וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מ'קען נאך?

הילפסלאז
העלא
געשמאק
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דערקלערן הערט זיך היימישער, אבער זינט עס האט א צווייטע באדייט, קען מען רואיג מחדש זיין דעם דעקלארירן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:דעקלערן. קוקט מיר אויס דא א שטיקל צומישעניש, אפשר קען איינער ארויסהעלפן.

דעקלעראציע איז די טייטש פון declaration. דער ווערב דערפון אין ענגליש איז declare, און פאר אידיש שטייט אין ווערטערבוך "דעקלארירן" -- א ווארט וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אין היימישן באנוץ.

דערנאך איז דא אן ערקלערונג, explanation, וואס דער ווערב איז ערקלערן, explain. נאר די יידישיסטן לייגן אייביג צו דעם ד' צו אזעלכע ווערטער, ממילא איז עס דערקלערונג/דערקלערן. וויינרייך שרייבט אויך declare אלס א מיין פון דערקלערן, אבער ער לייגט דערויף א פינטל, וואס צייגט אויף א ספק כשר ווארט.

אלזא פאר declare האבן מיר אדער דעקלארירן אדער דערקלערן. דעקלערן איז מסתמא פארגרייזט פון ענגליש.

איך וואלט קלאר גענוצט ערקלערן פאר מסביר זיין, און דערקלערן פאר דערקלערן א דעקלע(א)ראציע. דאס פינטל ביי דערקלערן איז מן הסתם ווייל סאיז א דייטשמעריזם. אונזער היימישע אידיש איז דוקא יא זייער דייטשמעריש איז זע איך נישט פארוואס מען זאל עס נישט נוצן. און לכאורה מן הסתם אויך איז דעקלארירן א ווארט וואס וויינרייך האט אליין אויפגעמאכט עס צו פונאנדערשיידן פון דערקלערן - מסביר זיין, ווייל ביי זיי טאר מען דאך ח"ו נישט זאגן ערקלערן אן א ד'
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דער איבריגער ר' מאכט מיר שוין לאנג נערוועז, און ס'זעט אויס זייער גרייזיג. איך גיי פאר דעקלארירן (אדער דעקלערירן), כאטש איך וואלט נישט געוואלט זיין דער ערשטער דאס צו נוצן.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

רוב גוטע שרייבערס נוצן "ערקלערונג/ערקלערט" אלס א "הסבר," און "דערקלערונג/דערקלערט" אלס א "סטעיטמענט/אויסרופונג/כמו-באפעל."

אז אמאליגע "יידישיסטן" האבן געשריבן "דערקלערט" אלס "הסבר" און צוגעלייגט דעם דלת למען היידישיזם, איז נישט קיינעמ'ס פראבלעם.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דעקלעראציע ווערט אבער יא גאנץ אפט באנוצט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דא האט שוין אנעים'ל גע'טענה'ט אז דעקלארירן איז די זאך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמעון ראלניצקי נעמט אן אז מ'דארף צולייגן א ד' צו ערקלערט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

טאקע, מ'נוצט "דעקלעראציע" ווי "געזאגט אין א סטעיטמענט," וכנ"ל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שמעון ראלניצקי נעמט אן אז מ'דארף צולייגן א ד' צו ערקלערט.

דאכט זיך אז ער נעמט אן דעם יידישיסטישן מהלך צוצולייגן דעם ד' צו אלע ווערטער וואס פאנגען זיך ער-. ער איז מסתמא דער איינציגער היימישער שריפטשטעלער מיט דעם צוגאנג (אפילו פנחס גלויבער האט מיר געשריבן נאך יענעם שמועס אז ער אליין ווייסט נישט).

אינטערעסאנט וואס @אנעים שרייבט אין דיין צוגעצייכנטן לינק אז מ'פלעגט שרייבן דעקלארירן, דלא כ@למדן אז ס'איז וויינרייכ'ס פאבריקאציע. בכלל איז וויינרייך נישט באקאנט אלס איינער וואס האט אויפגעמאכט ווערטער. ער האט אויך געהאט אין אלגעמיין מער א ווייכערן צוגאנג צו דייטשמעריזמען און בכלל צו שפראך, נישט ווי אנדערע יידישיסטן, א שטייגער ווי מרדכי שעכטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרשון האט געשריבן:א ווארט פון דער אידישער שפראך איז דאס אידישע ווארט. פון ענגליש איז עס דאס ענגלישע ווארט. ווי איז ווען ס'קומט צו לשה"ק? געוויסע וועלן שרייבן לשה"ק'דיג, אדער לשון-קודש'דיג. לכאורה ווי אזוי ווערט דא נולד דער -דיג? קיינער זאגט נישט דאס אידישדיגע אדער דאס ענגלישדיגע ווארט. מסתמא איז ריכטיגער לשה"ק'ע.

בין איך גערעכט?

ביי אידיש און ענגליש טוט עס שוין דער -יש.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:אינטערעסאנט וואס @אנעים שרייבט אין דיין צוגעצייכנטן לינק אז מ'פלעגט שרייבן דעקלארירן, דלא כ@למדן אז ס'איז וויינרייכ'ס פאבריקאציע. בכלל איז וויינרייך נישט באקאנט אלס איינער וואס האט אויפגעמאכט ווערטער. ער האט אויך געהאט אין אלגעמיין מער א ווייכערן צוגאנג צו דייטשמעריזמען און בכלל צו שפראך, נישט ווי אנדערע יידישיסטן, א שטייגער ווי מרדכי שעכטער.

כזע נישט דארט קיין לינק אבער כהאב געמאכט דא א סיערטש פאר ביכער געשריבן ביז 1930 למספרם, און דאס וואס כהאב געטראפן:

"דעקלארירן" אין 40 ביכער.

"דערקלערן" וואס שטייט 50 ווערטער בשכינות פון "דעקלאראציע" אין 26 ביכער. סאיז אודאי דא מער נאר נישט אלעמאל שטייט עס נעבן דעם ווארט "דעקלאראציע".

עכ"פ "דערקלערן א דעקלאראציע" איז זיכער נישט קיין נייע זאך. אין וויינרייכ'ס ווערטערבוך זענען דא נייע ווערטער, נישט קיין סאך, אבער ס'דא, כווייס נישט פינקטליך וויפיל. פארוואס כהאב געטראכט אז סאיז א נייע ווארט איז וויבאלד די אלע ווערבן מיט "־ירן" זענען געווענליך ניי, דאס איז דער וועג ווי אזוי זיי פאריידישן געווענליך ענגלישע ווערבן, למשל פאר "פּאַרקן" האבן זיי אויפגעמאכט "פּאַרקירן".
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דו מיינסט אז דער מושג פון גרייזן איז געבוירן געווארן נאכ'ן קריג?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:

פון וואו נעמסטו אז ער האט אויפגעמאכט ווערטער? ("זיי" מוז אויך נישט מיינען דווקא ער. ס'האט געקענט זיין מיט עטליכע צענדליגער יאר פריער.)

אז מ'האט געשריבן דערקלערן פאר declare ווייס איך, וויינרייך דערמאנט עס דאך.

עכ"פ בלייבן מיר מיט "דערקלערן" אדער "דעקלארירן". דעקלערן איז ווארשיינליך גרייזיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:פון וואו נעמסטו אז ער האט אויפגעמאכט ווערטער?

אזוי האב איך אמאל געליינט אין אן אינטערוויו פון מרת שעכטער די פארפאסערין פונעם נייעם ענגליש - יידישן ווערטערבוך (א טאכטער פון מרדכי שעכטער)

אגב סתם פאר אינטערסאנטקייט. מרדכי שעכטערס אלע קינדער זענען בעלי תשובה אריינגערעכנט די דערמאנטע מרת שעכטער, און נאך א טאכטער וואס איז היינט די רעדאקטארין פונעם פארווערטס
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דו מיינסט אז דער מושג פון גרייזן איז געבוירן געווארן נאכ'ן קריג?

דעמאלטס אפשר איז דעקלארירן דער גרייז...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גרשון, לכאורה איז פאסיגער דעקלערירן און נישט דעקלארירן, לויט ווי ס'איז אנגענומען ביי אונז צו שרייבן דעקלעראציע.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

"ארומנעמיק ענגליש-יידיש-ווערטערבוך." איך האב עס.

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:גרשון, לכאורה איז פאסיגער דעקלערירן און נישט דעקלארירן, לויט ווי ס'איז אנגענומען ביי אונז צו שרייבן דעקלעראציע.

אמת. דארף עס נאר איין צייטונג שרייבער אדער זלמן ווידער ניצן, און ביז א יאר-צוויי קען עס יעדער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

למדן וצדיק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דו מיינסט אז דער מושג פון גרייזן איז געבוירן געווארן נאכ'ן קריג?

דעמאלטס אפשר איז דעקלארירן דער גרייז...

ס'איז זייער גרינג צו פארשטיין וויאזוי ס'זאל פארגרייזט ווערן צו דערקלערן, ווען דער- איז א ברייט באנוצטע פארזילבע אין אידיש. פארקערט זע איך נישט וויאזוי ס'זאל האבן געקענט געשען.

דאס איז אויסער דעם וואס דעקלערירן איז נענטער צום שורש.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ר' גרשון, זייער שיין.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

למדן וצדיק האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:פון וואו נעמסטו אז ער האט אויפגעמאכט ווערטער?

אזוי האב איך אמאל געליינט אין אן אינטערוויו פון מרת שעכטער די פארפאסערין פונעם נייעם ענגליש - יידישן ווערטערבוך (א טאכטער פון מרדכי שעכטער)

https://www.yiddishbookcenter.org/langu ... s-daughter

"There were people who were very upset with Weinreich fifty years ago because he included a couple hundred neologisms in his dictionary. He also believed in coining words when we need them. But other people, they’re not happy with it, for whatever reason: conservatism, or a lack of optimism about the future..."
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צ"ק...

איז דא עפעס אין אידיש פאר roommate?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך זע אז האלעפצעס איז פון די ווערטער וואס קענען נישט זיין לשון יחיד. נישט איין האלעפצע, נאר איין האלעפצעס. (אזוי ווי איין ארבעס.)

אינטערעסאנט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

גרשון האט געשריבן:איך זע אז האלעפצעס איז פון די ווערטער וואס קענען נישט זיין לשון יחיד. נישט איין האלעפצע, נאר איין האלעפצעס. (אזוי ווי איין ארבעס.)

אינטערעסאנט.

בפשטות אנע דקדוק

געשמאקע האלעפצעס עסט מען נישט נאר איינס, די וואס זענען וואו ר׳ מאטי אילאוויטש רופט זיי ״חק בלי טעם״, קען מען איינס אויך נישט עסן...

ארבעס עסט מען געווענליך מער ווי איינס.
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אל כבוד החברים החשובים.

"שטריימל" איז א זכר אדער נקבה?

א דאנק!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”