ישכר אדער יששכר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וועגן דער נאמען דוב-בער איז אינטערעסאנד אז בעצם האט דער פריערדיגער בעלזא רב געהייסן נאך ר' ישכר בער רמר"ז וועלעכע איז געווען דער שווער פונעם ערשטן בעלזער רב אבער פארן פריערדיגע רב האט מען געגעבן דער נאמען ישכר דוב,
משא"כ דער ציעשונובער רב וועלכע האט געהייסן נאכן זעלבער מענטש האט מען יא געגעבן דער נאמען ישכר בער
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

דער פריערדיגער בעלזער רב האט טאקע געהייסען ישכר דוב און געשריבן ישכר דוב, אבער ער העט זיך גערופן ישכר בער.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שטיקל גבאי האט געשריבן:דער פריערדיגער בעלזער רב האט טאקע געהייסען ישכר דוב און געשריבן ישכר דוב, אבער ער העט זיך גערופן ישכר בער.

וואו האסטו דאס געלערנט?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ביקסאד האט געשריבן:דער זיידע איז נישט דער דזשיקוב'ער דיין במ"ס אהל תורה.

כבוד ידידי אבד"ק ביקסאד שליט"א
מיין זיידע איז געווען די דיין אין דעעש פארן קריג,
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

שלום עליכם ר' יעקעלע!
ברוך שובך!

כ'האב מיך באמת געבענקט, ס'איז אזא געשמאק ווען דו דרייסט דיך דא, דיינע תגובות זענען דאך צוקער זיס, דאס איז בנוסף צום פאקט וואס דו ביסט א נישט קליינער ידען, פליז! פארבלייב מיט אונז, מיר דארפן דא אזעלכע ווי דו.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי אינטעליגענט הי"ו

'כמים הפנים לפנים'
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך געדענק נישט איצטער אויף די מינוט ווער עס זענען די וואס האלטן אזוי, אבער עס איז חילוקי דעות ווי אזוי ארויס צו זאגן די צוויי ש'ינס, איין דעה [רוב עולם] יִשָשְכָר, א צווייטע דעה יִשְשָכָר.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ביקסאד האט געשריבן:יאך געדענק נישט איצטער אויף די מינוט ווער עס זענען די וואס האלטן אזוי, אבער עס איז חילוקי דעות ווי אזוי ארויס צו זאגן די צוויי ש'ינס, איין דעה [רוב עולם] יִשָשְכָר, א צווייטע דעה יִשְשָכָר.

אפשר וויל מיר איינער מיט זיין גוטסקייט מסביר זיין, ווי איז מעגליך מען זאל קענען זאגן [עכ"פ ביי קריאת התורה] "יששכר מיט צוויי שי"ן'ס, די צווייטע שין האט דאך נישט קיין נקודה, ד.ה. עס איז נח, אזוי ווי די ווארט "יראו" (את ה' קדושיו) וועט קיינער (?) נישט זאגן דעם אלף, ווייל עס איז נח, דאס זעלבע דארף מען לכאורה דעם צווייטן שין פון יששכר אויך איגנארירן.

ווער עס קען געבן מער הסבר זאל ביטע געבן מיט ברייטע האנט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווער זאגט אז עס האט נישט קיין נקודה, ווייל דער דריקער האט עס נישט אריין געלייגט, נישט אומזינסט זאגט שוין די הייליגע גמרא אין מסכת שבת עבירה עליו הדרוק"ן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

ביקסאד

ראשית, די מסורה איז אז די צווייטע שין קומט אן א נקודה.

שנית, ווי קען דאס זיין אז אלע חומשים פון צענדליגע דפוסים פון אלע דורות, האבן פונקט געמאכט אזא טעות ארויסצולאזן א נקודה וואס איז משנה דעם מבטא, און נישט אויף איין מקום, נאר יעדעס מאל וואס עס ווערט דערמאנט אין די תורה?
לעצט פארראכטן דורך אינטעליגענט אום דינסטאג נאוועמבער 11, 2008 10:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך ווייס פון די מסורה, און אעפ"כ האבן אונזערע גאליציאנער רביס געהאלטן אז מען דארף יא זאגן צוויי שין'ס.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

נאכאמאל איך באציה מיך צו דעם וואס דו זאגסט אז די נקודה פעלט מחמת די דריקער האט אזוי אפגעמאכט, דאס איז נישט אננעמבאר, אבער דאס עצם ענין פארוואס מ'זאגט ארויס ביידע שין'ס, דאס דארף א ביאור, און דאס איז אייגנטליך געווען מיין שאלה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער מנחת שי ברענגט אויפן פלאץ בשם הרד"ק והרב הגדול הרמ"ה (במסורת סייג לתורה אות שי"ן ) אז מ'לייענט נאר איין שי"ן ומביא ראי' מפסוקים אחרים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אין היכל הברכה שטייט:
הקריאה הנכונה כדעת בן נפתלי בשני שינין הראשון בשוא והשני בקמץ וכך נהג מורי ורבי דודי רבינו צבי וכו'
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=14

פארוואס פאררופט מען זיך אויף זיין נאמען צו זאגן פארקערט הראשון בקמץ והשני בשוא?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נאכנישט דא געשריבן די בעיסיק ידיעה חשובה.
ישכר אדער יששכר איז א מחלוקת צווישן בן נפתלי מיט בן אשר, די גרויסע בעלי מסורה פון טבריה אין תקופת הגאונים. בן נפתלי זאגט יששכר און בן אשר ישכר.
מיר פירן זיך *אלעס* אזוי ווי בן אשר.
דער אור תורה שרייבט שוין אז ער גייט אלעס שרייבן אזוי ווי בן אשר ווייל "כאלו יצא בת קול בן אשר ובן נפתלי הלכה כבן אשר ולא כבן נפתלי".
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

להודות האט געשריבן:אין היכל הברכה שטייט:
הקריאה הנכונה כדעת בן נפתלי בשני שינין הראשון בשוא והשני בקמץ וכך נהג מורי ורבי דודי רבינו צבי וכו'
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=14

פארוואס פאררופט מען זיך אויף זיין נאמען צו זאגן פארקערט הראשון בקמץ והשני בשוא?

אין קובץ 'אור הצפון' איז אמאל געווען א מאמר בענין זה, און דארט איז געברענגט געווארן אז ווען הרה"ק בעל המלבוש לשוי"ט זצ"ל איז געווען אין בעלזא ביים חתונה פון זיין זוהן ר' אשר ישעי' פראכניקער זצ"ל איז ער מכובד געווארן מיט קריאת התורה, און ער האט געליינט יששכר די ערשע שין מיט א שווא כמנהג זידיטשויב, פרובירנדיג צו באהאלטן עס זאל אויסקוקן ווי ישכר (אזוי ווי די מנהג איז אין בעלזא צו לינען אייביג אן קיין אויסנאם). אפאר יאר שפעטער האט דער פריערדיגער רב זי"ע מכבד געווען ר' אשר ישעי' מיט'ן ליינען, האט ער איהם געזאגט 'אבער די זאלסט נישט ליינען יששכר אזוי ווי דיין טאטע'.

נאך איז דארט געשטאנען א סברא פארוואס די ספר פון הרה"ק מהרצ"א מדינוב ווערט גערופן ביי יעדעם בני יששכר (חוץ פונעם סטייפעלער וואס פלעגט עס רופן בני ישכר), ווייל אין דינוב ליינט מען אייביג יששכר.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ארגאן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

לפי ספר החילופים על יד מישאל בן עוזיאל היה בן אשר מנקד את השי"ן הראשון בתיבה יששכר כשׂי"ן והישיר את השי"ן השני לבילתי ניקוד ולא הוציא את השי"ן השני בפה, וכך כתב יִשָּׂשֿכָר. ובן נפתלי היה מנקד ומבטא את השי"ן הראשון כשׁי"ן והשני כשׂי"ן כגון יִשְׁשָׂכָר. המסרן משה בן מוחה היה מנקד את שתי האותיות כשׂי"ן כמו יִשְׂשָׂכָר.

רבינו האי גאון והמחבר שלספר ליקוטי קדמוניות מסכימים שכתב ב"א כלעיל אבל שונעם הם בעדפתם שלב"נ ושלמושה בן מוחה. כתב אבן חיוג' שב"א היה העדיף לכתוב יִשְׁשָׂכָר.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אין טאהש קאמארנא ליינט מען אייביג יששכר.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

הגה''צ ר' יעקיל גאטליב שליט''א אבד''ק יגל יעקב ד'מישקאלץ ליינט "'יִשְֹשָֹכָר".
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ישכר אדער יששכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אבן עזרא שמות א, ג.

יששכר — בעבור התחברות שני שיני"ן חסרו האחד מהמבטא, כדרך "מחצצרים" שייקרא "מחצרים" (דברי הימים א טו, כד). ואין שי"ן כמוה במקרא.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 14, 2010 7:38 pm
דער מנחת שי ברענגט אויפן פלאץ בשם הרד"ק והרב הגדול הרמ"ה (במסורת סייג לתורה אות שי"ן ) אז מ'לייענט נאר איין שי"ן ומביא ראי' מפסוקים אחרים.
https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... &pgnum=155
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (22.44 KiB) געזען 132 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”