יונגערלעך #2

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור, נאדיר אן אגודל ארויף פאר דיין אנאליז. מען זעהט דיין הבנה, דיין שריפט, הערליך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

כינור, דאס איז א געהעריגע טור, א שפאציר אינעם אלבום היינט ביי האנט מיט א מיבן וואס ווייזט ארום פארן צוהערער אלעס אינערהאלב דעם אלבום. ווי איך באזיך ווען אין א מוזיאום וכדו׳ מיט א ספעציעלע טור גייד.
הערליך אראפגעלייגט מעסיוו דזשאב! טענקס א מיליון. דער - אויך ביז יעצטיגע הערליכע - סידי וועט זיך יעצט הערן נאך שענער.. יישר כח.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ענדע צדיק! האט געשריבן:כינור, נאדיר אן אגודל ארויף פאר דיין אנאליז. מען זעהט דיין הבנה, דיין שריפט, הערליך!


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- (איך טוה למעשה....)

ר' כינור, איך טענה שוין לאנג אז דו ביסט גוט. ביסטעך ממש ווי א כינור, איך בין דיר חושד אז דו שפילסט טאקע אויף א פידל, לכה"פ מיט דיין שריפט....

כ'האב זיך דערקוויקט מיט יעדן האלבן ווארט, אפילו איך האב אביסל א אנדערן בליק און שמעק אויף כמעט יעדן ניגון, אבער דאך האב איך זיך מחאאאאיע געווען. פשוט איך קוק עס אן ווי א (כ'זאג (נאכ)נישט וואס מיין ארבעט אין עולם הנגינה איז), און דו קוקסט עס אן מיט א משוגע'דיגע מוזיקאלישן בליק, ס'דאך באוויסט אז אויף א פידל איז די שווערסטע צו שפילן, און איינער וואס שפילט שוין יא מוז זיין גוט מוזיקאליש...

טאמער כ'וועל טרעפן עפעס א שטיקל ליידיגע צייט וועליך עס פארשטייט'צעך שענקען פאר א גוטן ריוויו פון מיינע אויגן, אבער דערווייל בינעך צודרייט ביזי, כ'טראכט אפשר עפענען א צווייטע ניק אפשר דארט וועל איך נישט זיין אזוי פארנומען...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב גע'בוקמארקד כינור'ס תגובה... העמער באלד צוריקקומען דערצו...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איצל פיצל האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:יעצט איבערגעגאנגען דעם אשכול פון יונגערליך נאמבער וואן פאר נייגיריגקייט וואס יונגערליך 1 איז זיכער געווען א היט שבהיט און יעדער וועט דאס מודה זיין און ווינדער איבער ווינדער אזא מין נעגעטיוויקייט הערשט דארטן סא איך בין נישט אנטציקט פון די קריטיק דא ...

ברענג די לינק


viewtopic.php?f=18&t=37738&p=1742028&hilit=%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%A8%D7%9C%D7%99%D7%9A#p1742028
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך ווער נישט זאט!!
איך מוז וויסן ווער עס האט רעקארדירט דעם לייפער'ן... באלד טאקע באלד.... אוי ס'רייסט שטיקער!!
אזאנס אהערצושטעלן...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

moishy56 האט געשריבן:יונגערלעך 2

https://www.greentec.co.il/%D7%99%D7%95 ... 99%D7%9A-2

ייש"כ! $10.66 האט דאס געקאסט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אלעס איז גוט, אבער די לעצטע ניגון איז גאר הארציג.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וה' הטוב יעזור...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך ווער נישט זאט!!
איך מוז וויסן ווער עס האט רעקארדירט דעם לייפער'ן... באלד טאקע באלד.... אוי ס'רייסט שטיקער!!
אזאנס אהערצושטעלן...


יאפ, יעדער קנייטש איז גאלד, למשל וואס איז מיט דיין הבטחה געווארן, הער צי ווי ער זינגט די געווארן.. כהנה וכהנה.. נעקסט לעוועל. נמש האט עם רעקאדירט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

כינור האט געשריבן:יונגערליך 2

שלום עליכם אייך אייוועלט,


ניגון 2. בצאת ישראל (הערשי וויינבערגער)
געבוי: זייער א אינטערסאנטע און חידוש׳דיג בנין. ער קומט אריין מיט א שארפע מעידזשער אויף א מארטש ריטעם

עפעס דערמאנט מיך די ערשטע פאל פון "בצאת ישראל" פון "צליל וזמר" #6, זיי האבן אויך א בצאת ישראל...........
איינער איז מיט מיר??? ווייס פונוואס כ'רעד???
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:יונגערליך 2

שלום עליכם אייך אייוועלט,


ניגון 2. בצאת ישראל (הערשי וויינבערגער)
געבוי: זייער א אינטערסאנטע און חידוש׳דיג בנין. ער קומט אריין מיט א שארפע מעידזשער אויף א מארטש ריטעם

עפעס דערמאנט מיך די ערשטע פאל פון "בצאת ישראל" פון "צליל וזמר" #6, זיי האבן אויך א בצאת ישראל...........
איינער איז מיט מיר??? ווייס פונוואס כ'רעד???

Yes
https://jmusic.me/%d7%9e%d7%a7%d7%94%d7 ... s-yisroel/
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די ניגון - לעשות רצונך אלקי חפצתי - ווי אלע קעמפ'ס זינגען צוזאמען איז אמת? אדער נאר א דשאוק?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

abeg האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:יונגערליך 2

שלום עליכם אייך אייוועלט,


ניגון 2. בצאת ישראל (הערשי וויינבערגער)
געבוי: זייער א אינטערסאנטע און חידוש׳דיג בנין. ער קומט אריין מיט א שארפע מעידזשער אויף א מארטש ריטעם

עפעס דערמאנט מיך די ערשטע פאל פון "בצאת ישראל" פון "צליל וזמר" #6, זיי האבן אויך א בצאת ישראל...........
איינער איז מיט מיר??? ווייס פונוואס כ'רעד???

Yes
https://jmusic.me/%d7%9e%d7%a7%d7%94%d7 ... s-yisroel/

מיך דערמאנט עס, פון די באקאנטע בצאת ישראל,
לפנות בוקר
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

װאלט זיך נישט בעסע געזעצט די בצאת ישראל ניגון אױב ער מאכט די ברידזש פאר א געהירגע פאל דאס מײנט אז ער זאל איבער זינגען צװײ מאל די ברידזש אין די צװײטע מאל לײגען אנדערע װערטער אין ערשט נאכדעם גײן צום הױכן פאל? איך מײן אז אזױ װאלט דער ניגון געקענט װערן א חתונה היט (כ׳האף אז מ׳פארשטײט װאס כ׳מײן)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

נשמה האט געשריבן:די ניגון - לעשות רצונך אלקי חפצתי - ווי אלע קעמפ'ס זינגען צוזאמען איז אמת? אדער נאר א דשאוק?

אמת.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך ווער נישט זאט!!
איך מוז וויסן ווער עס האט רעקארדירט דעם לייפער'ן... באלד טאקע באלד.... אוי ס'רייסט שטיקער!!
אזאנס אהערצושטעלן...


יאפ, יעדער קנייטש איז גאלד, למשל וואס איז מיט דיין הבטחה געווארן, הער צי ווי ער זינגט די געווארן.. כהנה וכהנה.. נעקסט לעוועל. נמש האט עם רעקאדירט.

נפתלי משה האט אים טאקע רעקארדירט, אבער די קוועטשן פון וואס מען שמועסט דא האב איך נישט קיין ספק אז עס האט מיט דעם אינגל, און נישט מיט נפתלי משה. כ׳האב אים שוין געהערט, אזוי זינגט ער נאטירליך, קע״ה, דאס איז א מתנה פון הימל וואס ער האט. די מעשה איז בפשטות פארקערט, אז וויבאלד ער האט טאקע דעם הארץ און שטומע, האט נפתלי משה אים גענומען פאר דעם ניגון. אדרבה ווער עס קען נפתלי משה זאל אים פרעגן אין ברענגן דא דעם ענטפער.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כל מקדש דערמאנט מיר עפעס זייער שטארק די ניגון א מאמעס תפלה אויף כיבוד אב ואם טעיפ
די גאנצע ניגון א קאזין פון דעם כל מקדש און ביי אוהבי ה׳ ווערט ער זיין ברודער אז איך פאר אריין אין יענע ניגון...

ווייסט איינער ווער האט געמאכט יענע ניגון, און וועלכע ווערטער האט מען עס לכתחילה קאמפאוזט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

כינור האט געשריבן:יונגערליך 2

שלום עליכם אייך אייוועלט,
מחמת טירחא דיומא קענען מיר נישט שרייבן אויף יעדע סידי וואס קומט ארויס כאטש מיר ווילן ווי יעדען עקספרעסן געפיל און מיינונג פארן פאמיליע דא.
אבער פארשטענדליך ביז גאר איז דער יעצטיגער אויסנאם.
נישטא נאך אזא אלבום וואס האט כובש געווען די יהדות החרדית ווי דעם ערשטן אינעם יונגערליך סעריע.
די פארקויף פון הארטע קאפיעס און דאונלאודס צוגלייך האבן געבראכן דעם רעקארד פון דיסטריביוטערס און וועבזייטלעך מיט הויכע ציפערן.
מען קען זאגן אז ס׳כמעט נישטא א היימישע שטוב ווי די סידי האט נישט מיטגעהאלטן ווי די דישעס ווערן געוואשן און ווי מען גרייט זיך אויף שבת ויו״ט.
מיט גרויס וואונדער זענען זיי געשטאנען, די מבינים, פרובירנדיג צו דערטאפן דעם סוד פון יונגערליך וואס שלאגט אזאנע כוואליעס ווי אימער דער איד געפונט זיך.
בעצם איז עס גאנץ פשוט. אפי׳ א קליינע שטראל לייכט אויף די טונקעל.
אין די היינטיגע רוישיגע מארק זאל ערשיינען א דיסק ווי פאר פערציג יאר צוריק מיט די היינטיגע שיינקייט און פראפעסיאנאלקייט איז פארשטענדליך אז ס׳האט זיך שנעל דערקייקלט צום אויבן אן.
די נשמה האט עס געדארפט אפי׳ ער האט נישט געשפירט דעם חסרון בעפאר (מחמת ווארים אין כריין כידוע ליודעי).
וואו איז עס געווען ביז אהער אזא טעיפ ווי לעכטיגע ריינע קינדערליך מיט הימלישע צאן קדשים געזאנג גיסן זיך צונויף מיט שירי הלוים אין א הערליכן קאסעטע?
איז יעצט ווען דעם שוין אלעמען באקאנטן כאר געבט ארויס זייערס א פרישע יצירה קען מען נישט בלייבן מיט א טרוקענעם פענע.
פון די ערשטע איינדרוקן האט מען שוין געקענט זעהן אז זיי האבן גע׳פעסט די טעסט פונעם ציבוריש׳ן ריט צו ס׳איז אזוי געראטן ווי דעם ערשטן.
נאך אלעם האבן זיי זיך גענייט גרויסע שיך און געשאפן א שטארקע דימענד וואס פארלאנגט א גרעסערן סופליי. און ניין זיי האבן נישט אנטוישט, אויב מעג מען זאגן קומען זיי אריין אזוי שטארק ווי די פריערדיגע (ליין באלד מער דערויף). ס׳איז געוואגט צו זאגן אזאנס, אבער מען דארף אינאכט נעמען אז יענע ניגונים האבן זיך שוין באקוועם געמאכט אלס נכסי צאן ברזל אינעם מוח וואס מאכט שווערער זיך צוצוגעוויינען און אנערקענען נייע שלאגער׳ס אינעם פאמיליע.
ובזה החלי בעז״ה:

ניגון 1. לעשות רצונך אלוקי חפצתי (הערשי וויינבערגער)
געבוי: די געבוי דערפון איז זייער אינטרעסאנט און אנדערשט. ס׳איז ליבערשט מער צוזאמגענומענע תנועות און השראות וואס דערפון האט מען פארוואנדעלט א ניגון. ממש אנפאנג טרעק הערט מען אן ערשטן פאל און מער הערט מען נישט דערפון ביז סוף ווען די ניגון קומט צו אן ענדע. די ניגון איז א צוויטע פאל און א דריטע פאל וואס האלטן אינאיין ראטעיטען איינס מיטן צווייטן ווען אינדערצווישן זינגט מען די ׳אאוטרא׳ - די תנועה׳לע נאכן מיטעלסטע פאל.
מעלאדיע: הערליך שיין און בע׳טעמט. די הויכע פאל איז ווערד א מעדאל. ס׳שניידט גוט אריין און שטורעמט גוט דאס געפיל. ווארעם חסידיש און הארציג, א ברכה צו מאכן. די רעפיטישן פון די הויכע פאל איז זייער געלונגען ווייל עס פארט פון העכער צו נידריג דורכאויסן פאל אבער נישט ממש אויפן זעלבן אופן וואס וואלט געבאדערט די אויער נאר ביי רצונך אלוהי קומט ער פון אויבן אראפ פון א נידריגערע פיטש ווי לעשות.
מוזיק: שיינע אקוסטיק אררעינדזשמענט אנע חידושים אבער פיין.
עובר לסוחר: פארשטייט זיך אז די מח וויל קאמפערן דער ערשטער טרעק דא צו די ערשטע טרעק פונעם פריערדיגע אלבום דאווענען.
איז קודם דא די עצם דיפערענץ אז דאווענען איז געבויט ווי א געווענטליכע ניגון, מיט א ערשטע פאל און הויכן פאל, און די מוח דארף נישט צופיל טראכטן ווי אזוי אנצוהייבן דעם ניגון, לעשות אבער, איז מער תנועות ווי ניגון וואס איז גורם אז ס׳נעמט צייט פארן מח צו דערגיין ווי אזוי די פעלער ווערן פלאצירט.
איז גיי איך נישט פארזאגן פאר דעם ניגון א סוקסעס רעיט אזוי ווי דאווענען, קודם וועגן די דערמאנטע סיבה, און ועוד אז אזא ניגון האט ווייניגער פלעצער ווי געזינגען צו ווערן און איז נישט צו געאייניגט פאר שמחות וכדומה, ס׳איז מער פאר קומזיצן און קעמפ׳ס, אבער פון מעלאדי שטאנדפונקט שטייט ער נאנט צו דאווענען. איך וואלט נישט געזאגט פונקט, ווייל דאווענען איז געווען א איינמאליגע חידוש וואס איז שווער איבערצוחזר׳ן.

ניגון 2. בצאת ישראל (הערשי וויינבערגער)
געבוי: זייער א אינטערסאנטע און חידוש׳דיג בנין. ער קומט אריין מיט א שארפע מעידזשער אויף א מארטש ריטעם און ער ענדיגט מיט א מיינער אויפ׳ן דיסקא - דאנס ריטעם. נא ווי אזוי ברענגט מען צאם די צוויי פעלער? האט ער דא געמאכט א געלונגענע ברידזש וואס איז זייער א שיינע build up פארן הויכן פאל. די ערשטע פאל הערט זיך גאר אויפגעלייגט און פרייליך טאקע ווייל ס׳איז אינעם מעידזשער סקעיל וואס איז זייער ריכטיג געבויט ווייל עס רארף רעפלעקטירן די שמחה ביי יציאת מצרים. און די צווייטע פאל וואס איז מער א עמאציאנאלע געבעט און האפענונג אז מען גייט שוין באלד ארויס פון גלות פארט טאקע אויף א האפענונגספולע מיינער סקעיל. יעצט ביים הויכן פאל ווען ער גייט איבער ׳און א דריטע מאל׳ שטעלט זיך די מח אפ פאר א רגע פון די געפארעכץ פונעם ניגון און ער באמערקט דא א שטיקל ׳דרעג׳. פון אויבן אויף איז א ׳דרעג׳ - א נאכשלעפעכץ׳ א שטארקע חסרון וויבאלד ס׳פארשווערט און מאכט אומבאקוועם פארן צוהערער, אבער דא איז עס פשוט פירוש המלות פאר די ווערטער איז עס נאר א מעלה, און געלונגען איז די קאורד פון נפתלי משה ביי דעם שטיקל וואס האט עס אויסגעבעט ס׳זאל זיך הערן שיין און נישט שטערן די אויער. צום סוף לייגט ער א אזא שיינעם תנועה ׳די אידן גייען שוין ארויס׳ וואס טייטשט און פעקעדזשט גוט די ניגון.
מעלאדיע: א אפביעט געלונגענע ניגון, הערט זיך זייער געשמאק און לייגט אריין אין א גוטע גיסטע.
מוזיק: ער קומט אריין מיט כוואליעס, שטורעמט מיט א שטרענגע סאלדאטן מארטש און צושפילט זיך אין א הערליכן ברעסס אינטרא. זייער שיין און רייך און ברענגט ארויס די ניגון.
עובר לסוחר: די ניגון איז לאו דוקא געמאכט פאר חתונות, עפעס קליקט עס נישט אריינצוגיין אין צווייטן טאנץ, מער גע׳קעיטערט פאר קינדער און צו הערן רואיג אין שטוב.

ניגון 3. כל מקדש (פינקי וועבער)
געבוי: א רעגולער 4/4 ׳בעללעד׳ אן קיין שארפע חידושים אבער הערליך. סוף פונעם ניגון ווערט די ריטעם געטוישט און הייבט אן פארן אויפן זעלבן טעמפא אבער מיט די זעץ (kick) אויף יעדע פערדע נאט אנדערשט ווי בעפאר וואס די זעץ איז געווען אויף יעדע צווייטע נאט (ציילט מיט די הענט איינס צוויי דריי פיר לויטן ריטעם פונעם ניגון העט איר עס זען) וואס געבט אריין א שטארקע שבת׳דיגע געשמאק אינעם ניגון.
מעלאדיע: פינקי קומט אריין סאליד ווי אלעמאל מיט נאך א הערליכע פינקי קלאסיק, אן קיין דראמאטיש טויש אין פיטש ווי אסאך פון זיינע ניגונים וואס פון הויכן פיטש געבט ער א פאר אראפ אונטערן פעדלאגע און דערנאך שיסט ער צוריק ארויף (כה אמר הד׳, קל אחד, ועוד). די הויכע פאל שניידט און צעגיסט זיך אין די ביינער, א הערליכע שבת ליד ממש אן עונג צו הערן. אינעם ערשטן פאל געפונט זיך א טראפעלע גאלדמאן ספייס וואס געבט נאר צו צום שיינקייט.
מוזיק: מ׳קען זיך ניטאמאל טועה זיין, די אויערן טוען תיכף דערשנאפן אז לאופער האט אויף דעם ניגון געלייגט זיינע הענט. משה לאופער מיט זיינע פידעלעך איז געווארן ווי א לבוש און סטעמפל פאר חסידישע נגינה. אזוי הארציג רואיג, קיין איין אינסטרומענט שרייט נישט צופיל, נאר אלעס פליסט אריין אין איין שיינע הארמאניע.
עובר לסוחר: וויבאלד דער לידל אנטהאלט אזוי פיל שבת דערין, איז עס אביסעלע צו שבת׳דיג צו זינגען אויף שמחות, אזוי ווי קיינער העט נישט זינגען שומרי מצותיה ביים חתונה סעודה. ס׳איז די פערפעקט ניגון פאר פרייטיג צונאכט׳ס ביים שבת טיש אדער ביי ליל שישי פאברענגען, באטע׳ס וכדומה. א אמת׳ע שיינע שבת ליד.

ניגון 4. ציצית (הערשי וויינבערגער)
געבוי: א רואיגע אאמפאה (קענסט עס ספעלן אנדערש?... אין ענגליש - oompah)
הערשי האט ליב צו קאמפאזירן אין דעם דזשאנער. די ניגון הייבט זיך אן גאר געלונגען און די ערשטע צוויי ווערטער שתהא חשובה פארט שטארק מוזיקאליש. די רעשט פונעם ניגון פארט אויך שיין און דעם צווייטן פאל האט שטארקע הערשי פלעיווער וואס מען האט שוין געהערט אין אנדערע ניגונים זיינע. ער בלייבט דא און קריכט נישט צו הויעך אדער נידריג, א רואיגע געפילישע מיינער ניגון.
מעלאדיע: די ערשטע פאל איז הערליך שיין, די ניגון איז געשמאק און מ׳שפירט א העכערקייט דערין. מ׳שפירט א ריינקייט ווען די צאן קדשים זינגען אזוי הארציג מצות השם.
מוזיק: שלמה זלמן הייבט אן מיט א הערליכע סאלא פידל אינטרא, זייער שיין, ווי אויך מאכט ער הערליכע קאורדס דורכאויסן ניגון. שלמה זלמן פארט געווענליך אין איין סטייל אין די ניגונים וואס ער אררעינדזשט, נישט קיין מעגא חידושים אבער מוזיק גוט און צום פינטל.
עובר לסוחר: דא וויל מען נאטירלעך עס אויך צוגלייכן צו דאווענען ווייל עס פארט אויפן זעלבן שניט, אבער ניין, ס׳פארמאגט נישט די ׳היט׳ קוואליפיקאציעס פון דאווענען. די מעלאדי איז טאקע הערליך אבער די ווערטער זענען נישט געמאכט פאר ערוואקסענע נאך צוזינגען. עכ״פ די אידישע גראמען זיכער נישט. די ניגון איז סערווירט פאר מלמדים אין חדרים און מען קען דאס זען אלס די נעקסטע דאווענען אין די חדרים.

ניגון 5. ושם נעלה (יונה ליפשיץ)
געבוי: די ערשטע פאל איז הערליך! א wow פאל. ער שלענגעלט זיך אויסטערליש שיין און מאנאוווערט דעם תנועה ווי א געשולטער קאפיטאן. די איבערגיין נאכאמאל ישראל איז א געוואלדיגע חידוש. ווי אויך דאס וואס ביידע פעלער ענדיגן זיך הויעך. די צווייטע פאל האט שוין קענטליכע אבער שיינע תנועות אין די משה גאלדמאן אטמאספערע.
מעלאדיע: wow wow אזוי הארציג און ווארים, א חידוש אז אזא ניגון קומט ארויס אין די היינטיגע וועלט. כידוע יעדע יאר און תקופה האט זיך זיין וועג ווי אזוי די ניגונים פארן ולא הרי זה כהרי זה, די משיח משיח ניגון פון מרדכי וואלט נישט געווארן קאמפאזירט אין די היינטיגע סאסייעטי. ס׳איז אפי׳ דא עקספערטן וואס קענען הערן א ניגון און זאגן אין וועלכע תקופה עס איז באשאפן געווארן. דעי ניגון קוקט אויס ווי ס׳קומט ארויס גראד פון די שלוה טעיפס.
זייער א שיינע הארציגע מעלאדיע.מוזיק: ווידער לאופער, מען קען נישט גיין שלעכט מיט אים. אן קיין געניאלע חידושים אבער קליידעט פערפעקט אן די ניגון.
עובר לסוחר: ווי אימער, ביי חתונות מאורעות שבת סעודות און ווי נישט.

ניגון 6. יעלה ויבוא (הערשי וויינבערגער)
הערשי אנטפלעקט זיך דא מיט נייע פארבן. בכלל זעהט מען אין דעם סידי נייע קאלירן פון הערשי וואס מ׳האט נישט געזען ביז יעצט. די ערשטע פאל איז זייער unique און דיפרענט מיט אסאך קאלער דערין. און די צווייטע פאל איז אנעקספעקטעד אינגאנצען. ער האט געדארפט האבן ׳גאטס׳ צו ווייטער גיין אזוי די ניגון.
מעלאדיע: די ניגון איז ווי א אינזל אינמיטן די סידי וואו מען שטעלט זיך אפ, מ׳דזשוכעט זיך אויס מיט א אייסעס, און געפארן ווייטער. זייער געשמאק און דערפרישנד מיט א באנטש פלעיווער.
מוזיק: פשיהא רובי בנט מאכט דא א הערליכע אינטרא צום ניגון. ער באנוצט זיך שטארק מיט די ׳קינדרישע אינסטרומענטן׳ דהיינו די bells אינסטרומענט א שטייגער ווי די וויבראפאן וואס געבט עס די ריכטיגע vibe ווי מה טובו אויפן ערשטן אלבום.
עובר לסוחר: גאר גוט צוגעפאסט פאר א ערב ראש חודש מעדלי ביי א חתונה צו ביי א דינער.

ניגון 7. אתקינו סעודתא (יונה ליפשיץ)
געבוי: א רואיגן 3/4 וואלטס גע׳אייניגט אריינצוברענגען די מוצאי שבת מוט און גייסט אין שטוב. ער האט געמאכט דא זייער א שיינע ברידזש צום הויעכן פאל וואס ברענגט דיך אויף א טאץ צום צווייטן פאל. דא ליגט אסאך קונסט אין פשטות.
מעלאדיע: ער קומט אריין זייער פריש ר׳ יונה ליפשיץ, איך בין כמעט בטוח אז די ניגון האט ער געמאכט מוצאי שבת, די ערשטע פאל זעכער..., געוואלדיג רואיג און געלאסן און בעטעמט פארן מענטש.
מוזיק: איך קען אייך נישט ר׳ שלמה אבער פון אייערע ווערק זעט מען אז איר זענט ג-ט געבענטשט מיט גאלדענע טאלאנט. אן אויסערגעווענליכע דזשאב אהערגעשטעלט, שטארק הנאה געהאט פון די קאורדס און איבערהויפט פון די אינטערלוד. באשעפער זיסע ווי אזוי איז דיר דאס איינגעפאלען?
עובר לסוחר: געמאכט צו זינגען ביים בית מדרש דינער מוצאי שבת אינמיטן מלוה מלכה. און פרעג מיך נישט ווי אזוי מען זינגט ׳גיימיר זיך וואשן פאר מלוה דמלכה׳ ווען דער גאנצער עולם האט זיך שוין געוואשן. געב׳זשע נאר א קוק אויף לאמיר מאכן קידוש וואס די עולם שאקלט זיך דערויף מיט פארמאכטע אויגן ביי די קאמפאט.

ניגון 8. לא ימוש (הערשי וויינבערגער)
געבוי: א שטאטע בעללעד ליד מיט א גאר גרויסע רעינדזש. די קינדערלעך מוטשען זיך אביסל אנפאנג ניגון ווען זיי הייבן אן אינעם נידריגן פיטש.
מעלאדיע: הערשי איבערראשט מיט א הערליכע תורה ניגון ווי קיינמאל בעפאר. די ערשטע פאל איז דאך א גאלד גרובן, הערליך, הארציג, עמאציאנאל. די הועכע פאל דערהייבט אין העכערקייט. די תנו רבנן תנועה צום סוף ברענגט דאך אזוי ארויס די באדייט פונעם תורה ניגון ספעציעל ביי די חבד׳סקע איי מא מא געזינגעכץ.
מוזיק: אויב איינער האט באמערקט איז די אינטרא פונעם ניגון די זעלבע תנועה ווי די תנו רבנן סוף ניגון, א גוטע געדאנק.
די מוזיק איז שיין און קלאסיש. די אינטערלוד האט מיר ספעציעל געכאפט, שארף און ציפעדיג גוט. די וועג ווי ער ענדיגט איז אויך זייער געלונגען.
עובר לסוחר: הערט זיך ווי א ׳היט׳, זייער א שטארקע ניגון און קען געזינגען ווערן אין אלע מצבים.

ניגון 9. אשריכם ישראל (משולם גרינבערגער)
געבוי: א דאנס - טעקנאו פאר די צווייטע טאנץ. פארשטייט זיך אז מען פרובירט פארגלייכן אדער פונאנדערשיידן דעם ליד צו די ניגון מלוך אויפן פריערדיגן אלבום וואס ר׳ משולם האט געמאכט. איז די ערשטע פאל דא שטייט זיכער מיט אפאר פונקטן העכער ווי די ערשטע פאל פון מלוך סיי אין געבוי און ווי אויך און שיינקייט. די מלוך תנועה הערט זיך זייער גוט אין די אויערן נאר וועגן די צווייטע פאל. ווען מען לייגט ווען נישט אזא געלונגענע צווייטע פאל וואלט די ערשטע פאל נישט געהאט אזא אימפאקט. אבער לגבי די צווייטע פאל קומט ׳זאל שוין זיין׳ אריין אביסל שטערקער ווי דא, וויבאלד די ׳אך ווי שיין אך ווי שיין׳ איז זייער א שטארקע ׳פאנטש׳ און build up צו ׳זאל שוין זיין׳ וואס מאכט די ניגון אזוי לעבעדיג.
מעלאדיע: משולם קומסט דאך אריין אזוי שיין. ער האט עפעס אן איידעלע שמחה׳דיגע איגרידיענט אין זיינע טאנץ ניגונים וואס הייבט די נשמה און צווינגט זיך צו דערהייבן טפח מעל הקרקע, כדוגמת די פינגער ניגון, מלוך, ועל חסדך הגדול ועוד. ווי די צוגעלייגטע שטיקל צום סוף ניגון קומט אריין ווייס איך נישט, אבער קוקט אויס מען האט געהאט איבריגע ווערטער און נישט געוואוסט וואס צו טוהן דערמיט האט מען עס צוגעלייגט ביים סוף. די ניגון איז גאר הערליך און געשמאק. ספעציעל איז מיר געפאלן ווי ביים צווייטן פאל גייט ער אזוי איבער צוויי מאל אשריכם וואס טייטשט דאך אזוי אפ די ניגון.
מוזיק: זושא איז אלעמאל ׳אוט אוו די באקס׳ ,זיינע חידושים זענען זייער אנעקספעקטעבל און קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס קומט נעקסט. די אינטרא איז אינטערסאנט און אייגנארטיג מיט דעם וואס ער טוישט די ׳ביט׳ אינדערמיט, א געשמאקע חידוש. אווער אלל זייער שיין.
עובר לסוחר: א שטארקע ׳היט׳ פאר שמחות און תורה חגיגת ווי סיום הש״ס וכדומה. א נייע שותף צו מונה׳ס שנעלע אשריכם.

ניגון 10. באלד (נפתלי משה שניצלער)
געבוי: א שטייטע אידישע ניגון מיט א פזמון וואס לויפט אויף אן אאמפאה.
מעלאדיע: די קרוין פונעם אלבום. מ׳קען צוגיין פון שיינקייט! יונגערלעך האט נאך אזא ליד נישט געהאט. ס׳שפילט מיט די הארץ סטרונעס ווי עס איז די פידלער׳ס אייגנטום. אזוי ווארעם, אזוי טיף עמאציאנאל, פול מיט האפענונג אויפן ביאת גואל.
ניתן להאמר אז דאס איז פון די שענסטע אידישע ניגונים געשריבן אין די מאדערנע תקופה. נאכאמאל ס׳געוואגט צו זאגן אזוי, אבער לבי אומר לי אז פון די אידישע ניגונים וואס זענען ארויסגעקומען אין די לעצטע צוויי יאר צענדליג באקומט ער א גאר חשוב ארט. (ביז היינט איז ׳עלה קטן שלי׳ פון אברהם פריד (ישי לפידות) געווען מיין פערסאנעל פאעטישע פעיוואריט. ׳באלד׳, פיל איך ,קריכט אויך אריין אין דעם קאטאגאריע.
(ווען כ׳האב אויסגעהערט ׳באלד׳ צום ערשטן מאל האב איך אריינגעלייגט מיין קאפ צווישן די הענט נישט גלייבענדיג וואס מיינע אויערן הערן, געווען טאטאל שאקירט מיט התפעלות אז יונגערליך דעליווערט אזא ניגון).
נאך א שטארקייט וואס דא איז דא, איז אז ס׳איז געווען א צוזאמארבעט. אז ס׳דא טאלאנט קאלעברעישאן, קומט ארויס אויסערגעווענליכע יצירות.
ווי אויך די ווערטער איז אזוי פאוערפול און איין שטיק תוכן. דעי ׳באלד טאקע באלד׳ איז דאך אזוי מין שיין, מיין הארץ צוגייט מיר ווען איך הער עס. דעי יונגל זינגט דאך עפעס אזאנס און אזעלכס ער דרינגט אריין די טיפסטע שייך.
מוזיק: פשיהא נמש קאמפאוזט זינגט (הערליכע איידעלע געזאנג און הארמאניע) און ארעינדזשט. קלאסיש און רואיג און באגלייט זייער שיין דעם ניגון.
עובר לסוחר: נישט באשאפן געווארן נאכצוזינגען נאר צו הערן ווי מ׳זינגט עס.

אנפאנג האב איך געשריבן אז די אלבום איז אזוי ווי די פאריגע. יא כ׳ווייס אז ס׳גייט טישן און בענק צו יא צו ניין אבער צוויי זאכן דארף מען דא אין אכט נעמען.
נומבער 1: די ערשטע ינגערליך זיצט אפ ביי אונז אין קאפ שוין פאר די לעצטע יאר אהאלב. דעי סידי איז שוין דורכגעקייט און איבערגעהערט געווארן הונדערטער מאל. ס׳איז פון די ערשטע סידיס, אגב, וואס מען האט עס אין איין געהאלטן איבערהערן ממש ווי פערציג יאר צוריק ווען ס׳איז ארויסגעקומען איינס צו צוויי סידיס א יאר. די סידי אויב אזוי גייט אריין אין די גדר פון נאסטאלגיע, וואס וואו באוואוסט מיט נאסטאלגיע קען מען זיך נישט פארמעסטן. למשל: ווען די ניגון פון ר׳ חיים בנט ׳אבינו אב הרחמן׳ וואלט היינט ערשינען דורך הערשי וויינבערגער וכדומה, וואלט די ניגון נישט געגאנגען אין ערגעץ. אז אונז געדענקן דעם תנועה פון אלס קינד, איטס אווער. קוואליטעט, געבוי, און מוזיקעליטי פארלירן איר סובסטאנטץ און ווערד. ממילא אז א ניגון איז אזוי איינגעגעסן אין קאפ איז זייער שווער צו פארגלייכן נייע פרעמדע תנועות צו די אלטע מיט וועם די מח פילט זיך שוין היימיש. נעמט עס אין אכט.
נומבער 2: שטעלט אייך נאר פאר ווען די צווייטע יונגערלעך קומט ארויס פארן ערשטן. ס׳וואלט געווארן א אינטערנאציאנאלע היט פון א סידי איבעראל. און ווען די ערשטע יונגערלעך קומט ארויס נאכדעם, וואלט געווען אסאך מיט די זעלבע זויערע רעאקציע וואס זיי האבן יעצט צום צווייטן. וועט דאך די קלוגער פרעגן, פארשטייט זיך אז ווען די ערשטע וואלט ארויסגעקומען נאכן צווייטן וואלט מען געהאט טענות, ווייל ס׳איז צו ענליך איינס צום צווייטן הן מיט די סארט ניגונים און הן מיט די זעלבע קאמפאזיטערס?
א רגע, איז וואס? פארוואס זאל מען נישט נעמען די זעלבע מענטשן וואס האבן געברענגט די ערשטע צו אזא סוקסעס צו מאכן פון זייערע ניגונים א צווייטע אלבום? זיך האלטן לאיעל צום ברענד איז א שטארקע מארקעטינג טעכניק. אין הכי נמי מענטשן ווילן אביסעלע חידושים אבער ס׳נעמט נאכאלץ נישט אוועק די קוואליטעט.
יעצט נאך א נקודה וואס איז גורם אז מענטשן זאלן פילן אז די צווייטע איז א דאונגרעיד, איז ווייל עס פעלט דא א פרייליך ניגון! מ׳באמערקט עס ניטאמאל, אבער די מח פילט נישט די זעלבע קאלעקשאן ווי ביים פריערדיגן. לדעתי איז עס א שטיקל חסרון.
אבער יעצט קומען מיר צו צום ׳באלד׳ ניגון. די ניגון איז אזא אויסטערלישע חידוש אז עס בלאזט אין די זייט אלע קריטיק און הייבט די לעוועל פונעם אלבום צו די זעלבע, יא די זעלבע לעוועל פונעם ערשטן. פאר די ניגון אליינס איז ווערד ארויסצוגעבן אן אלבום.
פיין השתא דאתינן להכי לאמיר גיין טראדיציאנאל און מאכן א סדר הניגונים.
1. באלד
2. ס׳מיר שווער צו גיין ווייטער ווייל אלע זענען גוט.

יישר כח פארן ליינען ביז אהער, אצינד צינדט אן דעם סידי אין קאר אינדערהיים און ווי אימער און נאכ׳ן הערן כמה וכמה פעמים וועט מען זען די שיינקייט אינעם אלבום נאך שטערקער ווי היינט.
א ווארט צו ר׳ יהושע ראזען. ווען איר האט ארויסגעגעבן די ערשטע יונגערלעך אלבום, האט איר פארשטייט זיך נישט גע׳חלומ׳ט אז איר גייט איין טאג שטיין אונטער די מערסט גייענדע חסידישע אלבום. סייעתה דשמיא באגלייט אייך, און גייט׳ס ווייטער אן ארויסצוגעבן לויטערע מוזיק פארן ציבור. בשם אלע דא זאגן מיר יישר כוח!

ייש׳כ פאר אזא שיינע אנאליז , האב נישט די כוח און מוח אזוי גרינטלעך צו מעביר סדרה זיין .
אבער דער עובר לסוחר זאגט אלץ די בעסט וואס כהאב מעיקרא, סאיז נישט דאס ערשטע ( אפילו נאכן הסבר) און די קאמפזישען צייגן נישט קיין גדלות ... יעדע קאסעט ווארפט אריין אזוי א fill in ניגון כ׳שפיר דא זייער אסאך דערפון און אסאך זענען אבי געפלעטקעט.
א ניגון ווערט נישט פון זעצעדיגע מוזיק
א ניגון ווערט נישט אז א קינד זינגט עס
א ניגון ווערט נישט ווייל די אקוסטיקס איז געלונגען
א ניגון ווערט פון א שיינע / תוכן קאמפאזישען מיט א קלארע Melody וואס באגלייט עס .
כהאב גראדע געארבעט אויף מיר אביסל ליב צוהאבן די ׳בצאת ישראל" אבער דעי מצריייייים האקט מיר און קאפ , און צום סוף די ווערטער זעצען זיך נישט fluent ....פון "און א דריטע מאל וכו" , עפעס קליקט נישט (סדערמאנט מיך די קאנסעפט פון אבג ~ רובאשקין)
די "באלד" ניגון דערמאנט מיך עפעס פון "וואלד וואלד" כקען נישט לייגן א pulse דערויף.
נאך איין נקודה וואס איז שוין ערווענט געווארן פריער , די קליינע קינדער וואויסעס זענען זייער זיס און cute אבער עס לייגן עטליכע מאל און עס מאכן ווי א לאנטש רום טעיפ..... נעעעעעעע.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

חצקל, איך מאך א דיעל מיט דיר: איך קויף עס, און דו הערסט עס נישט! מסודר?...
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:חצקל, איך מאך א דיעל מיט דיר: איך קויף עס, און דו הערסט עס נישט! מסודר?...

איך האב לעיב א גיטן דעיל, דאס רעדט נישט .
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינס האט געשריבן:כל מקדש דערמאנט מיר עפעס זייער שטארק די ניגון א מאמעס תפלה אויף כיבוד אב ואם טעיפ
די גאנצע ניגון א קאזין פון דעם כל מקדש און ביי אוהבי ה׳ ווערט ער זיין ברודער אז איך פאר אריין אין יענע ניגון...

ווייסט איינער ווער האט געמאכט יענע ניגון, און וועלכע ווערטער האט מען עס לכתחילה קאמפאוזט?
נאך איינער האט דאס באמערקט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

ארגינעל "מן המיצר" דורך יוסף משה כהנא אויף מתיקות 4
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נאכנישט געהערט אזא שיינע ילד הפלא ווי דעם לייפער . בעסער ווי אהרן הלוי יששכר מיט יואלי עפעס נישט נארמאל הארציג און זיס
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איז ער א ברודער פון די לייפער וואס האט געזינגען מיט מיכאל עטליכע יאר צוריק?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”