טעותים

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איינער ווייסט וואס מיינט טאקע 'העליש'? לעצטנס האב איך געזען ערגעץ, אז עס קומט פון ענגלישן 'העלל' - גיהנום....

אבער דער העלישער פלאם וואס קלאצקאפ ברענגט איז זיכער א העלישער טעות....

אמת, ס'איז נישט אין ריכטיגן קאנטעקסט. כ'האב נאר ארויסגעברענגט אז דער שרייבער האט געוואלט איבערזעצן 'מדורת אש'.
העליש קומט נישט פון ענגליש, עס איז אויך אין דייטש höllisch.
און יא, ס'האט שייכות מיטן גיהנם Hölle.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעגראדזשעט »

מיין שטעלונג האט געשריבן:
האפ קאזאק האט געשריבן:היינט געזען אויפן צעטל:

דער וועלט'ס בארימטער מתמידים

מתמידים באלאנגט נישט פאר דער וועלט, עס באלאנגט פארן בעה''ב דערפון.
עס איז אבער בארימט אין דער גאנצער וועלט.

ריכטיג איז: דער וועלט-בארימטער מתמידים

יענער האט הויפטזעכליך געוואלט ארויסברענגן "וועלט-בארימטסטער". דאס מערסטע בארימט אין די גאנצע וועלט.

ביי נאו... קען ער זיך שוין אפשר האלטן פאר א וועלט בארימטע מתמידים... חחח...
סאברע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאברע »

הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:

טעות.

אין לשה"ק זאגט מען על פי דקדוק "טעיות", אבער אין אידיש זאגט מען "טעותים", און אייוועלט איז אויף אידיש.

כ'האב גראדע געהאט געטראכט צו מאכן א שטיקל באשרייבונג פון לשה"ק ווערטער אין אידיש וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן אין לשה"ק און זענען דאך הונדערט פראצענט כשר אין מאמע לשון (צווישן אלע זאכן וואס איך האב געטראכט צו טון...). אז איר וועט בלעטערן אין אלטע אידישע זאכן, וועט איר טרעפן דערפון לרחצה; היינט מיט דער פארשפרייטונג פון דער העברעאישער שפראך אין ארץ ישראל האט מען צוביסלעך אנגעהויבן צוריקטוישן אסאך ווערטער צו זייער ארגינעלן פארעם.

איין קלאסישער ביישפיל אויף דעם פענאמען איז א זאך-ווארט (שם דבר) מיט אן אדיעקטיוו (תואר). אין לשה"ק ווען ס'איז דא א זאך-ווארט וואס ווערט פארגעשטעלט מיט אן אדיעקטיוו, וועט קודם שטיין דאס זאך-ווארט און דערנאך דער אדיעקטיוו. ביישפילן: בית גדול, ילד קטן, שלחן גבוה, כסא נמוך, חתול שחור, תרנגולת לבינה, גשם חזק, קול חלוש.

אין אידיש, דאגעגן, אזוי אויך אין אלע גערמאנישע שפראכן, וועט קודם קומען דער אדיעקטיוו און דערנאך דאס זאך-ווארט: א גרויסע הויז, א קליין קינד, א הויכער טיש, א נידריג בענקל, א שווארצע קאץ, א ווייסע הון, א שטארקער רעגן, א שוואך קול.

יעצט ווען מען ברענגט אריין אין מאמע לשון א לשה"ק'ע זאך-ווארט מיט'ן אדיעקטיוו אינאיינעם, וועט מען עס נישט זאגן ווי אין אידיש, נאר אויפ'ן ארגינעלן אופן, א שטייגער ווי "שבת קודש", "בית הקברות", "מגילת אסתר", אא"וו. דאס איז קלאר. וואו מענטשן ווערן צומישט איז ביי א פלאץ וואו מ'האט מ'פאראידישט בלויז דאס זאך-ווארט, און שפעטער לייגט מען צו אן אדיעקטיוו וועלכער איז גראדע אויך א לשה"ק'ע ווארט. "וועד החתונה" אדער "חתונה וועד"? "לוח סוף זמן קריאת שמע" אדער "סוף זמן קריאת שמע לוח"?

און וואס איז מיט "חנוכה מנורה"? גוט, ביי דעם קען מען זאגן אז ס'איז נישט לשה"ק, ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט זאגן "מנורה של חנוכה". און "שושן פורים"? אקעי, גיי לערן אויס גראמאטיק א טאג נאכ'ן טרינקען...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

...ים אדער ...ות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.

מיין שאלה איז נאר, פון ווי קומט דאס ווארט "תהלים", עפ"י חשבון וואלט מען געדארפט זאגן "תהלות"?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לבלר האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.

מיין שאלה איז נאר, פון ווי קומט דאס ווארט "תהלים", עפ"י חשבון וואלט מען געדארפט זאגן "תהלות"?

ווי אזוי זאל מען זאגן, נשים אדער נשות? אבים אדער אבות? מקומים אדער מקומות?

ביי זאך-ווערטער גייט נישט אייביג אן דער כלל אז מ'דארף ענדיגן -ים ביי זכרים און -ות ביי נקיבות. פאקטיש זענען דא געוויסע ווערטער וואס מ'טרעפט אויף ביידע פארמען, אזוי ווי חצרים-חצרות. זע איבער דעם אין אבן עזרא אנהייב שמות (נישט שמים, אפילו ס'איז לשון זכר), און אין תוספות שבת ב, ב.

אין פריערדיגע ספרים טרעפט מען טאקע "תהלות", אבער שפעטער איז געווארן מער פארשפרייט "תהלים".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:ביי א כמו שארט-קאט אין מאנסי, הענגט שוין לאנג א טאוול, אז דער דורכגאנג איז "געאייניגט נאר פאר מענער".
כ'בין נייגעריג צי נאר מיר גריזשעט עס.

ווייס איך נישט וואו דער שארטקאט איז, אבער דער תגובה גריזשעט גענוג..
"געאייגנט"
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

7322FE16-343E-4FAB-B84D-40840DAB08FE.jpeg
7322FE16-343E-4FAB-B84D-40840DAB08FE.jpeg (38.92 KiB) געזען 3833 מאל

אײנער מיט א בילד פון די שרעקעדיגע באבע?? :wink:
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גרשון האט געשריבן:אין פריערדיגע ספרים טרעפט מען טאקע "תהלות", אבער שפעטער איז געווארן מער פארשפרייט "תהלים".

נישט נאר שפעטער נאר פריער הויך אין גמרא שטייט תהלים אדער תלים

נאר די מדקדקים בלשון (רמב"ן און אבן עזרא) רופן עס תהלות.

אינטערסאנט אז דער רמב"ם רופט עס יא תלים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

בענין תהלים-תהלות, זע אויך דא. נישטא קיין גרויסע חידושים.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:בענין תהלים-תהלות, זע אויך דא. נישטא קיין גרויסע חידושים.

נישט קיין חידושים טאקע
אבער איך זעה דארט אז טאקע די צוויי האבן עס אריינגעברענגט און פארדעם איז נאר געווען תהילים תלים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

download/file.php?mode=view&id=238932
כמדומה נישט די ריכטיגע משמעות
אטעטשמענטס
Inked20200206_124134_LIh.jpg
Inked20200206_124134_LIh.jpg (60.13 KiB) געזען 3676 מאל
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
7322FE16-343E-4FAB-B84D-40840DAB08FE.jpeg

אײנער מיט א בילד פון די שרעקעדיגע באבע?? :wink:

פיין פיין :lol: :lol:
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
סאברע האט געשריבן:הכותרת היא הטעות הכי גדולה - "טעותים".
צ"ל 'טעויות'.
עס איז נישטא אזא ווארט "טעותים" על פי דקדוק,
דאס איז נאר א מויל-שפראך. אזוי ווי 'תעניתים' (צ"ל תעניות)

ריכטיג. באקאנט.
ס'איז דא אנגעמערקט געווארן.

טעות.

אין לשה"ק זאגט מען על פי דקדוק "טעיות", אבער אין אידיש זאגט מען "טעותים", און אייוועלט איז אויף אידיש.

כ'האב גראדע געהאט געטראכט צו מאכן א שטיקל באשרייבונג פון לשה"ק ווערטער אין אידיש וועלכע זענען נישט אויסגעהאלטן אין לשה"ק און זענען דאך הונדערט פראצענט כשר אין מאמע לשון (צווישן אלע זאכן וואס איך האב געטראכט צו טון...). אז איר וועט בלעטערן אין אלטע אידישע זאכן, וועט איר טרעפן דערפון לרחצה; היינט מיט דער פארשפרייטונג פון דער העברעאישער שפראך אין ארץ ישראל האט מען צוביסלעך אנגעהויבן צוריקטוישן אסאך ווערטער צו זייער ארגינעלן פארעם.

איין קלאסישער ביישפיל אויף דעם פענאמען איז א זאך-ווארט (שם דבר) מיט אן אדיעקטיוו (תואר). אין לשה"ק ווען ס'איז דא א זאך-ווארט וואס ווערט פארגעשטעלט מיט אן אדיעקטיוו, וועט קודם שטיין דאס זאך-ווארט און דערנאך דער אדיעקטיוו. ביישפילן: בית גדול, ילד קטן, שלחן גבוה, כסא נמוך, חתול שחור, תרנגולת לבינה, גשם חזק, קול חלוש.

אין אידיש, דאגעגן, אזוי אויך אין אלע גערמאנישע שפראכן, וועט קודם קומען דער אדיעקטיוו און דערנאך דאס זאך-ווארט: א גרויסע הויז, א קליין קינד, א הויכער טיש, א נידריג בענקל, א שווארצע קאץ, א ווייסע הון, א שטארקער רעגן, א שוואך קול.

יעצט ווען מען ברענגט אריין אין מאמע לשון א לשה"ק'ע זאך-ווארט מיט'ן אדיעקטיוו אינאיינעם, וועט מען עס נישט זאגן ווי אין אידיש, נאר אויפ'ן ארגינעלן אופן, א שטייגער ווי "שבת קודש", "בית הקברות", "מגילת אסתר", אא"וו. דאס איז קלאר. וואו מענטשן ווערן צומישט איז ביי א פלאץ וואו מ'האט מ'פאראידישט בלויז דאס זאך-ווארט, און שפעטער לייגט מען צו אן אדיעקטיוו וועלכער איז גראדע אויך א לשה"ק'ע ווארט. "וועד החתונה" אדער "חתונה וועד"? "לוח סוף זמן קריאת שמע" אדער "סוף זמן קריאת שמע לוח"?

און וואס איז מיט "חנוכה מנורה"? גוט, ביי דעם קען מען זאגן אז ס'איז נישט לשה"ק, ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט זאגן "מנורה של חנוכה". און "שושן פורים"? אקעי, גיי לערן אויס גראמאטיק א טאג נאכ'ן טרינקען...

קען אפשר אויך אריינגיין אין דעם כלל: פֵּסֶח. אין תנ"ך שטייט אלעמאל מיט א סגול אויפ'ן פ', און אזוי רופט מען דעם יום טוב ביי רוב שיכטן פון כלל ישראל. פסח מיט א צירי איז נישט מער ווי א טעות אין לשה"ק. אבער אפשר גאר איז עס לעגיטים אין אידיש? גיי ווייס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ס'איז אזוי ווי מיילעך.

--

אגב גרשון, ס'קומט טעויות, נישט טעיות.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'איז אזוי ווי מיילעך.

--

אגב גרשון, ס'קומט טעויות, נישט טעיות.

פסח, מיילעך.
גרשון מיט א סגול ג' און שוא ש' איז אויך לעגיטים אידיש...

בנוגע טעיות-טעויות. לאו דוקא. די מדקדקים וואס ציילן זייערע אותיות ביים שרייבן (זיך רעכענענדיג מיט די נקדנים) וועלן אייביג שרייבן טעיות, מיט א שורק ע'.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הוכתר והתמנה כ"ק מרן שליט"א
מזל טוב, מהר"א שליט"א איז געוארן אויפגענומען אלס רב...
viewtopic.php?p=2114114#p2114114
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יידישע קהילות האט געשריבן:הוכתר והתמנה כ"ק מרן שליט"א
מזל טוב, מהר"א שליט"א איז געוארן אויפגענומען אלס רב...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p2114114

פאר די וואס כאפן נישט: ס'דארף שטיין "הכתיר ומינה" אנשטאט "הוכתר והתמנה".
what a zaftiga mistake
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'איז אזוי ווי מיילעך.

--

אגב גרשון, ס'קומט טעויות, נישט טעיות.

פסח, מיילעך.
גרשון מיט א סגול ג' און שוא ש' איז אויך לעגיטים אידיש...

בנוגע טעיות-טעויות. לאו דוקא. די מדקדקים וואס ציילן זייערע אותיות ביים שרייבן (זיך רעכענענדיג מיט די נקדנים) וועלן אייביג שרייבן טעיות, מיט א שורק ע'.

א נאמען איז נישט קיין ווארט פון קיין שום שפראך. כ'מיין אז אפשר האלב נעמען פון תנ"ך וואס זענען באקאנט ווערן נישט גוט ארויסגעזאגט.

"טעיות" געב איך גערעכט קלאצקאפן, כאטש ע"פ דקדוק איז עס אפשר נישט קיין טעות, ווי חוח שרייבט. ווען מ'שרייבט אן נקודות לייגט מען געווענליך א ו'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

די דייקנים וועלכע שרייבן 'דיקן' אנשטאט 'דייקן', וועלן גרינג אויפווייזן וויפיל שענער און גלייכער ס'איז צו שרייבן טעיות. 'ספרא בצירא' איז גילטיג אפי' אן קיינע נקודות.

למעשה עלמא נהוג, און איך אויך ע"פ רוב, צו שרייבן טעויות מלא. אבער צו שרייבן א הערה "אגב גרשון, ס'קומט טעויות, נישט טעיות", קומט פון א געוויסע חוסר ידיעה.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:הוכתר והתמנה כ"ק מרן שליט"א
מזל טוב, מהר"א שליט"א איז געוארן אויפגענומען אלס רב...
viewtopic.php?p=2114114#p2114114

פאר די וואס כאפן נישט: ס'דארף שטיין "הכתיר ומינה" אנשטאט "הוכתר והתמנה".
what a zaftiga mistake

הוכתר והתמנה איז נישט שלעכט, ס'פעלט נאר "על ידי".
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:הוכתר והתמנה כ"ק מרן שליט"א
מזל טוב, מהר"א שליט"א איז געוארן אויפגענומען אלס רב...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p2114114

פאר די וואס כאפן נישט: ס'דארף שטיין "הכתיר ומינה" אנשטאט "הוכתר והתמנה".
what a zaftiga mistake

הוכתר והתמנה איז נישט שלעכט, ס'פעלט נאר "על ידי".

שטימט אבער נישט נאכדעם די 'את האי גברא...'
טאכלעס, סאיז א מיסטעיק. וכבר היה לעולמים
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גערעכט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

נאך 2 פליטות הקולמוס / פליטת הקשת האצבעות
בשפשותיו בשפתותיו
באי בצל קורתו הבאים בצל קורתו אדער באי צל קורתו
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”