געזוכט ווערטער פון ניגון פון יום טוב ערליך געטייפט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

געזוכט ווערטער פון ניגון פון יום טוב ערליך געטייפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ווי קען מען טערפן די ניגון וואס ר' יום טוב זינגט פון רבי מאירל פרעמישלאנער, איבער טוהן א חסד מיט א איד, שוין געטייפטערהייט?
ער זינגט דאס אויף זיין טעיפ "חסד - אידיש נחת 21"

אויב איינער ווייסט ביטע זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

סדא צו קויפן א ביכל אויף דעם די צווייטע חלק פון די צוויי שיינע בענדער פון זיינע טעפס

אגב איך האף זיי גייען ציענדיגן די סעט
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

dovidal האט געשריבן:ווי קען מען טערפן די ניגון וואס ר' יום טוב זינגט פון רבי מאירל פרעמישלאנער, איבער טוהן א חסד מיט א איד, שוין געטייפטערהייט?
ער זינגט דאס אויף זיין טעיפ "חסד - אידיש נחת 21"

אויב איינער ווייסט ביטע זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן


איך זיך יעצט דעם ניגון - איז עס דא ערגעץ ?
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:ווי קען מען טערפן די ניגון וואס ר' יום טוב זינגט פון רבי מאירל פרעמישלאנער, איבער טוהן א חסד מיט א איד, שוין געטייפטערהייט?
ער זינגט דאס אויף זיין טעיפ "חסד - אידיש נחת 21"

אויב איינער ווייסט ביטע זיך מעלדן ווי אמשנעלסטן


איך זיך יעצט דעם ניגון - איז עס דא ערגעץ ?

איז עס נישט און די ביכלעך ארויסגעקומען פון זיינע טעפס?
אויב יא קען איך עס דיר סקענען
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

וואו קען איך טרעפן די ווערטער פון דעם ניגון "די הייליגע מנורה", פונעם קאסעט רננו צדיקים חלק א' טרעק 4
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

די ווערטער פון דעם ניגון "די הויכע נשמה", רננו צדיקים חלק א' טרעק 2
עס פעלן נאך עטליכע ווערטער וואס כהאב נישט פארשטאנען, ביטע ווער עס קען מוסיף זיין

אין קארלין איז אמאל דער בעל שם טוב געקומען
צו ר' יעקב דעם שמש פון שול באזוכן אים
אז ער האט נישט קיין קינדער אינאכט האט ער גענומען
און האט געבענטשט עהם מיט דעם
און פונקט צו דער צייט איז געבוירן געווארן א ליכטיגע יונגעלע מיט א הייליגן בליק
ער האט נישט געלעבט לאנג מען האט עהם פארלוירן אוועק אין גן עדן צוריק
איז דער בעל שם טוב זיי טרייסטן געקומען
און האט א סיפור דערציילן גענומען
אז איר וועט דאס הערן
קלאר וועט אייך ווערן
פארוואס אייער קינד איז אזוי יונג פון אייך אוועק

ווייט אין דער וועלט איז פארהאן א גרויסע לאנד
וואוינען דארט יודען שוין לאנגע יאהרן נאכנאנד
דער קיסר פון לאנד האט נישט געהאט קיין קינדער
און גרויס איז געוועזן זיין ווייטאג און שאנד
האט איינער דעם קיסר געגעבן א פלאן
מאכן גזירות אויף יודען וואס זיינען אין דעם לאנד פארהאן
אז זיי וועלן שרייען צו זייער באשעפער
וועט זייער באשעפער דיר העלפן דאן
האט דער קיסר געשוואוירן
זיין פרוי דארף געבוירן
א זון אין דעם יאר און אויב נישט איז פארלוירן
ער וועט יודען פארטרייבן
קיינער מער נישט בלייבן
און זייער פארמעגן וועט בלייבן אין לאנד

איז אויפן הימעל געווארן א טומעל מ'רופט אויס ווער וויל גיין אויף קידוש השם
און ביי דעם קעניג צו ווערן געבוירן די גזירה צורייסן מיט דעם
האט איינע נשמה זיך אונטערגענומען גיין פאר די יודען אויף קידוש השם
צום קיסר אין פאלאץ אראפגעקומען, א זון איז געבוירן ביי עהם
א קינד ווי א מלאך, גאר מאדנע געוועזן
נישט אלעס געטרונקען נישט אלעס געגעסן
געווען שטענדיג איינער
חברים נישט קיינער
און טאטע מאמע דעם כבוד אפגעהיט

זיין קאפ אבער איז געווען פול מיט פארשטאנד
ניט געווען שוין מיט עהם ווער זאל לערנען אין לאנד
האט מען געבראכט עהם פון רוים א פראפעסער וואס איז געווען אין דער וועלט גוט באקאנט
און דער פראפעסער האט איין תנאי געמאכט
א פאר שעה אין טאג דארף ער זיצן פארשפארט
אין יענער צייט טאר נישט אריינקומען קיינער
צום לערנען צום .. הכנות ער מאכט
און איינמאל דעס קינד נישט געקאנט זיך איינהאלטן
געמאכט זיך א לאך אין וואנט ערגעץ באהאלטן
און אין די שעה'ן אריינגעקוקט דארטן
געזעהן האט ער פאר זיך א וואונדערליכע בילד
דער פראפעסער איז געשטאנען ביים וואנט אנגעלענט א ליילאך געוויקלט אריבער זיין קאפ
א קעסטעלע א שווארצע געווען אויף זיין שטערן מיט צוויי שווארצע פאסן אויף אראפ

דער תלמיד איז דאן צום טיר צוגעלאפן
גענומען שטארק קלאפן און בעטן זיך פיין
ער בעט אז די טיר זאל זיין פאר עהם אפן
ער מוז דארט תיכף אריין
דער טיר ווערט גלייך אפן, עס וואונדערט עהם זייער
עס שטייט דער פראפעסער געקליידעט ווי פריער
דער תלמיד נעמט בעטן
ער וועט נישט אפטרעטן
ער וויל זיך אויסלערנען גלייך
אט די חכמה אויך

זאגט דער פראפעסער איך בין א איד
אנדערע וועגן און מעשים איך היט
האט זיך דער תלמיד גענומען צו בעטן דער פראפעסער זאל מאכן עהם אויך פאר א יוד
האט דער פראפעסער דערציילט דאן פאר עהם
די גרויסע סכנה וואס שטייט פאר מיט דעם
און האט עהם פאר.. אז קיינער טאר פון דעם ניט וויסן
און האט גענומען דאן לערנען מיט עהם
דאס לערנען פון רבי'ן
עס האט עהם געגעבן
א נייעם שטרעבן
און א נייעם לעבן
קיין ציצית קיין תפילין
נאר מיט געפילן
ביז דער פראפעסער וועט הייסן וואס צו טאן
און איינמאל דער פראפעסער האט געשיקט עהם צום קיסר צו פארן אויף דער וועלט זאל ער ערלויבן עהם
צו זעהן וואו עס לעבן די חכמים די גרויסע און לערנען זיך חכמה פון ?דעם
דער קיסר האט דאן געלאזן עהם פארן, געשיקט מיט עהם געלט און א היטער אין וועג
און אינמיטן וועג איז ער נעלם געווארן צום פראפעסערס א פריינט איז ער אוועק
אין א קליינינקע הייזל איז ער געקומען
א איד א בעל צורה האט עהם אויפגענומען
דערציילט עהם פון בורא
געלערנט עהם תורה
און שפעטער אביסל געמאכט עהם פאר א יוד

דער זון איז געוואקסן אין לערנען פיל גרויס
אין איין יאר געקאנט האט ער גאנץ ש"ס דורכאויס
פארגעסן פון עסן פארגעסן פון שלאפן און איינמאל די נשמה פון עהם איז ארויס
.. .. א גרויסער פאראד
ער גייט העכער און העכער ביז די אבות כמעט
נאר פלוצלינג געבליבן איז ער שטיין ביי א טויער, דער טויער האט אויף זיך אן אויפשריפט געהאט
ווער ס'איז נישט געבוירן ביי א אידישע מאמע
טאר נישט אריין דא און מיר זיין מטמא
די נשמה איז געבליבן שטיין שטארק צובראכן
ביז זי געהערט האט פון בית דין א פסק
די נשמה דארף ווידער געבוירן צו ווערן,
ביי א אידישע מאמע ווי א אידישע קינד
און תיכף זי קאן זיך אין הימעל אומקערן,
אדורך גיין פון טויער אצינד
און אט די נשמה איז געווארן געבוירן,
ביי אייך טאטע מאמע, געווען אייער קינד
איר האט די נשמה אזוי שנעל פארלוירן,
איר וועט שוין פארשטיין באלד אצינד
די נשמה איז תיכף ארויף צוריק אויבן
אזוי הויך אז זי נישט ?דערקאנט האט עטץ גלויבן
אויך איר זענט ביידע געווארן דערהויבן
אזא גרויסן זכות וואס איר ביידע האט געהאט

הערט וואס איך וועל אייך זאגן גאר אצינד
געבוירן עס וועט ביי אייך נאכאמאל אזא מין קינד
א הויכע נשמה א הייליגע אזוי ווי פריער, ער וועט נישט וויסן קיין טעם פון קיין זינד
אויך זי וועט פאר יודען זיך מוסר נפש זיין
ארויסנעמען יודען פון צרות און פון פיין
און טויזנטער יודען צוריק ברענגען צו דעם באשעפער, גרויסע צדיקים עס וועט פון זיי זיין
און ר' אהרן הגדול איז געבוירן געווארן
פאר יודען געשענקט זיינע כוחות ?האבן
פיר און אכציג טויזנט בעלי תשובות געווארן
פון רשעים גמורים, צדיקים זיי געמאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”