נאך זיך באנוצן מיט הארקאוויס ווערטערבוך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז דער לשון עבר פון "ביישטייערן": ביישטייערט, אדער בייגעשטייערט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

בייגעשטייערט. אזוי שטייט אין דיקשענערי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך האב געזען דעם ווערטערבוך. אבער דאכט זיך אז מענטשן שרייבן אויך ביישטייערט.

--------
"עמיצער" קומט על פי רוב מיט אן ע', אבער געוויסע שרייבן איימיצער. איז עס א געוויסער דיאלעקט? סתם א טעות?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

גרשון האט געשריבן:"עמיצער" קומט על פי רוב מיט אן ע', אבער געוויסע שרייבן איימיצער. איז עס א געוויסער דיאלעקט? סתם א טעות?

לכאורה די ירושלים'ע שרייבן איי, אזויווי אסאך אזוינע ווערטער.

(דערמאן איך מיר ווען כ'בין געווען אין אר"י בשעת די מקעין-אבאמא וואלן, און כ'האב געהערט תו"א אינגעלייט שמועסן איבער "מקיין", עס זאגנדיג מיט א צירי, צוליב וואס אזוי ווערט עס דארט געשריבן. ווארשיינליך האבן זיי נישט אנגענומען דעם כלל בלשון שבדו אז די קרי איז בסגול..)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זאג א גוטס האט געשריבן:(דערמאן איך מיר ווען כ'בין געווען אין אר"י בשעת די מקעין-אבאמא וואלן, און כ'האב געהערט תו"א אינגעלייט שמועסן איבער "מקיין", עס זאגנדיג מיט א צירי, צוליב וואס אזוי ווערט עס דארט געשריבן. ווארשיינליך האבן זיי נישט אנגענומען דעם כלל בלשון שבדו אז די קרי איז בסגול..)

ס'איז פשוט, היות אויף העברעיש זאגט מען אן אונגערישע/ספרדישע צעירעי, שרייבט מען עס "מקיין", קומען די חסידישע מיט זייערע הברה און ליינען עס מיט א חסידישע צייריי.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היינט צוטאגס, אדער היינט צוטאג?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אין ווערטערבוך שטייט היינט צוטאג (צו טאג, צוויי ווערטער ווי סאיז איינגעפירט ביי זיי לויט די יווא תקנות) מעלות שרייבט אויך אזוי, רוב, מיין איך, שרייבן היינט צוטאגס, איך האב אויך אזוי בעסער ליב אזוי ווי אלע אנדערע אדווערבן, לעצטנס, פרייטאג־צונאכטס, מערסטנס, ווייניגסטנס, צופוסנס, אא"וו. אויך שרייב איך מיט א מקף, היינט־צוטאגס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'האב נישט נאכגעקוקט, אבער איך גלייב נישט אז מעלות שרייבט היינט צוטאג.

מקף'ן מאכן מיר אימער נערוועז. אויב האלטסטו אז ס'דארף זיין מחובר, דאן שטעל עס צאם און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”