ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך וויל דא פארלייגן פאר'ן עולם עטליכע ספיקות און קשיות וואס איך האב אין לשה"ק אויסלייג.

פאלגנד איז דער ערשטער פון זיי:

א. פארוואס ווערט "שליח" (בלשון יחיד) געשריבן מיט א י', און "שלוחים" (בלשון רבים) מיט א ו'?

נאך א זוך אקציע איז באשטעטיגט אז עס איז עפ"י רוב אנגענומען אזוי אין אלע פריערדיגע ספרים, דאכט זיך מיר אפי' אין גמרא.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אין אידיש איז דער כלל פארקערט, בוך - ביכער, שטוב - שטיבל, וכדומה.

דער כלל איז זייער פשוט, דער שורש איז שלח, אויף דעם לייגט מען צו וואס מען דארף כפי המצב. יעצט, לשון יחיד איז אייביג מיט א יוד און לשון רבים מיט א ויו.
גראדע איז זייער אינטערעסאנט איין זאך, אז אין ליובאוויטש רופט מען עס א "שלוח" מען דרוקט דעם ויו אנשטאט שליח. ווייס איך נישט פארוואס. אזוי אויך די ירושלימער זאגן "די שטובלאך" אנשטאט די שטיבלאך.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואו איז דער ערשטער מקור ווי מען טרעפט דעם ווארט 'סוד' אלס 'געהיימניס'?

אין פסוק טייטשט עס געווענליך 'פארזאמלונג'.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואס? סוד? סוד ה' ליראיו, אשר יחדיו נמתיק סוד, הולך רכיל מגלה סוד, דאס איז וואס קומט ארויף אין געדאנק אויפן מינוט, פון וועלכע פסוק רעדט איר?
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

ער רעדט לכאורה פונעם פסוק בסודם אל תבוא נפשי
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א דאנק אייך למעלה.

בסוד ישרים ועדה, קל נערץ בסוד קדושים, ועוד הרבה (נישט נאר אין פסוקים, כגון סוד שרפי קודש).
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אהה, דארף מען נאכקוקן במפרשי התורה אויפן פלאץ די אפטייטש, מיין רבי האט געטייטשט בסודם אין זייער עצה, ובפשטות הכוונה שנתייעצו בסוד. בקהלם איז טייטש פארזאמלונג.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

גארנישא אזא קלאָצקאָפּ. ייש"כ פאד די תוכנ'דיגע אשכולות.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בסוד ישרים איז טאקע יא פשט בסוד. וכמדומה בסוד קדושים אויך.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איסר האטלקי האט געשריבן:גראדע איז זייער אינטערעסאנט איין זאך, אז אין ליובאוויטש רופט מען עס א "שלוח" מען דרוקט דעם ויו אנשטאט שליח. ווייס איך נישט פארוואס. אזוי אויך די ירושלימער זאגן "די שטובלאך" אנשטאט די שטיבלאך.

אינטרעסאנט אז ביי ביידע ווייס איך אנדערש, אין חב"ד זאגט מען שליח, און דאכט זיך רבים זאגט מען שליחים און נישט שלוחים, און די ירושלים'ער זאגן שטיבלאך און נישט שטובלאך.
אם לא עכשיו אימתי
עזריאל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזריאל »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נאך א זוך אקציע איז באשטעטיגט אז עס איז עפ"י רוב אנגענומען אזוי אין אלע פריערדיגע ספרים, דאכט זיך מיר אפי' אין גמרא.

כבר במשנה זה כך.
למשל בגיטין ג, ו: שליח; ר''ה א, ג: שלוחין.

ועי' כאן.

(לפו''ר זה לא קשור כלל ללשונות יחיד ורבים בשפת יודיש).
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א דאנק אייך למעלה.

בסוד ישרים ועדה, קל נערץ בסוד קדושים, ועוד הרבה (נישט נאר אין פסוקים, כגון סוד שרפי קודש).


מסוד חכמים ונבונים
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

עזריאל האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נאך א זוך אקציע איז באשטעטיגט אז עס איז עפ"י רוב אנגענומען אזוי אין אלע פריערדיגע ספרים, דאכט זיך מיר אפי' אין גמרא.

כבר במשנה זה כך.
למשל בגיטין ג, ו: שליח; ר''ה א, ג: שלוחין.

ועי' כאן.

(לפו''ר זה לא קשור כלל ללשונות יחיד ורבים בשפת יודיש).

שוין געטראפן א שטיקל דמיון דערצו:

אסיר - אסורים.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

למעלה משבעים האט געשריבן:בסוד ישרים איז טאקע יא פשט בסוד. וכמדומה בסוד קדושים אויך.

נאכגעקוקט. בסוד ישרים טייטשן די מפרשים "בעצת ישרים". דער מצודת ציון אויפ'ן פלאץ שרייבט צוויי טעמים פארוואס עצה ווערט אנגערופן סוד, איינס, ווייל אן עצה ווערט געמאכט בסוד (כ'פארשטיי עס נישט פונקטליך), אדער איז עס מלשון "יסוד", ווייל אן עצה איז דער יסוד פאר יעדע זאך.

בסודם אל תבא נפשי טייטשט מען טאקע "בעצתם"
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

עטליכע ענליכע ווערטער אין לשה"ק וואס דער עולם איז זיך טועה צוויישן זיי:

יָשָן = אלט
יָשֵן = שלאפט
(און די זעלבע יְשָנָה, יְשָנִים, און יְשֵנָה, יְשֵנִים)

לְבָנָה = א ווייסע
לְבֵנָה = א ציגל
(און די זעלבע לְבָנִים, און לְבֵנִים)

אוֹר = ליכטיגקייט
אוּר = פייער

כ'האב אמאל געהאט א לענגערע ליסטע, אבער יעצט נעמענדיג דעם מייק אין די הענט האב איך פארגעסן.
עזריאל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזריאל »

למעשה די וואס זאגן ''תוספות ישֵנים'' זענען זיך נישט גענצליך טועה, עדה''כ ''ישיני עפר''...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

עזריאל האט געשריבן:למעשה די וואס זאגן ''תוספות ישֵנים'' זענען זיך נישט גענצליך טועה, עדה''כ ''ישיני עפר''...

:P :P
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

ווערעצקי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א דאנק אייך למעלה.

בסוד ישרים ועדה, קל נערץ בסוד קדושים, ועוד הרבה (נישט נאר אין פסוקים, כגון סוד שרפי קודש).


מסוד חכמים ונבונים

'סוד שרפי קודש' באדייט 'חבורת שרפי קודש', ווי עס שרייבט דער אבודרהם. [זה לשונו: נקדישך ונעריצך. ונעריצך כבר זכרנוהו למעלה. כנועם ע"ש (משלי ג, יז) דרכיה דרכי נועם שיח ע"ש (תה' קב, א) ולפני ה' ישפוך שיחו. סוד ע"ש (שם קיא, א) בסוד ישרים. שרפי קודש נקראו כן המלאכים לפי שהם שורפים בהבל פיהם.]
'מסוד חכמים ונבונים' מיינט 'חבורת חכמים ונבונים'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:עטליכע ענליכע ווערטער אין לשה"ק וואס דער עולם איז זיך טועה צוויישן זיי:
יָשָן = אלט
יָשֵן = שלאפט
(און די זעלבע יְשָנָה, יְשָנִים, און יְשֵנָה, יְשֵנִים)
לְבָנָה = א ווייסע
לְבֵנָה = א ציגל
(און די זעלבע לְבָנִים, און לְבֵנִים)
אוֹר = ליכטיגקייט
אוּר = פייער
כ'האב אמאל געהאט א לענגערע ליסטע, אבער יעצט נעמענדיג דעם מייק אין די הענט האב איך פארגעסן.

כדאי צו צולייגן:
בּוּר = בדומה לעם הארץ
בּוֹר = גרוב
זָקָן = בארד
זָקֵן = אלט
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:עטליכע ענליכע ווערטער אין לשה"ק וואס דער עולם איז זיך טועה צוויישן זיי:
יָשָן = אלט
יָשֵן = שלאפט
(און די זעלבע יְשָנָה, יְשָנִים, און יְשֵנָה, יְשֵנִים)
לְבָנָה = א ווייסע
לְבֵנָה = א ציגל
(און די זעלבע לְבָנִים, און לְבֵנִים)
אוֹר = ליכטיגקייט
אוּר = פייער
כ'האב אמאל געהאט א לענגערע ליסטע, אבער יעצט נעמענדיג דעם מייק אין די הענט האב איך פארגעסן.

כדאי צו צולייגן:
בּוּר = בדומה לעם הארץ-א ליידיג פעלד
בּוֹר = גרוב
זָקָן = בארד
זָקֵן = אלט
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

יש"כ פאר די זיינע אינהאלט אשכול, נו אז מ'רעדט שוין יא איז לאמיר הערן וועלעכע וועג איז ריכטיג געשריבן און וועלעכע נישט
מליצת יושר
מליצה ישרה
מליצת ישרה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מליץ יושר לגבר מליצה יושר לאשה
עזריאל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עזריאל »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נאך א זוך אקציע איז באשטעטיגט אז עס איז עפ"י רוב אנגענומען אזוי אין אלע פריערדיגע ספרים, דאכט זיך מיר אפי' אין גמרא.

כבר במשנה זה כך.
למשל בגיטין ג, ו: שליח; ר''ה א, ג: שלוחין.

ועי' כאן.

(לפו''ר זה לא קשור כלל ללשונות יחיד ורבים בשפת יודיש).

שוין געטראפן א שטיקל דמיון דערצו:

אסיר - אסורים.

לשון מקרא לחוד ולשון משנה לחוד.
בראשית לט, כ: ויקח אדני יוסף אתו ויתנהו אל בית הסהר מקום אשר (אסורי) [אסירי] המלך אסורים ויהי שם בבית הסהר.
אינטארסאנט נאר אז די כתיב איז טאקע "אסורי".
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

שאהן הענניטי האט געשריבן:מליץ יושר לגבר מליצה יושר לאשה

דאכט זיך אז מליצת יושר לאשה, עפעס גרילצט אין אויער דער מליצה יושר, לכאורה ווייל ס'איז א חיבור צו יושר, אזוי ווי חמדה = חמדת ישראל, קליפה =קליפת השום, משנה = משנת ראשונים/ישראל, נשמה = נשמת כל חי/ישראל.

א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א ה"א ווען מען מאכט עס א חיבור צו א צווייטן לייגט מען אנשטאט דעם הא א תיו
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:עטליכע ענליכע ווערטער אין לשה"ק וואס דער עולם איז זיך טועה צוויישן זיי:
יָשָן = אלט
יָשֵן = שלאפט
(און די זעלבע יְשָנָה, יְשָנִים, און יְשֵנָה, יְשֵנִים)
לְבָנָה = א ווייסע
לְבֵנָה = א ציגל
(און די זעלבע לְבָנִים, און לְבֵנִים)
אוֹר = ליכטיגקייט
אוּר = פייער
כ'האב אמאל געהאט א לענגערע ליסטע, אבער יעצט נעמענדיג דעם מייק אין די הענט האב איך פארגעסן.

כדאי צו צולייגן:
בּוּר = בדומה לעם הארץ
בּוֹר = גרוב
זָקָן = בארד
זָקֵן = אלט

א דאנק פאר'ן דערמאנען. ביידע זענען געווען אויף מיין ליסטע.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”