"שלום זכר" אדער "שלום זכור"?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מיגו האט געשריבן:השתא דאתית להכי.. קען זיין דער יעב"ץ האט עס גערופען זָכָר און דאס איז אויך מלשון זכרון כידוע.. (בסוף פסוק: אותם זכר) ווייל אויב וואלט ער עס גערופען זכור דאן וואלט נישט געווען קיין ספק אז עס איז מלשון זכירה ווי געזאגט.

נישט ממש, זעה אין דעם אויבענדערמאנטע לינק פון אוצה"ח, https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p ... 03#p199109
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

אאפס...
וואס דו זאגסט לייגט זיך נישט אויפן שכל. נניח אז מקען שרייבן זכור מיט א ואו און מיינען א בן זכר, איז עס פארט נישט דער וועג ווי מען שרייבט זכר און דאן וואלט פשוט געווען פארן יעבץ אז דאס איז מלשון זכירה. וז"פ מאד לענ"ד. עס וואלט מער געפאסט אין אזא פאל "אולי איז עס מלשון בן זכר".

און אגב, זכור וואס איז א לשון זכר איז דער ואו איז א חולם אדער א מלאפום? איך ווייס נישט.. געפינטלט איז עס זְּכוּר, איז אויב רופט מען עס סעודת זְּכוּר קען מען נאך זאגן אז דאס איז לשון זכר, און דענסמאל קען מען שוין נישט זאגן לשון זכירה... נאר אויב ס'איז א חולם קען מען מדחיק זיין א לשון זכר און איז מסתבר אז עס איז לשון זכירה.

די גאנצע שמועס איז אבער שטותים... ווייל דער יעבץ האט כנראה נישט גערופן דעם סעודה נישט זכר (קמץ) נישט זכר (צירי) און נישט זכור (חולם אדער מלאפום) נאר האט דן געווען אויף וואס די פריערדיגע רופן עס סעודת זכר פארוואס עס הייסט אזוי, און נאכן קובע זיין דעם טעם אזוי וועט מען עס רופן.
Out of towner
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 28, 2017 1:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Out of towner »

איטשע האט געשריבן:כמדומני שלא ירדת לסוף דבריי, אמאל פלעגט מען עס בלויז רופן א״זכר״ נישט מיט׳ן צונאמען ״שלום״, וכנ״ל.


אין אשכנז האט מען עס גערופן זכר און אין פולין האט מען עס גערופן שלום זכר
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אין גאליציע האט עס אויך בלויז געהייסן זכר
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יש ויש...

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

לעצטענס באקומען פון א ידיד זייער א שיינעם שלם זכר צעטל מלא וגדוש מיט מליצות
איך בין עס מפרסם מיט רשות פונעם בעל שמחה
אטעטשמענטס
שלום זכור מליצות.png
שלום זכור מליצות.png (65.99 KiB) געזען 2594 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”