וויצן, ווערטלאך, אנקעדאטן און מעשה'לאך איבער חזנים און חזנות

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

וויצן, ווערטלאך, אנקעדאטן און מעשה'לאך איבער חזנים און חזנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

פון "די געשיכטע פון חזנות":
אטעטשמענטס
vysar.png
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ממש נישט לאנג צוריק איז נפטר געווארן הרה"ח ר' פתחי' לאם ז"ל, פון דער באקאנטער לאמ'ס בוטשער סטאר אין וויליאמסבורג. ר' פתחי' איז שוין פון זיינע יונגע יארן געווען באשאנקען מיט גאר א שטארקע און זיסע שטימע. זייענדיג א יונגער בחור, עלנד אליין אין ישיבה, האט ער פשוט און פראסט נישט געהאט וואו צו גיין פראווען א יו"ט. וואס טוט מען? פתחי' גיבט זיך אן עצה. ער האט זיך פארדינגען פאר א שוהל אלס חזן, און אנשטאט דעם האט אים די דארטיגע קהילה באצאלט מיטן צושטעלן אן אכסניא און די סעודות יו"ט.
האט טאקע אמאל פאסירט איין ערב ר"ה, פתחי' נעמט די באן צו פארן ערגעצוואו אויף אזא סארט חזנות אויסטויש פאזיציע, פתחי' איז געווען מיד פון די פארצווייגטע לימודים אין ישיבה, און איז טיף אנטשלאפן געווארן אויף די באן. אזוי אז ער האט זיך אויפגעכאפט הארט פארן זמן, שוין האבענדיג פארפאסט אראפצוגיין ביי זיין דעסטינאציע, וואו דער צוג איז שוין דורכגעפארן אריבער צוויי שעה צוריק. וואס דאס באדייט גלייכצייטיג אז אויב ער בלייבט אויפן קומענדיגן אפשטעל, וועט ער מוזן וויילן ר"ה אויפן באן, ווייל עס איז שוין גאר נאנט צום זמן.
די שווערע סיטואציע האט געברענגט דעם יונגען ישיבה בחור שטארק אנצוהייבן וויינען. דער קאנדאקטער פונעם באן האט דערהערט זיינע געוויינען, און נאכן הערן דעם אורזאך דערפון האט ער אים באמת געוואלט העלפן, ער האט אבער אויף קיין פאל נישט געקענט אפשטעלן די באן אינמיטן וועג ווען מען פארט נישט דורך קיין סטאנציעס. ער האט אבער געזאגט פאר פתחיה'ן, אז ווען דער באן וועט פארן פאמעליך אויפן וועג ארויף א בארג, דאן קען ער אראפשפרינגען.
פתחי' האט אנגענומען זיין עצה און איז טאקע אראפגעשפרינגען פונעם באן, און מיט די הילף פון א לאקאלן פאסט טרעגער וואס האט אים געגעבן אנווייזונגען, האט ער באוויזן אנצוקומען צום נעטסטן אידישן קווארטל.
ווי נאר ר' פתחי' האט אריינשפאצירט אינעם אידישן קווארטל, זענען די דארטיגע דארפישע אידן ארויפגעפאלן אויף אים, און אים ארומגענומען און צוזאמגעקישט. הערענדיג אז ער איז גאר א חזן, האבן זיי כולם פה אחד מודה געווען אז ער איז נישט קיין אנדערער ווי אליהו הנביא אליין וואס מען האט געשיקט פון הימל יעצט ממש קורץ נאכדעם וואס זייער חזן איז נפטר געווארן פאר יו"ט. ווי אויך האבן זיי אים געזאגט אז בלויז א מנין אידן וואוינען אין דעם שטעטל, און יעצט אז דער חזן איז נפטר געווארן איז מען געבליבן מיט בלויז ניין, אבער מיט אים פתחי'\אליהו הנביא, האבן זיי סיי א חזן און סיי א צענטער צו מנין.
פתחי' האט זיי אבער געזאגט אז ער איז א פשוטער איד, און די השגחה פרטית האט געפירט אז ער זאל פארשלאפן זיין סטאנציע, און אזוי ארום אנקומען אהער אין די פאסיגע צייט צו זיי אויף ר"ה.
ר' פתחי' פלעגט שפעטער זאגן: מיר הערן כסדר מעשיות פון צדיקים וועלכע האבן זוכה געווען צו גילוי אליהו. איך בין אמאל געווען אליהו הנביא אליין!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אז מ'נעמט זיך צו זאגן וויצלעך אויף חזנים, ווייסן מיר דאך שוין אז מ'גייט דא בעיקר רעדן פונעם באקאנטן שפריך-ווארט (וועא"מ), אז חז"ן איז ר"ת: ח'זנים ז'ענען נ'ערנים.

וועל איך מקדים זיין די רפואה, און ענטפערן דערויף דאס אלטע ווערטל, (איך גיי עס נישט אזוי ווייט פארענטפערן ווייל עס באדערט מיר, ווייל כ'בין דאך נישט קיין עכטער חזן, און אטאמאטיש נישט קיין עכטער נ... נאר כדי מען זאל נישט ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף מיינע קאלעגעס).

עכ"פ זאגט מען אזוי: איינער וואס האנדלט מיט האלץ; איז א האלץ האקער. פאררעכט שיך; א שוסטער. אא"ו אלע פאכן, דעריבער רופט מען איינעם וואס זיין פאך איז צו האנדלען מיט נערנים, א נער...
(מ'האט נישט געמיינט דעם המון עם, בעיקר האט מען געמיינט דערמיט די פרעזידענטן פון די שוהלן).
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

פון די געשיכטע פון חזנות.
אטעטשמענטס
vitsz.png
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

סאיז ידוע דאס ווארט פון צדיקים אז די סיבה וואס חזנים זענען נאראנים איז ווייל דער היכל הנגינה איז דאך ממש נעבן דעם היכל התשובה, טא צו וואס כאפן זיי זיך נישט אריבער?...

און די חזנים זאגן דערויף, אז פון עולם הנגינה כאפט זיך זייער שווער ארויס...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פארוואס האלטן זיך די חזנים אהן דעם אויער בשעת'ן עפענען דאס מויל?

אז דער קאפ זייערע איז ליידיג, דאן ווערט דאך א צוק, מוזן זיי פארמאכן איין עפענונג...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן בוזי האט געשריבן:פארוואס האלטן זיך די חזנים אהן דעם אויער בשעת'ן עפענען דאס מויל?

אז דער קאפ זייערע איז ליידיג, דאן ווערט דאך א צוק, מוזן זיי פארמאכן איין עפענונג...

זיס ווי ציקער, ערשטע מאל געהערט!
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

טאבאקא האט געשריבן:אז מ'נעמט זיך צו זאגן וויצלעך אויף חזנים, ווייסן מיר דאך שוין אז מ'גייט דא בעיקר רעדן פונעם באקאנטן שפריך-ווארט (וועא"מ), אז חז"ן איז ר"ת: ח'זנים ז'ענען נ'ערנים.

וועל איך מקדים זיין די רפואה, און ענטפערן דערויף דאס אלטע ווערטל, (איך גיי עס נישט אזוי ווייט פארענטפערן ווייל עס באדערט מיר, ווייל כ'בין דאך נישט קיין עכטער חזן, און אטאמאטיש נישט קיין עכטער נ... נאר כדי מען זאל נישט ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף מיינע קאלעגעס).


איך האב אמאל געהאט א פשוט'ע טעאריע דערויף, דער עולם האט נישט געקענט אויסהאלטן פון קנאה דעם שיינעם קולכ'ל פונעם חזן, נאכדערצו די אנדערע אידן אין שטעטל וואס האבן געהאלטן אז זיי קענען אויך די מלאכה און מ'וואלט טאקע זיי געדארפט אויפנעמען אויף דעם פאסטן. וואזשע טוט מען פארט? האט מען זיך בארואיגט מיט דעם וויץ אז דער חזן איז דאך א גרויסער נער, ממילא איז נישטא וואס אים מקנא צו זיין.

בנוסף האב איך צוגעגעבן, אז לפענ"ד איז אלעמאל בעסער צו זיין א חזן א נער, ווי איידער סתם א נער וואס איז קיין חזן אויך נישט.
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 8:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן בוזי האט געשריבן:פארוואס האלטן זיך די חזנים אהן דעם אויער בשעת'ן עפענען דאס מויל?

אז דער קאפ זייערע איז ליידיג, דאן ווערט דאך א צוק, מוזן זיי פארמאכן איין עפענונג...

איך האב עס ארויפגעשטעלט אויף טוויטער, אבער די מאנגל אין אותיות האט מיר נישט געלאזט פלאץ צו קרעדיטירן "בן בוזי", איך האף ביסט נישט בייז
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

קרעמער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:פארוואס האלטן זיך די חזנים אהן דעם אויער בשעת'ן עפענען דאס מויל?

אז דער קאפ זייערע איז ליידיג, דאן ווערט דאך א צוק, מוזן זיי פארמאכן איין עפענונג...

איך האב עס ארויפגעשטעלט אויף טוויטער, אבער די מאנגל אין אותיות האט מיר נישט געלאזט פלאץ צו קרעדיטירן "בן בוזי", איך האף ביסט נישט בייז

קרעמער, דו"ק כי קצרתי...
פארוואס האלטן די חזנים אן דעם אויער בשעת'ן עפענען ס'מויל? אז דער קאפ איז ליידיג, ווערט דאך א צוק, מוזן זיי פארמאכן איין עפענונג...(בן בוזי)
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב אויך אביסל פארקורצט דעם אריגינעלן נוסח, ווייל דאס אליינס האט נישט אריינגעפאסט אינעם טוויטער צמצום. אבער (בן בוזי) וואלט נישט געווען גענוג פארשטאנדיג פאר מיינע הונדערטער חסידים... איך וואלט געדארפט לינקן אהער.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

געהערט פון אן אלטן איד:
ווען עס שטייט אין סידור "חזן וקהל" איז דאס ר"ת...
'חזן 'זעהט 'נישט 'ווען 'קהל 'הונטן 'לאכט.....
ודפח"ח
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מען וועט נאך באלד מיינען אז ס'איז אן אשכול וועגן וויצלעך איבער בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

imzist האט געשריבן:און די חזנים זאגן דערויף, אז פון עולם הנגינה כאפט זיך זייער שווער ארויס...

;l;p-
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:בנוסף האב איך צוגעגעבן, אז לפענ"ד איז אלעמאל בעסער צו זיין א חזן א נער, ווי איידער סתם א נער וואס איז קיין חזן אויך נישט.

:grin: ודפח"ח.
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

קרעמער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:פארוואס האלטן זיך די חזנים אהן דעם אויער בשעת'ן עפענען דאס מויל?
אז דער קאפ זייערע איז ליידיג, דאן ווערט דאך א צוק, מוזן זיי פארמאכן איין עפענונג...

איך האב עס ארויפגעשטעלט אויף טוויטער

http://twitter.com/kraitchme#
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

הרב ד"ר שמואל ראזענבלאט שרייבט:

האמת היא שאבא, שהיה בעל קומה למטה מבינונית, לא הגיע באותו זמן [הערה: מ'רעדט דא פון ווען ער איז אלט געווען צוועלף יאר] אלא לגובהו של ילד בן שמונה. ולא פעם אירע, כשעבר לפני התיבה באחת העיירות הקטנות, שהיו הילדים הקטנים, שבאו לבית הכנסת עם הוריהם ועדיין לא ידעו להבדיל בין מילת ההקטנה "חזנד'ל" למילת ההקטנה "חזיר'ל", - נוקשים בלשונם ומבקשים שירימו אותם למעלה בשביל שיראו את ה"חזיר'ל" הקטן...
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

vitz.png
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

chzan.png
אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת שירי חזנים »

ס'איז באקאנט דאס ווערטל וואס בלאזובער רב זצ"ל האט געזאגט אויפן בארימטן חזן "זבולון קווארטין".
אז ווען ער הערט אים "זינגען" מיינט ער אז ער איז א גרויסער חכם, אבער ווען הערט אים "רעדן" זעהט ער אז ער איז א גרויסער חזן...

דאס איז באמת א טיף (און אמת) ווארט, אבער ווען מ'טראכט גוט אריין זעהט מען אז ס'איז אויך א קאמפלימענט. ווייל אסאך היינטיגע חזנים, ווען זיי הייבן אן זינגען זעהט מען גלייך אז זיי זענען גרויסע חזנים... ואכמ"ל.
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף [email protected]
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

זענען חזנים נערנים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

לכבוד אדר לייג איך דא אריין א האלב ערנסטער פעליטאן פון "די געשיכטע פון חזנות".
אטעטשמענטס
ch1.png
ch2.png
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אין יאר 1853 איז געקומען קיין אונצ[ס]דארף דאס פערצן-יעריג חזנ'דל גאלדשטיין, וועלכער איז שפעטער אויפגעוואקסן דער וועלט-בארימטער ווינער חזן; האט אים אונצדארף אויפגענומען פאר חזן אויף ר"ה און יוה"ק.
דער רב [ר' שלמה פערלשטיין ז"ל] איז געווארן דערציטערט הערנדיג אז אין די ימים-נוראים וועט א פערצן-יעריג אינגל - וואס קיינער ווייסט אפי' נישט ווער ער איז - דאווענען אין אזא גרויסע חשובע קהילה ווי אונצדארף. זעענדיג אז דער גאנצער עולם האלט מיטן חזנ'דל, און זיין פראטעסט מיינט גארנישט, האט ער באשלאסן צו דאווענען די ימים-נוראים ביי זיך אין הויז.
דאס האט די קהילה מער וויי געטאן ווי אלע פראטעסטן.
און נאך ר"ה האבן זיי אים באצאלט און אוועקגעשיקט; אן עלטערער איד האט געדאוונט יוה"ק פארן עמוד.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א חזן איז אנגעקומען אין א שטעטל אויף שבת און מען האט אים מכבד מיט מוסף אויף פראבע.
ווען ער האט געזאגט "ובנוחה יאמר" האט ער איבערגעהיפט די ווערטער "חדש ימינו כקדם" און גלייך אנגעהויבן קדיש.

נאכן דאווענען פרעגט אים דער ראה"ק: "טייערער חזן, פארוואס האט איר עפעס אויסגעלאזט דעם חדש ימינו כקדם?"
"וואס ווילט איר?" איז געקומען דעם חזן'ס ענטפער "איך זאל בעטן דעם רבוש"ע ער זאל מיר צוריק מאכן פאר א בעל עגלה?"...
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א חזן האט אמאל געדאוונט פארן עמוד אין א געוויסן שטעטל און האט נאטורליך געמאכט אלע אנשטרענגוגען צו געפעלן מיט זיין דאווענען.
ווען עס איז געקומען צו "וכולם מקבלים" האט ער דאס איבערגעזאגט צוויי מאל, ווייל ער האט געדענקט אז דאס איז גאר אן אויסטערליש שטיקל.

נאכן דאווענען פרעגט ער דעם גבאי'ן: "נו, ווי אזוי האט איר געגליכן מיין וכולם?"
"וואס זאל איך אייך זאגן" ענטפערט דער גבאי "דאס ערשטע מאל האט איר, ווייזט אויס, דאס אליין נישט געגליכן; דאס צווייטע מאל האט דאס דער ציבור נישט געגליכן...
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

פארשריבן האט געשריבן:ממש נישט לאנג צוריק איז נפטר געווארן הרה"ח ר' פתחי' לאם ז"ל, פון דער באקאנטער לאמ'ס בוטשער סטאר אין וויליאמסבורג. ר' פתחי' איז שוין פון זיינע יונגע יארן געווען באשאנקען מיט גאר א שטארקע און זיסע שטימע. זייענדיג א יונגער בחור, עלנד אליין אין ישיבה, האט ער פשוט און פראסט נישט געהאט וואו צו גיין פראווען א יו"ט. וואס טוט מען? פתחי' גיבט זיך אן עצה. ער האט זיך פארדינגען פאר א שוהל אלס חזן, און אנשטאט דעם האט אים די דארטיגע קהילה באצאלט מיטן צושטעלן אן אכסניא און די סעודות יו"ט.
האט טאקע אמאל פאסירט איין ערב ר"ה, פתחי' נעמט די באן צו פארן ערגעצוואו אויף אזא סארט חזנות אויסטויש פאזיציע, פתחי' איז געווען מיד פון די פארצווייגטע לימודים אין ישיבה, און איז טיף אנטשלאפן געווארן אויף די באן. אזוי אז ער האט זיך אויפגעכאפט הארט פארן זמן, שוין האבענדיג פארפאסט אראפצוגיין ביי זיין דעסטינאציע, וואו דער צוג איז שוין דורכגעפארן אריבער צוויי שעה צוריק. וואס דאס באדייט גלייכצייטיג אז אויב ער בלייבט אויפן קומענדיגן אפשטעל, וועט ער מוזן וויילן ר"ה אויפן באן, ווייל עס איז שוין גאר נאנט צום זמן.
די שווערע סיטואציע האט געברענגט דעם יונגען ישיבה בחור שטארק אנצוהייבן וויינען. דער קאנדאקטער פונעם באן האט דערהערט זיינע געוויינען, און נאכן הערן דעם אורזאך דערפון האט ער אים באמת געוואלט העלפן, ער האט אבער אויף קיין פאל נישט געקענט אפשטעלן די באן אינמיטן וועג ווען מען פארט נישט דורך קיין סטאנציעס. ער האט אבער געזאגט פאר פתחיה'ן, אז ווען דער באן וועט פארן פאמעליך אויפן וועג ארויף א בארג, דאן קען ער אראפשפרינגען.
פתחי' האט אנגענומען זיין עצה און איז טאקע אראפגעשפרינגען פונעם באן, און מיט די הילף פון א לאקאלן פאסט טרעגער וואס האט אים געגעבן אנווייזונגען, האט ער באוויזן אנצוקומען צום נעטסטן אידישן קווארטל.
ווי נאר ר' פתחי' האט אריינשפאצירט אינעם אידישן קווארטל, זענען די דארטיגע דארפישע אידן ארויפגעפאלן אויף אים, און אים ארומגענומען און צוזאמגעקישט. הערענדיג אז ער איז גאר א חזן, האבן זיי כולם פה אחד מודה געווען אז ער איז נישט קיין אנדערער ווי אליהו הנביא אליין וואס מען האט געשיקט פון הימל יעצט ממש קורץ נאכדעם וואס זייער חזן איז נפטר געווארן פאר יו"ט. ווי אויך האבן זיי אים געזאגט אז בלויז א מנין אידן וואוינען אין דעם שטעטל, און יעצט אז דער חזן איז נפטר געווארן איז מען געבליבן מיט בלויז ניין, אבער מיט אים פתחי'\אליהו הנביא, האבן זיי סיי א חזן און סיי א צענטער צו מנין.
פתחי' האט זיי אבער געזאגט אז ער איז א פשוטער איד, און די השגחה פרטית האט געפירט אז ער זאל פארשלאפן זיין סטאנציע, און אזוי ארום אנקומען אהער אין די פאסיגע צייט צו זיי אויף ר"ה.
ר' פתחי' פלעגט שפעטער זאגן: מיר הערן כסדר מעשיות פון צדיקים וועלכע האבן זוכה געווען צו גילוי אליהו. איך בין אמאל געווען אליהו הנביא אליין!

האט דאס שייך מיט הנ"ל
אטעטשמענטס
PL.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

יא
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”