אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נישט אויף עברית?
דביה תחדי נפשא
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז דאס בראצלוב? (על משקל ווער איז דער רבי...)

צלאנים, צאטמור צאדיגער...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובה דורך איטשע »

את שלי אמרתי, והלצים יליצו, לאמיר נישט פארדרייען דעם טעמע דא.
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

איטשע האט געשריבן:את שלי אמרתי, והלצים יליצו, לאמיר נישט פארדרייען דעם טעמע דא.

כ'האב גארנישט געמיינט, כ'בעט אייך איבער.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

יא יא, כידוע אויך דעם ניגון פון'ם קדושת ציון וועלכע חב"ד זינגט פארדרייט אויף בך ד' חסיתי, און דער אונגערישע וועלט האט זיך צוגעכאפט דייקא צום חב''דסקער ווערסיע ווי איידער דעם אריגענעלען, און ווערן בייז אז די באבוב'ער פארדרייען עס, כהנא פון לחיים רופט עס גאר ניגון חבד-באבוב! (פארוואס מאכט ער נישט אביסל בירור וויאזוי א ניגון גייט ריכטיג פון'ם מחבר, בפרט א צדיק'ס א ניגון, פארן פשוט ארויספויקן)...

אולם פאם אחת מצאתי אויף די אלטע חבד טעיפס ווי דער חוזר זינגט דעם ניגון מיט'ן הקדמה "דעם ניגון האט אן אלטער חסיד געבראכט פון גאליציע"\

כ'האב שטארק הנאה געהאט
לעצט פארראכטן דורך אייגנארטיג אום מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איטשע האט געשריבן:את שלי אמרתי, והלצים יליצו, לאמיר נישט פארדרייען דעם טעמע דא.

אה אונז זעמיר גאר די לצים דא...

#כ'הער
דביה תחדי נפשא
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

אייגנארטיג האט געשריבן:יא יא, כידוע אויך דעם ניגון פון'ם קדושת ציון וועלכע חב"ד זינגט פארדרייט אויף בך ד' חסיתי, און דער אונגערישע וועלט האט זיך צוגעכאפט דייקא צום חב''דסקער ווערסיע ווי איידער דעם אריגענעלען, און ווערן בייז אז די באבוב'ער פארדרייען עס, כהנה פון לחיים רופט עס גאר ניגון באבוב-חבד!

אולם פאם אחת מצאתי אויף די אלטע חבד טעיפס ווי דער חוזר זינגט דעם ניגון מיט'ן הקדמה "דעם ניגון האט אן אלטער חסיד געבראכט פון גאליציע"\

כ'האב שטארק הנאה געהאט

ס'איז שוין לאנג באוואוסט אז די וועלט פארדרייט באבובער ניגונים. איך האב גראדע מער ליעב ווי די וועלט זינגט ברוך הוא אלקינו, בעיקר אין סאטמאר "והבדילנו מן התועים".
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זעירא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:את שלי אמרתי, והלצים יליצו, לאמיר נישט פארדרייען דעם טעמע דא.

כ'האב גארנישט געמיינט, כ'בעט אייך איבער.

נישט וואס איבערצובעטן, ס׳איז פיין און וואויל, כך הוא דרכה של פארומס.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

זעירא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז דאס בראצלוב? (על משקל ווער איז דער רבי...)

צלאנים, צאטמור צאדיגער...

א געדאנק, ס'דא נאך ברידער.
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

חמרא טבא האט געשריבן:
בית המשתה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:למעשה נאך די גאנצע מחריקה, איז מיר איינער מעיר אז ס'איז בכלל לאו דוקא די זעלבע ניגון...
די דריטע פאר ענדלט טאקע גאר שטארק, די צווייטע פאל האלבוועגס און די ערשטע פאל כמעט אינגאנצן נישט

דאס אמאל זייער ווייט צי זאגן אז דער ניגון איז אנגעקומען קיין ברסלב פון באבוב, מ'וואלט דאס געוויסט אזוי ווי אלע ניגונים זייערע וואס קומען פון פוילין

איך האב קיינמאל נישט געהאלטן אז דאס איז די זעלבע ניגון.

נאר וואס דען, די ברעסלב'ע זענען דאך מומחים אין פארדרייען ניגונים כמו שכתוב, שטאט מאכן א שנעלע פאל וכדו', א שטייגער ווי זיי האבן געטוהן מיט א מודזיצע ניגון פון ר' קויפמאן יודלסאן פון ווארשא, גענומען א גישמאקע וואלץ און ערווארבן צו א גאנצע התעוררות'דיגע לכה דודי ניגון וואס מאנכע שווערן זיך שוין אז דאס האט ר' נחמן אליינס געמאכט, אדער וויאזוי די 'יודעים' דארט וואס ווייסן שוין אביסל מער רופן דאס 'ר' יוחנן גאלנטי'ס ניגון'... (הערט זיך שוין אביסל בעסער) און גיי פרעג זיי אפ.

קאם אן, מיט די ברעסלב'ע הייב דיך נישט אן, ווייל זייערע ניגונים קומען סטרעיט פון..., ממילא איז דאס קלאר זייער ניגון...

דערמאנט מיך א עפיזאד, ווי א לעבעדיגע טאנץ ניגון פון ר' יוסעלע מנדלבוים וואס איז געווארן פארוואנדלט אין א שטאטע קומזיץ ניגון, און אין א לעצטיגע שמועס מיט איינער פון די פארלעסליכע פוילישע חסידים שווערט ער זיך צו מיר אז דאס קומט נאך פון ווארקא!... (איך דערמאן נישט קיין פרטים מפני הכבוד)

יא יא, באבוב'ע ניגונים זענען אנגעקומען איבעראל - פשוטו כמשמעו, צו ס'שמעקט ענק יא צו נישט.

אויב מיינסטע דעם טאנץ ניגון וואס איך מיין דארפסטע נישט גיין קיין ווארקא נאר די ברסלב׳ע אליינס אין די קלויז אין מאה שערים זינגען דעם ״התעוררות׳דיגע״ ניגון יעדן שבת אויף לכה דודי

https://drive.google.com/file/d/1kyeKZESSuFggBxvIimGnJCaCKqLtl0dX/view?usp=sharing
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יאפ דאס איז עס

אטעטשמענטס
image.png
image.png (689.84 KiB) געזען 1072 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:העי מיט א רואיגקייט, קיינער זאגט נישט אויף דעם מאזשיצע לכה דודי אז ס'איז פון רבי נחמן. ס'איז גאנץ קלאר א ניגון וואס ר' בנציון אפטער האט געברענגט פון מאזשיץ. דער נאמען 'יוחנן גאלאנטי' פראביר איך שוין א לאנגע צייט צי מברר זיין אן ערפאלג...

איך האב נאר נאך קיינמאל נישט געהערט פון א ברענגער פון באבובע אדער בכלל גאליציאנע ניגונים קיין ברסלב, דערפאר וויל זיך עס נישט גלייבן ווילאנג מ'הערט נישט עפעס א סמך דערצי..

ויבא, האסט שוין אלעס געהערט, בלויז דער איין זאך נישט, ממילא איז אלעס אפגעפרעגט...
אפי׳ לשי׳, מאן יימר אימיצער האט געברענגט קיין בראצלוב. די טויטע חסידים האבן זיך געדרייט איבעראל באבאווער נגונים איז בימים ההם געווען אן ארטיקל, אז סאי׳ אנגעקומען ביז׳ן טעאטער (אוי, גיי איך חרטה האבן פאר׳ן דאס שרייבן), באבאווער נגונים האט מען געזינגען איבעראל, ס׳איז געווע א נייע סטייל פון לייכטע נגונים, אנשטאטס די קאמפיצירטע חזני׳שע לאנגע נגונים. באבוב האט געהאט 40-50 ישיבות אויסגעשפרייט אין גאליציע, ווי מען האט געזינגען די נגונים. איז אזוי שווער צו פארשטייין ווי א נגון אז אנגעקומען צו די בראצלובער חסידים? געזינגן אין בראצולב מיינט מען עפעס אין די שטאט בראצלוב, מען מיינט ביי די חבורות, וועלכע זענען אויך געווען איבעראל.

אפגעפרעגט וואס ווער? לא דרכיכם דרכי מיין פריינט, ווען איך ווייס נישט עפעס זאג איך אז מיין השערה קומט פון מיין נישט וויסן, איך שעם זיך נישט דערמיט, און כ׳שרייב עס נישט פאר א פאקט. כ׳האב דא געזאגט אז ס׳איז ענדערש צי זאגן אז ס׳איז א אנדערע ניגון וויבאלד כ׳ווייס נישט פון קיין ״ברענגערס״ פון גאליציע קיין ברסלב. יא איך בין אויסגעקאכט אין ניגוני ברסלב און ס׳איז מיר אויפפאלנד אז א ניגון זאל דארט לאנדען אן קיין נאמען פון א יחיד אדער א חבורה פון אנש וואס זאלן האבן געברענגט גאליציאנע ניגונים.

שרייבסטו א ווילדע תגובה געבויט אויף דיינע השערות, און די ווינדערסט זיך מסתמא נאכדעם פארוואס קיינער קימערט זיך נישט דערמיט. אזוי זענען רוב פון אייערע ידיעות, אומקלאר צי ס׳איז קראנט אדער בלויז דיינע פילינגס... כ׳וועל דיר די אייינמאל ענטפערן זאל מען וויסן פאר דיינע קומענדיגע ציווילדעוועטע טענה'רייען אז ס'איז גרינטלאז.

פרעגסט מאן יימר, אמת ס׳קען זיין אז ס׳האט זיך אריינגעכאפט, אבער אין ברסלב - אנלייק אין טיאטער - האבן אלע ניגונים געהאט א אפשטאם און א יחוס צי א מחבר אדער ברענגער, אין די אלטע נאטען פון ברסלבע ניגונים שטייט צי יעדע ניגון א נאמען וואס האט עס מחבר געווען אדער געברענגט. למעשה שרייבסטו א שיינע געדאנק אז זיי האבן זיך געדרייט איבעראל און אז א ברסלבע ניגון מיינט נישט דאס נאר דאס, פיין, האסט א שיינע וועג פון טראכטן, אבער דאס איז נישט די אמת, באלד וועלן שוין מענטשן גלייבן וואס דו שרייבסט ווייל א גרויסע ידען און קענער זאגט דאך אזוי.. אין פאקט האט מען אין ברסלב עמטליך נישט געזינגען קיין פרעמדע ניגונים סתם אזוי, די וועג וויאזוי א דרויסענדע ניגון איז געווארן מקובל אין ברסלב איז דיקא געווען דורך דערהויבענע חסידים וואס האבן עס געזינגען און ס׳איז צישפרייט געווארן מיוחס צי זיי און פון ווי זיי האבן עס געהערט. אן אויסנאם צי דעם זענען געוויסע וועלטס ניגונים וואס מ'זינגט עס אין ברסלב נישט אלץ ברסלבער ניגון (א שטייגער ווי דעם מנדלבוים לכה דודי וואס מ'האט דא פריער גערעדט פון)

למעשה ווי געזאגט ס׳איז טאקע נישט קיין ראי׳ אבער א סמך איז עס זיכער צי זאגן אז ס׳וואלט געווען ידוע אויב ס׳זאל קומען פון גאליציע, לכה״פ א נאמען פון איינס צוויי ברסלבער חסידים וואס האבן געברענגט גאליציאנע ניגונים צי וועם מ׳זאל עס קענען מייחס זיין. ס'קען זיין ס'איז דא, איך האב אבער נאכנישט געהערט. אויב דו האסט יא אדרבה, דאס וויל מען הערן פון אזא ידען ובקי, נישט קיין השערות געבויט אויף אימעדשינעישענס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז דאס בראצלוב? (על משקל ווער איז דער רבי...)

די וואס קענען ברסלב דורך די שמוציגע פאשקווילען פון ביז 100 יאר צוריק שרייבן געווענליך אזוי,
אין אידיש פלעגט מען שרייבן בראצלעוו, שפעטער האט מען שוין געשריבן ברעסלאוו
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אייגנארטיג האט געשריבן:יא יא, כידוע אויך דעם ניגון פון'ם קדושת ציון וועלכע חב"ד זינגט פארדרייט אויף בך ד' חסיתי, און דער אונגערישע וועלט האט זיך צוגעכאפט דייקא צום חב''דסקער ווערסיע ווי איידער דעם אריגענעלען, און ווערן בייז אז די באבוב'ער פארדרייען עס, כהנא פון לחיים רופט עס גאר ניגון חבד-באבוב! (פארוואס מאכט ער נישט אביסל בירור וויאזוי א ניגון גייט ריכטיג פון'ם מחבר, בפרט א צדיק'ס א ניגון, פארן פשוט ארויספויקן)...

אולם פאם אחת מצאתי אויף די אלטע חבד טעיפס ווי דער חוזר זינגט דעם ניגון מיט'ן הקדמה "דעם ניגון האט אן אלטער חסיד געבראכט פון גאליציע"\

כ'האב שטארק הנאה געהאט

יפרח בימיו אויכט דאכצעך, חב"ד מאכט נישט קיין סוד דערפון ווי ווייט איך ווייס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:יא יא, כידוע אויך דעם ניגון פון'ם קדושת ציון וועלכע חב"ד זינגט פארדרייט אויף בך ד' חסיתי, און דער אונגערישע וועלט האט זיך צוגעכאפט דייקא צום חב''דסקער ווערסיע ווי איידער דעם אריגענעלען, און ווערן בייז אז די באבוב'ער פארדרייען עס, כהנא פון לחיים רופט עס גאר ניגון חבד-באבוב! (פארוואס מאכט ער נישט אביסל בירור וויאזוי א ניגון גייט ריכטיג פון'ם מחבר, בפרט א צדיק'ס א ניגון, פארן פשוט ארויספויקן)...

אולם פאם אחת מצאתי אויף די אלטע חבד טעיפס ווי דער חוזר זינגט דעם ניגון מיט'ן הקדמה "דעם ניגון האט אן אלטער חסיד געבראכט פון גאליציע"\

כ'האב שטארק הנאה געהאט

יפרח בימיו אויכט דאכצעך, חב"ד מאכט נישט קיין סוד דערפון ווי ווייט איך ווייס

טשורטקוב - רוזין
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דערמאנסט טשרטקוב. אין באבוב האט מען געזינגען ברח דודי פון מאניש חזן. אגב. די וועלטס באקאנטע ניגון אויף בגלל אבות איז די ענדע פון די ברח דודי.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

סטאוו, לויט וואו די שרייבסט זענט איר א מבין אין ברעסלאווער ניגונים, וויל איך פארשטיין אפאר זאכן.
1. למעשה איז דא עפעס א קבלה און ברעסלעוו פון וואו דער ניגון קומט?
2. איז דא ניגונים וואס האבן נישט קיין מקור?
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שטאפיק האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אייגנארטיג האט געשריבן:יא יא, כידוע אויך דעם ניגון פון'ם קדושת ציון וועלכע חב"ד זינגט פארדרייט אויף בך ד' חסיתי, און דער אונגערישע וועלט האט זיך צוגעכאפט דייקא צום חב''דסקער ווערסיע ווי איידער דעם אריגענעלען, און ווערן בייז אז די באבוב'ער פארדרייען עס, כהנא פון לחיים רופט עס גאר ניגון חבד-באבוב! (פארוואס מאכט ער נישט אביסל בירור וויאזוי א ניגון גייט ריכטיג פון'ם מחבר, בפרט א צדיק'ס א ניגון, פארן פשוט ארויספויקן)...

אולם פאם אחת מצאתי אויף די אלטע חבד טעיפס ווי דער חוזר זינגט דעם ניגון מיט'ן הקדמה "דעם ניגון האט אן אלטער חסיד געבראכט פון גאליציע"\

כ'האב שטארק הנאה געהאט

יפרח בימיו אויכט דאכצעך, חב"ד מאכט נישט קיין סוד דערפון ווי ווייט איך ווייס

טשורטקוב - רוזין

טשארקוב איז נישט אזוי מדוייק מיוחס איז עס צו סא"ג ויש אומרים הוסיאטין

אבער די אמת איז אז די ניגון איז שוין געזינגן געווארן אין צאנז וזרעו אחריו שינאווא ובאבוב ועוד און אויך אין ווארקא/אמשינאוו מילא איז עס א ניגון עתיק יומין
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איטשע האט געשריבן:דערמאנסט טשרטקוב. אין באבוב האט מען געזינגען ברח דודי פון מאניש חזן. אגב. די וועלטס באקאנטע ניגון אויף בגלל אבות איז די ענדע פון די ברח דודי.

אין באבוב אין אמעריקא צ"ל
דביה תחדי נפשא
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

חמרא טבא האט געשריבן:טשארקוב איז נישט אזוי מדוייק מיוחס איז עס צו סא"ג ויש אומרים הוסיאטין

אבער די אמת איז אז די ניגון איז שוין געזינגן געווארן אין צאנז וזרעו אחריו שינאווא ובאבוב ועוד און אויך אין ווארקא/אמשינאוו מילא איז עס א ניגון עתיק יומין

פון וואנען ווייסט מען אז מ'האט עס געזינגען אין צאנז וכו'?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שמעתי פעם מהרב רוס
דביה תחדי נפשא
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

חמרא טבא האט געשריבן:שמעתי פעם מהרב רוס

יישר כח

נאר אביסל אינטערסאנט א סאדיגורא ניגון...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

זאגט ער אז אויב האט מען עס געזינגן אין רוזשין צאנז און ווארקא קומט עס מסתם פון נאך העכער ארויף ולק״מ
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער ניגון האבן שוין הייליגע ברסלבער חסידים געזינגען אין אוקריינע איבער 100 יאר צוריק. שווער צי זאגן ס'איז ר' בנציון'ס ניגון.

א שאד "ר' בנציון" האט נישט זוכה געוועהן צו באקומען דעם טיטל "הייליג"

יעצט בנוגע דעם ניגון. די ווילסט אפפרעגן א ניגון וואס מען זאגט פינקטלעך:
1. ווער האט עס מחבר געוועהן, (בעל קדושת ציון זצ"ל)
2. ווען מען האט עס מחבר געוועהן, (לרגל יום טוב תרס"?)
3. וואס איז געוועהן די מאורע אויף וואס מען האט עס מחבר געוועהן. (שלא הגיע הניגון מהחזן)
מיט'ן טענה אז דעם ניגון איז א ברעסלאווער ניגון. ווייל --- מען זינגט עס אין ברעסלאוו.
ברעסלאווער ניגונים זענען באקאנט אלס א ליקוט פון ניגונים וואס איז קונה שם אלס ברעסלאווער ניגון צוליב דעם וואס א ברעסלאווער חסיד זינגט עס. (שטעלט אייך פאר שלום לעממער וואלט געוועהן א ברעלסאווער חסיד, וואלט שוין "גאט בלעסס אמעריקא" געווארן א אלטע ברעלסאווער 'מה ידודית'...) ווי באקאנט איז דעם ניגון 'הושיעה את עמך' וואת הרב אברהם יהושע טווערסקי האט פארפאסט לרגל די שבת אויפריפען פון זיין ברודער האט ער א קורצע צייט דערוף געהערט וועגן די נייע ברסלאווער רעקארד וואס פארמאג אט דעם ניגון... וכהנה וכהנה.
יעצט, איך זעה איר ברעכט אייך קאפ וויאזו דעם ניגון האט געקענט אנקומען קיין ברעסלאוו, וועל איך אייך העלפן. כידוע האט ברעסלאוו געהאט שטיבלאך אין גאליציא און פיל מתפללים זענען געוועהן 'צוגעקומענע' חסידים וועלכע זענען און עטליכע פעלער געוועהן משפחה מיטגלידער פון אנדערע בעלזער/גערער און אויך פון באבובער חסידים.
שוין, עס קומט ר"ה אין משה פערלצייג מבחורי אנ"ש פון די קראקא'ווער ברעסלאווער שטיבל פאהרט מיט די חברי השטיבל קיין לובלין ווי די תפילות זענען פארגעקומען אין היכל הישבה יח"ל, כידוע. דארט לערנעט ער אויס זיין חבר א זמר וואס זיין באבובער שוואגער האט יעדעס וואך געזינגען אויף 'מנוחה ושמחה' בשעת ער האט גע'עסן קעסט ביי זיין שווער, הב' משה'ס פאטער. זיין חבר וואס האט זיך נארוואס אויסגלערנט דעם ניגון איז א זוהן פון די בעל תפילה וועלכע זינגט עס ביים דאווענען אויף ליל ר"ה שחל בשבת קודש אויף לכה דודי/המבדיל/ממקומך/לא תבשי/קדיש תתקבל/כבקרת/אין קצבה.... ... .. .
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”