דער ווארקער ניגונ׳דל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אט דער אור אלטער פארציייטיישער חסידישער ניגונדל האט מיך באנומען,
מיט וועלכער אלטע פוילישע חסידים האבן זיך מחזק געווען....
אה, וואו נעמט מען היינט אזעלכע תנועות...

כ׳לייג עס דא ארויף און האטס הנאה

נישט געדאוונט

גייט א איד אויף הארטע שטיינער
פאלט אראפ און ציברעכט זיך די ביינער
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן
ביז ער קומט קיין ווארקע צו פארן

נישט געדאווענט, נישט געלערנט
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר פון בורא עולם נישט פארגעסן
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג יולי 11, 2011 1:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בשלמא יא געשלאפו יא געגעסן
אבי פון באשעפר נישט פארגעסן איז מעגליך
הגם עס איז שןןער (ער איז דאך פארדעם אים ווארקע, נאך שבירת עצמו)
אבער אז מען דאווענט נישט און לערנט נישט (ביטול תורה)
דערצערנט מען דאך מיט דעם אליין דעם רבש"ע?
ושמעתי פעם ביאור בזה מחסיד אמשינאוו ישיש
אבער קודם לאמרי הערן וואס דער עולם זאגט
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

והוא פלאי האט געשריבן:בשלמא יא געשלאפו יא געגעסן
אבי פון באשעפר נישט פארגעסן איז מעגליך
הגם עס איז שןןער (ער איז דאך פארדעם אים ווארקע, נאך שבירת עצמו)
אבער אז מען דאווענט נישט און לערנט נישט (ביטול תורה)
דערצערנט מען דאך מיט דעם אליין דעם רבש"ע?
ושמעתי פעם ביאור בזה מחסיד אמשינאוו ישיש
אבער קודם לאמרי הערן וואס דער עולם זאגט


א איד וואס גייט אויף הארטע שטיינער,
צוברעכט זיך אלע ביינער,
וואלגערט זיך ביז קיין וואורקע וואו עס קוקט אים אהן קיינער...

אט אזא איד ווייסט אז וויפיל ער לערנט, און וויפיל ער דאווענט,

איז עס דאך עפעס, נישט...

און מיט וואס איז מען זיך מחזק? - אז מ'האט פרובירט דעם רבוש"ע'ן נישט דערצערענען במזיד ח"ו.

- זה חשבתי לתומי. ומה אמרו באמשינאוו?

~~~~~

ואיידי דאתינן להכא...

פאראן א ליד אין חסידות ווייע טעלעפאן - היכל מנחם

אז ר' לוי יצחק מבארדיטשוב פלעגט זאגען יום כיפור ביידערנאכט, על חטא... שחטאנו
- פרעגט מען אים פון אוייבן, פאר וועמען?
ענטפערט ער דאך, ענטפערט ער דאך,
- לפניך...
פרעגט מען אים פון הימל ווייטער, מיט וואס?
ענטפערט ער דאך, ענטפערט ער דאך,
- ביצר הרע...
זאגט מען אים פון הימל [עפעס אויף רוסיש]

אבער אז מיר אידעלעך זאגען יום כיפור ביידערנאכט, על חטא... שחטאנו
- פרעגט מען אונז דאך פון אוייבן, פאר וועמען?
ענטפערן מיר דאך, ענטפערן מיר דאך,
- לפניך...
פרעגט מען אונז פון הימל ווייטער, מיט וואס?
ענטפערן מיר דאך, ענטפערן מיר דאך,
- ביודעים, ובלא יודעים...
ענטפערט מען אונז פון הימל [עפעס אנדערש אויף רוסיש]

וממשיך בדרך הנ"ל אויף "ועל כולם...סלח לנו, מחל לנו, כפר לנו"


ס'איז א געשמאקער ניגון (וכעדות הבעל מקריא שם), און מ'קען הערן דעם ניגון אנליין, אבער ס'איז עטוואס פראבלעמאטיש. עס איז אויף א ram פייל, און מ'קען עס נישט הערן מיט געווענליכע players נאר מיט ריל-פלעיער. ארגינעלע ram פייל מ'קען עס יא הערן מיט Real Alternative

דער נייער mp3 געפונט זיך דא:
רבי לוי יצחק מבארדיטשוב - על חטא

איר קענט רוסיש? זייט אונז מזכה.
וואס ענטפערט מען פון הימל? (עכ"פ וואס האט דער קאמפאזיטאר פונעם ניגון דערשמעקט אז מ'ענטפערט).
לעצט פארראכטן דורך קרעפלקאפ אום מאנטאג יולי 11, 2011 8:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער רוסישער ווערטער זענען אן איבערטייטש פון די אידישע ווערטער
דער ניגון איז במקורו ניט קיין חב"ד'סקער, עמיצער האט עס געברענגט פארן אדמו"ר רממ"ש דא אין אמעריקא שוין
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

יהיה כן האט געשריבן:דער רוסישער ווערטער זענען אן איבערטייטש פון די אידישע ווערטער

איבערטייטש פון וועלכע אידישע ווערטער?
- אינעם ניגון באקומט דער על-חטא פונעם בארדיטשובער א אנדערע תשובה ווי מיר אידאלעך. אזוי אויך אויפן בקשה פון סלח לנו מחל לנו כפר לנו איז דער תשובה אנדערש. נו, אָטאַוואס?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך האב דעם ניגון אין מיינע ארכיוון אויף נאטן, עמיר עס דא ארויף שטעלן און דו וועסט עס זעצן מיט גוגל זעץ, ערלעדיגט
(איך האב עס בספרו של החזן יושע ווייסער, עבודת החזן, אויב געדענק איך גוט איז עס געדרוקט אויך אין ספר הניגונים כרך ב' חלק ב')
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

יהיה כן האט געשריבן:גייט א איד אויף הארטע שטיינער
פאלט אראפ און ציברעכט זיך די ביינער
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן
ביז ער קומט קיין ווארקע צו פארן

נישט געדאווענט, נישט געלערנט
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר פון בורא עולם נישט פארגעסן


דער ערשטער חלק האב איך אביסל אנדערש מקבל געווען:

גייט א איד אויף הארטע שטיינער
פאלט אראפ און צוקלאפט זיך די ביינער
גיט ער א געשריי, אוי וויי
לאמיר צום הייליגן רבי'ן צוריק פארן
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס ענדעלט צו די ניגון עסען עסט זיך שלאפען שלאפט זיך....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

כ'קען עפעס נישט עפענען קיין איינע פון די לינק'ס. הילף איז געברויכט.
שקויעך פון פראנויס
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

[quote="יהיה כן"]אט דער אור אלטער פארציייטיישער חסידישער ניגונדל האט מיך באנומען,
מיט וועלכער אלטע פוילישע חסידים האבן זיך מחזק געווען....
אה, וואו נעמט מען היינט אזעלכע תנועות...

כ׳לייג עס דא ארויף און האטס הנאה


די לינק פירט צי עפעס א פייל פון פאנטס, נישט קיין ניגונ'דל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שוין פאראכטן
מיט אנטשולדיגונג פון יעדן
הער נאטרוליסט
ביטע נעם אראפ דעם נישט ריכטיגן לינק
אוועטאר
קרעפלקאפ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפלקאפ »

יהיה כן האט געשריבן:איך האב דעם ניגון אין מיינע ארכיוון אויף נאטן, עמיר עס דא ארויף שטעלן און דו וועסט עס זעצן מיט גוגל זעץ, ערלעדיגט

כ'ווייס נישט וואס נאטן פון אייערע ארכיוון קענען דא העלפן צו פארשטיין וואס די רוסישע ווערטער מיינען. און גערעכט זענט איר, חזקה על גוגל מתרגם אז מ'קען פון אים באקומען בלויז א זעץ און ערלעדיגט.

בנתיים האב איך ארויפגעשטעלט דעם פולן על חטא ניגון אויף מפ3. הערט און האט הנאה!

פאלגענד איז א פארקורצטע מפ3 מיט בלויז די רוסישע ווערטער.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

ניגון 'נישט געדאוונט'
https://copy.com/at2K613h7keOgZFf
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

derech eretz האט געשריבן:ניגון 'נישט געדאוונט'
https://copy.com/at2K613h7keOgZFf

ווער האט דאס ארויסגעגעבן?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דער זינגט דאך "גלאטע שטיינער", במקום "הארטע שטיינער".

אבער באמת שטימט עס טאקע בעסער מיט "גלייכע שטיינער". אזוי שטימט עס מיטן סוף ניגון.

כ'מיין אז די ניגון איז א טיפע געדאנק (קרעדיט: אברהם פריעד.)

דאס האט מען גאהאלטן ביי חסידים. עס איז נישט גענוג טאן די מצוות, און לערנען תורה אליין "גלאט", ווייל "האי מילה דלא נפקי בדחילו ורחימו לא פרחי לעילא"! מען קען אפלעבן 100 יאר, און די מעשים בלייבן שטעקען אין בית המדרש, ווי עס לויטעט די באוויסטע מעשה פון בעש"ט הקדוש.

נאכמער, אויב עס פעלט די טיפע כוונה, איז מען פון זיך "צופרידען", און דאס איז שוין גאר גאר ביטער.

און נאך וויכטיגער פארוואס עס איז אזוי וויכטיג פנימיות, איז ווען מען האט חלילה א נפילה רחמנא ליצלן ח"ו. דאן קען די גרעסטער מענטש אנקומען גאר גאר נידריג. עס געשעט א יאוש, און א טיפע צובראכענקייט. וויבאלד ער דארף דאך די "צופרידענקייט" אזוי קריטיש, און דאס פעלט אים יעצט, ווייל ער דערזעהט זיך ווי ער שטייט.

אבער אויב ווייסט מען די פנימיות, קודם איז די ארבייט אליין חשוב'ער עס איז בדחילו ורחימו. און אפי' מען פאלט ח"ו, ווייסט מען אז דאס איז "א חלק פונעם פלאן"! ווייל "צופרידען" קומט נישט איין! דאס איז נישט די ארבייט.

אצינד די ערשטע העלפט ניגון.

גייט א איד אויף גלייכע שטיינער
פאלט אראפ און ציברעכט זיך די ביינער
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן
ביז ער קומט קיין ווארקע צו פארן

א איד גייט אויף גלייכע וועגן, ער טוט וואס מען ברויך, אבער ער פאלט אים, און עס געשענט ח"ו אז מען ווערט צוקלאפ. ביז מען קומט צום רבין, און דאן ווייסט מען די אמת! און נאך מער ווערט ער געוואר ווי ווייט ער איז פון די תחלית, און ווי ווייט ער קען נאך שטייגן בפנימות.

דהיינו?

זעכער טאר מען נישט אויסלאזען קיין זוז כל שהוא, אבער אפי' דאס ווייסט מען ווי ווייט מען שטייט פון די ריכטיגע תחלית, און כאטש עס קען אויסקוקען ווי אזא מחשבה ברענגט צובראכענקייט, אבער אויב ווייסט אז דאס איז אונזער ארבייט, צו טאן און טאן, און נישט קוקען נישט אויף צוריק, און נישט אויף פאראויס (חוץ די באשטימטע צייט אין טאג פאר חשבון הנפש, אבער דאן איז אויך נאר אויף צוריק, אבער נישט אויף פאראויס.) טוט עס טרייבן אויף נאך און נאך.

און אפי' עס איז נישט מיט קיין שלימות, "נישט געדאווענט, נישט געלערנט" ווי עס דארף זיין, אבער די עיקר "דעם בורא עולם נישט דערצערנט". דאס איז די עיקר עבודה, נישט צו מאכען פארן געטרייען טאטן קיין שום צער. און דאן איז דאס עסן און שלאפען א חלק פון די עבודה. (עס קען אויך זיין א טראפעלע טיפער, איבער ישב ולא עבר עבירה וכו' וואס מען האט שטארק ארום געארבייט ביי חסידים).

אצינד דאס איז די צווייטע חלק:

נישט געדאווענט, נישט געלערנט
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר פון בורא עולם נישט פארגעסן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

derech eretz האט געשריבן:ניגון 'נישט געדאוונט'
https://copy.com/at2K613h7keOgZFf

There doesn't seem to be anything here.
You're trying to view a link that does not exist.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

קען איינער איבער לייגען די ניגון פליז.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איך דארף די נ יגון נישט געדאווענט
ביטע ציטירן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

יהיה כן האט געשריבן:אט דער אור אלטער פארציייטיישער חסידישער ניגונדל האט מיך באנומען,
מיט וועלכער אלטע פוילישע חסידים האבן זיך מחזק געווען....
אה, וואו נעמט מען היינט אזעלכע תנועות...

כ׳לייג עס דא ארויף און האטס הנאה

נישט געדאוונט

גייט א איד אויף הארטע שטיינער
פאלט אראפ און ציברעכט זיך די ביינער
ער וואלגערט זיך ארום יארן יארן
ביז ער קומט קיין ווארקע צו פארן

נישט געדאווענט, נישט געלערנט
נאר דעם בורא עולם נישט דערצערנט
יא געשלאפן, יא געגעסן,
נאר פון בורא עולם נישט פארגעסן


קען מען עס ביטע נאכאמאל פאסטען?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע: בין כתה לעשור

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

דא שרייבט מען שיין דערפון

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=52775
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.


(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)


מיין לייבערי
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע: בין כתה לעשור

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

הרבי הקדוש מאוטוואצק
הרבי הקדוש מאוטוואצק.png
הרבי הקדוש מאוטוואצק.png (20.61 KiB) געזען 1427 מאל
מוירעדג קומט שטארק אריין פאר יוה"ק

ר' איצקל מיינעך איז עס...
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.


(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)


מיין לייבערי
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: דער ווארקער ניגונ׳דל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ב”ה געטראפן דעים אשכול נאך א לאנגער צייט זוכן, פון אונזערע שטערקסטע ניגונים
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”