וואס איז דער טיישט פון באגאסן, אדער באגאסענעם אין לשון הקודש.
צום ביישפיל: זון באגאסענעם וואסער, באגאסענעם קדושה, באגאסענעם קיטל
באגאסן
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
israelm האט געשריבן:וואס איז דער טיישט פון באגאסן, אדער באגאסענעם אין לשון הקודש.
צום ביישפיל: זון באגאסענעם וואסער, באגאסענעם קדושה, באגאסענעם קיטל
"באגאסן" מיינט צום ביישפיל "אנגעגאסן מיט וואסער", המן איז געווען באגאסן נאכן פירן מרדכי אויפן פערד.
"באגאסענעם" איז קודם כל נישט קיין לשון הקודש און איך ווייס נישט צו עס איז גראמאטיש אויסגעהאלטן, אפשר געהערט עס "באגאסענע, באגאסענער, וכדו'" ווענדט זיך וואו ער שטייט. דער באדייט דערפון איז פשוט, א קיטל וואס איז געווארן באגאסן מיט וויין, איז יעצט א "באגאסענע קיטל," "זרש האט געהערט די טיר זיך עפענען און אריין האט שפאצירט א באגאסענער המן."
עד כאן וואס איך ווייס און פארשטיי, אפשר איז דא עפעס מער!
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
פון די ווערטער פונעם שואל, פארשטיי איך אז ער וויל מעגליך פרעגן איבער 'געגאסן' און 'אויסגעגאסן'.
א שטייגער ווי:
'אויף זיין פנים איז אויסגעגאסן א שיין פון קדושה'.
'דאס קיטל פאסט אים זייער גוט, עס איז ווי געגאסן אויף אים'.
א שטייגער ווי:
'אויף זיין פנים איז אויסגעגאסן א שיין פון קדושה'.
'דאס קיטל פאסט אים זייער גוט, עס איז ווי געגאסן אויף אים'.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).