אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

גרשון האט געשריבן:עלפאנט אדער עלעפאנט?

(ייווא: העלפאנד. ענגליש: elephant.)

אפשר קען דא טאקע זיין א גוטער פלאץ אויפצוקוקן די זאכן
https://ocr.yiddishbookcenter.org/?page ... reference=

כ'זע אז עלפאנט האט 175 רעזולטאטן, און עלעפאנט 250, איז אויב עפעס איז עלעפאנט מער פאפולער אין אידישע ביכער
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דו מוזט אדער דו מוזסט?

מוזטו אדער מוזסטו?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ענליך:
דו נוצט אדער דו נוצסט?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווען מ'פאנגט אן צו טראכטן, ווערט מען מסופק...

אבער דאכט זיך אז ריכטיגער איז מיט'ן ס', ביי ביידע, כדי צו פונאנדערשיידן פון א דריטן פערזאן. (הגם ווען מ'רעדט פון א דריטן איז נישט שייך צו ענדיגן מיט'ן ו', וועט מען שוין נישט מאכן קיין חילוק.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ווען מען רעדט פון א דריטן איז אויך נישט שייך צו שרייבן 'דו'...

איך שרייב אלעמאל מיט א ס'.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ס'איז גלייך צו "דו זעהסט" אדער "דו בעטסט", און מ'מאכט שוין נישט קיין חילוק ביי "דו מוזסט עס טוהן", "דו ביזסט עס געווען?" און "דו נוצסט עס דען?!" - הגם, ווי מ'וויל דא פארשלאגן, קען מען עס ווען אויסלאזן זינט מ'הייבט אן מיט "דו".
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיין שטעלונג האט געשריבן:ס'איז גלייך צו "דו זעהסט" אדער "דו בעטסט", און מ'מאכט שוין נישט קיין חילוק ביי "דו מוזסט עס טוהן", "דו ביזסט עס געווען?" און "דו נוצסט עס דען?!" - הגם, ווי מ'וויל דא פארשלאגן, קען מען עס ווען אויסלאזן זינט מ'הייבט אן מיט "דו".

ביסט קומט זיכער נישט מיט ביידע. ריכטיג איז בלויז דער ס', אבער אית דמפקי ס' ועיילי ז'.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מיין שטעלונג האט געשריבן:"דו ביזסט עס געווען?"

ביי ביסט איז פערצופאל יא דא א באקאנטער יוצא מן הכלל, סגייט אזוי, איך בין, דו ביסט, ער איז, מיר/זיי זענען, איר זענט (און עטס זענטס לכאורה)
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ס'איז נישט ממש א יוצא מן הכלל, און ס'איז נישט ממש דא א כלל.

בדומה לו: איך האב, ער האט, דו האסט (נישט האבסט)
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

ר' גרשון, איר האט מיך אויפגעקלערט אויף א טעות וואס איך מאך שוין יארן...

איך האב איבערגעקוקט אימעילס וואס איך פלעג מיך שרייבן מיט עטליכע גרויסע שרייבערס. איך זעה טאקע אז איך האב אייביג געשריבן "ביזסט" און אלע אנדערע פלעגן שרייבן "ביזט".

#מכל מלמדי השכלתי.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ביזט אדער ביסט איז א גרויסע מחלוקה, און מ'האט שוין אסאך ארומגערעדט דערוועגן אויפ'ן וועלטל. מיר נעמען אז ביסט איז די ריכטיגע, און ביזט האט בכלל נישט קיין פשט.

פון ביזסט האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פון ביזסט האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט.

נאך קיינמאל געהערט פון ביזת הים?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווען ס'איז דא א פאסעסיוו ס' נאך א ווארט וואס ענדיגט זיך זעלבסט מיט א ס'/ת', וועט מען צולייגן א נ' פאר'ן ס'. צב"ש פנחס'נס, שבת'נס.

וואס איז די "הלכה" ביי א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט א ץ'? איז עס האלצ'נס אדער האלצ'ס? שווארצ'נס אדער שווארצ'ס?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

שטייט אדער שטאט? (פאר slow)
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שטאט.

א ריזיגן ייש"כ! וואס איז פשט אז דאס ווארט געפינט זיך נישט אינעם ווערטערבוך?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

למדן וצדיק האט געשריבן:א ריזיגן ייש"כ! וואס איז פשט אז דאס ווארט געפינט זיך נישט אינעם ווערטערבוך?

"פּאַוואָליע, פּאַמעלעך, באַזאַכט," טייטשט שעכטער'ס ווערטערבוך; פון "שטאַט" ווייסט נישט דער דייטשמעריזם שונא צו זאגן.

ס'איז מיר געווען א חידוש דאס -- ש'כח פאר'ן צואווייזן -- אבער איך באגעגן כסדר אזעלכע ווערטער. די יידישיסטן האבן אויסגעמעקט כל אשר בשם גרמניה יכונה. נאר היינט האב איך געזען אז "פארשריט" האט געטיילט אט דעם זעלבן גורל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אין שעכטער'ס ווערטערבוך איז פארשטייט זיך נישטא קיין דייטשמעריזמען וויבאלד סאיז דאך א ווערטערבוך פון ענגליש צו אידיש ווילן זיי אודאי נישט מזאל נוצן די דייטשמעריזמען, אינעם אידישן ווערטערבוך זענען יא דא געווענליך אלע דייטשמעריזמען וויבאלד דאס איז דאך געמאכט אויב מ'טרעפט א אידיש ווארט און מווייסט נישט וואס דאס מיינט, נאר זיי וועלן צוצייכענען אז דאס איז א דייטשמעריזם. דער עיקר חידוש איז אז כ'האב עס דארט אויך נישט געפונען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מ'האט שוין אמאל גערעדט דא פון די ווערטער טישטוך, האנטוך, פאסטוך, אא"וו. די יידישסטן שרייבן טישטעך, האנטעך, פאסטעך, כאטש די ווערטער זענען צאמגעשטעלט פון "טוך" פלוס נאך א ווארט. וואס טוט זיך אבער מיט "פאסטוך" וואס האט פאסטוך מיט "טוך" אפשר דא דארף מען יא שרייבן "פאסטעך" און אויב נישט וואס איז דער לשון רבים, פאסטיכער? אזוי ווי האנטיכער און טישטיכער? אדער דא בלייבט יא פאסטוכער?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נאך א שאלה: וואו לייגט מען דעם נומער/אות פון א פוטנאו"ט, פאר דער קאמע/פינטל? אדער נאך.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

למדן וצדיק האט געשריבן:מ'האט שוין אמאל גערעדט דא פון די ווערטער טישטוך, האנטוך, פאסטוך, אא"וו. די יידישסטן שרייבן טישטעך, האנטעך, פאסטעך, כאטש די ווערטער זענען צאמגעשטעלט פון "טוך" פלוס נאך א ווארט. וואס טוט זיך אבער מיט "פאסטוך" וואס האט פאסטוך מיט "טוך" אפשר דא דארף מען יא שרייבן "פאסטעך" און אויב נישט וואס איז דער לשון רבים, פאסטיכער? אזוי ווי האנטיכער און טישטיכער? אדער דא בלייבט יא פאסטוכער?

ברוך שכיוונתי. זע איך יעצט אין הארקאוויס ווערטערבוך אז ער שרייבט טאקע אז דער לשון רבים פאר פאסטוך איז פאסטוכער, און פאר טישטוך איז טישטיכער. אינטערסאנט איז אבער אז פאר האנטוך שרייבט ער יא האנטעך. וואס פשט דערפון איז ווייס איך נישט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'איז נישט ממש א יוצא מן הכלל, און ס'איז נישט ממש דא א כלל.

בדומה לו: איך האב, ער האט, דו האסט (נישט האבסט)

יעצט באמערקט די תגובה... אודאי איז דא א כלל, רובא דרובא ווערבן ממש גייען לויטן זעלבן כלל, "זיין" און "האבן" זענען טאקע פון די געציילטע יוצאים מן הכלל. דא האסטו א רשימה פון די פאר אומרעגולערע ווערבן
https://en.wikipedia.org/wiki/Yiddish_g ... onjugation
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פון "וואו" ווייסטו דאס...
שרייבט מען "וואו" אדער ווי ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

פון וואו - פון וועלכן מקום
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

Where = וואו
Like = ווי
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”