שיתקיים בעזרת השם

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

יִפָּעֵל מיט נפעל, זענען איינס. נאר יִפָּעֵל איז עתיד, און נפעל איז עבר (בפתח העי"ן) אדער בינוני (בקמץ העי"ן) (וואס קען זיין א תואר, אדער הווה).

ואולי עוד חזון ךמועד מאויסצושמועסן די אנדערע.
וואס איז דא נוגע, איז אז מתפעל מיינט עס טוט זיך, ממנו ובו בעצמו. און נפעל עס ווערט געטאן צו איהם.
און אזוי ווי מען קען נישט זאגן הלחם נתאכל, יתאכל. נאר נאכל, יאכל (בצירי יו"ד).
קען מען נישט זאגן אזוי אויף א מעמד.
וכש"כ הוא ווייל דער מעמד עקזיסטירט נישט, אנע די קיום\עריכה וואס מיר דערמאנען דא. איז דאך נישטא קיין מקום פאר די פעולה בו בעצמו.
כ'פארשטיי די הרגשה פון דער וואס וויל דוקא שרייבן יתערך, קומט פון דעם זעלבן ווינקל, ווייל ער זעהט נישט קיין מקום פאר קבלת הפעולה. עס אבער נישט אזוי אין לה"ק.

יתגדל ויתקדש, איז תלוי אין א לאנגס און א ברייטס, אויב עס איז די לשה"ק'דיגע מתפעל, אדער ארמישע מתפעל, וואס שטייט לעומת די לשה"ק נפעל. וכבר דשו בו קמאי.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רב טקסט האט געשריבן:...

יישר כח, זייער שיין אויסגעשמועסט. וועלן מיר ווארטן אויף די איבריגע.

כ'האב לכאורה אויסגעלאזט פוּעל, מיט א מלאפום אויפ'ן ו'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

גרשון האט געשריבן:פינף ווערטער וואס טייטשן בערך די זעלבע (נישט ממש, טייל זענען עתיד, אנדערע עבר): יתפעל, יִפָּעֵל, פעוּל, הפעל, נפעל.

גרשון האט געשריבן:כ'האב לכאורה אויסגעלאזט פוּעל, מיט א מלאפום אויפ'ן ו'.

היות כ'זעה זיך ענג אין צייט וועל איך פרובירן שרייבן ממש בקיצור בעזרת הש"י.

אזוי ווי אין פעלים מצד דער פועל וואס טוט די פעולה, איז דא 3 בנינים, קל (פעל), כבד (פיעל), און הפעיל, פונקט אזוי זענען די 3 דא ביי דער מקבל הפעולה.
נפעל (און יִפָּעֵל בעתיד), איז דער מקבל פונעם פעל. אמר - ונאמר.
פוּעל איז מקבל פונעם פיעל.
הפעל איז מקבל די הפעיל. פון השליך משמים ווערט קדושים מושלכים.

יתפעל - טוט זיך, היינו מעצמו בעצמו.

נאכדעם איז דא אינעם מקבל הפעולה נאך א זאך וואס איז כלל נישט פארהאן ביים פועל, אז אזוי ווי ער ווערט באיינדרוקט פון דער פעולה, ווייל די פעולה איז דאך געווען אין איהם, בלייבט אויף איהם נאכדעם א תואר, וואס ער טראגט די גאנצע צייט. "א געמאכטער"

דאס איז אויך דא אין אלע 3 בנינים
פעוּל (מצות שמורות, געהיטענע מצות. עס איז ניט דווקא אז זיי ווערן יעצט געהיטן, אבער עס איז דאך ניט קיין עבר, נאר די תואר וואס די מצה האט זיך פארדינט זינט די שמירה איז דורכגעפירט געווארן אויף איהר).
מפועל (מפוזר ומפורד - א צעשפרייטע און צעטיילטע).
מופעל (אזוי ווי מושלכים באש, אריינגעווארפענע).

ווי פארשטענדליך האט דאס נישט קיין עבר אדער עתיד. עס איז נאר א תואר.

עפעס ליגט מיר אין קאפ אז צומאל, ווען דער פועל ווערט אליין באיינדרוקט פון די פעולה (האדם נפעל כפי פעולותיו) קען ער אויך באקומען דער תואר פעוּל, וצריך חיפוש.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

רב טקסט האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז צומאל, ווען דער פועל ווערט אליין באיינדרוקט פון די פעולה (האדם נפעל כפי פעולותיו) קען ער אויך באקומען דער תואר פעוּל, וצריך חיפוש.

זיך דערמאנט, מסור, ארוס, וכדומה. ועי' תוי"ט פ"י דנדרים מ"ג. און לפי זכרוני זאגט רו"ה ערגעצוואו אז די פשט איז ווייל זיי מען מיינט זיי מתאר צו זיין אלס איינער וואס דורכגעגאנגען די פעולה, דהיינו עס לאזט איהם מיט'ן תואר. כאטש אז ער איז עס דורך פונעם אנדערן זייט מטבע.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רב טקסט האט געשריבן:

ווער זאגט מסור, איז נישט ריכטיג מוסר?

א פארקערטע מעשה איז מיט אנוס/אונס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גרשון האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז צומאל, ווען דער פועל ווערט אליין באיינדרוקט פון די פעולה (האדם נפעל כפי פעולותיו) קען ער אויך באקומען דער תואר פעוּל, וצריך חיפוש.

זיך דערמאנט, מסור, ארוס, וכדומה. ועי' תוי"ט פ"י דנדרים מ"ג. און לפי זכרוני זאגט רו"ה ערגעצוואו אז די פשט איז ווייל זיי מען מיינט זיי מתאר צו זיין אלס איינער וואס דורכגעגאנגען די פעולה, דהיינו עס לאזט איהם מיט'ן תואר. כאטש אז ער איז עס דורך פונעם אנדערן זייט מטבע.

ווער זאגט מסור, איז נישט ריכטיג מוסר?

א פארקערטע מעשה איז מיט אנוס/אונס.

מ'נוצט אויך דעם אופן אויף א גרוש ל"ע, ווען אין פאקט איז ער א מגרש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דאס איז שוין מסתמא א שפיל-ווארט פון גרושה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

גרשון האט געשריבן:ווער זאגט מסור, איז נישט ריכטיג מוסר?

זעה תוי"ט וואס כ'האב אנגעצייכנט. ובלשון חז"ל מצאנו המסורות, נישט המוסרות

גרשון האט געשריבן:א פארקערטע מעשה איז מיט אנוס/אונס.

לא פארשטאנדתי
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

רב טקסט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א פארקערטע מעשה איז מיט אנוס/אונס.

לא פארשטאנדתי

כ'זאג אז אין די ראשונים שטייט אייביג "אנוס", א לשון פעול, אבער מיר זאגן, "ער איז געווען אן אונס" -- א באצווינגער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: שיתקיים בעזרת השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

מיר דוכט זיך אז מיר זאגן: ער האט געהאט א אונס, אדער עס איז געווען א אונס, מלעיל בסגול הנו"ן. וראה רש"י בפסוק והיה האכל לפקדון.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”