שמילי אונגאר- מדרגות

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שלג כצמר האט געשריבן:
באטעמטקייטן האט געשריבן:
מחשבה שרייבער האט געשריבן:
באטעמטקייטן האט געשריבן:נאר שניצלער מאכט מוזיק דעראויף?

יאפס

:roll:
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

ער זאגט אז הערשי ווינבערגער האט געמאכט די גראמען אויף יוסף מוקיר שבת , א חידוש אז ער שטעלט שוין צאם אזאלכע קאמפליצירטע זאכן וואס פלעגט געווענדליך קומען פון די וועלווי פעלדמאן\ליפא\פינקי ליגע
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

ער'ט שוין געשריבן פאר שימי ענגעל אויך דעי אידישע שטעטעלע ניגון כ'האב שוין פארגעסן וויאזוי ס'הייסט,
אויך א מעסיוו דזשאב דארט.
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אגב צייט צו קעפלען דעם אשכול "שמילי אונגאר- מדרגות"
וויל זיין ערליך
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין ערליך »

yid האט געשריבן:
דובי'ס א פען האט געשריבן:
Screenshot_20201126-124826_WhatsApp.jpg

https://www.dropbox.com/s/tpxyld0upo7sm ... i.mp3?dl=0


איינער האט די ווידיאו דערפון ? אדער א לינק דערצו ?
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

די אלבום איז ניטאמאל אינדערויסן אבער די אשכול האלט שוין ביי 7 בלעטער די פראבלעם איז אז ס'איז עקעלדיג צו ליינען די ערשטע פאר בלעטער... פול מיט נעגאטיוויטי
לאמיר אבער קוקן אויף די פולע זייט פון די גלאז און האפן אז די קומענדיגע בלעטער וועט זיין צום זאך
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

סאם-האו מענעדזשט שמואלי אז מ'זאל רעדן און ארויסקוקן אויף זיין סידי וואכן פארדעם.

איך געדענק ביי זיין "מאך-א-ברכה" אלבום איז געווען דאס זעלביגע.
דער עולם האט ארויסגעקוקט דערויף בכליון עינים; די פריוויו איז שוין געווען אינדרויסן א וואך פריער,
און ביי דע טיים די סידי איז געווען אינדרויסן האב איך שוין געקענט די פריוויו פון חלום...

אזוי גייט עס מיט שמואלי'ן...
לעצט פארראכטן דורך שלג כצמר אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 3:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

די ערווארטונגען זענען זייער שוואך, לויט די ארויסגעשטעלטע ליסטע.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אה הייבט שוין אן נאכאמאל ב''ה....
קען מען דא אויפהערן אראפרייסן א מענטש'ס ארבעט עטליעסט פארן האבן די גאנצע פיקטשור פון די ארבעט?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ווען קומט די פריוויו ארויס?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

די קאווער רעדט עפעס נישט צו מיר. א נייע סטייל?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

ווי וואגסטו דיר צו פרעגן אזא קשיא? שוין ווייטער מיט נעגאטיוויטי קעגן שמילי..

ערענסט גערעדט, טאר מען נישט זאגן אז ס'באדערט אז שמילי זינגט אויף די ליטווישע הברה ווען ממש אלע חסידישע זינגערס זינגען היינט שיין הערליך חסידיש מיט רייכע מוזיק?

דו האלסט ס'איז נישט קיין אישו, פיין. יעדער איז בארעכטיגט צו שרייבן אז ס'באדערט. אין פאקט פלעגט שמילי זעלבסט זיך האלבוועגס פארענטפערן אויף קול מבשר פאר'ן זינגען עטליכע אויב נישט רוב ניגונים ליטוויש מיט די תירוץ אז זיין פראדוסער נפתלי משה זאגט אים אז מ'דארף עס טון כדי די מעין סטריעם גאס זאל עס אויך קויפן.

עניוועי, איך פריי מיר אז שמילי איז צוריקגעקומען מיט נארמאלע שיינע חסידישע ניגונים. קענט וועיט
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מיר באדערט נישט אז איינער שרייבט אז ס'באדערט די נקודה
קוק צוריק אפאר בלעטער וועסטו זען אז מ'רייסט אים אראפ אפילו נאכן זאגן אז ער גייט ארויסגעבן א חסידישע אלבום מיט די חסידישע הברה נאך פאר איינער האט אפילו געוואוסט עפעס א דיטעיל פונעם אלבום
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מחשבה שרייבער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 7:13 pm

Re: שמואלי אונגאר - נייע אלבום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה שרייבער »

געמבלער האט געשריבן:ער זאגט אז הערשי ווינבערגער האט געמאכט די גראמען אויף יוסף מוקיר שבת , א חידוש אז ער שטעלט שוין צאם אזאלכע קאמפליצירטע זאכן וואס פלעגט געווענדליך קומען פון די וועלווי פעלדמאן\ליפא\פינקי ליגע

איך וועל אי״ה ארויפלייגען מארגן די ווערטער פין די יוסף מוקר שבת ניגון עקסלאסיוו צו אייוועלט, צו זעהן די עמקות פין די גראמען וואס ליגט דערין
לעצט פארראכטן דורך מחשבה שרייבער אום מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע מעלות »

רבותי שוין געהרט דע cd איך קען ענק זאגן סי קומט א קנאק פון א זאך שיין רייך הערליך און זייער חסידיש סי איז דא אויף וואס צו ווארטן!
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ווי שאפט מען די קאנטאקטען??
דער האט שוין דעם ביכל דער האט עס שוין געהערט......

העלא????
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אלע מעלות האט געשריבן:רבותי שוין געהרט דע cd איך קען ענק זאגן סי קומט א קנאק פון א זאך שיין רייך הערליך און זייער חסידיש סי איז דא אויף וואס צו ווארטן!

אויך געהערט! די סידי איז א קנאק! אבער די ניגונים....
לפנות בוקר
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מקווה איד האט געשריבן:ווי שאפט מען די קאנטאקטען??
דער האט שוין דעם ביכל דער האט עס שוין געהערט......

העלא????

כ׳פארשטײ נישט פ״װ ער האט געגעבען צי הערן די גאנצע סי די אױף די סטאנציע 10 טעג פארן ארױסקימען װאסי פשט? כ׳האב געהערט אלע נגונים אפאר מאל יעצט ביניך שױן נישט אזױ עקסײטעט עס צי קױפען כ׳קען עס איבערהערן אױף די לינק
https://www.dropbox.com/s/tpxyld0upo7sm ... i.mp3?dl=0
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

מקווה איד האט געשריבן:ווי שאפט מען די קאנטאקטען??
דער האט שוין דעם ביכל דער האט עס שוין געהערט......

העלא????


מען האט געקענט הערן די סידי אויף די ראדיא פאריגע וואך.
איך האב געהערט א חלק דערפון.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

כ׳האב באמערקט אז שמילי װיל נישט נעמען א צד אין די יעקב/יענקב סעמאטאכע װעגען בײ די הבה לי בנים ניגון זינגט ער אמאל ותאמר אל יענקב אין אמאל ותאמר אל יעקב
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

abeg האט געשריבן:כ׳האב באמערקט אז שמילי װיל נישט נעמען א צד אין די יעקב/יענקב סעמאטאכע װעגען בײ די הבה לי בנים ניגון זינגט ער אמאל ותאמר אל יענקב אין אמאל ותאמר אל יעקב

יא! ער זאגט אז ס'גייט זיין זייער א טיפע אלבוים...
לפנות בוקר
אוועטאר
מחשבה שרייבער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 7:13 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה שרייבער »

יוסף מוקיר שבת
שמילי אונגר

לחן: יונה ליפשיץ
מילים: הערשי וויינבערגער

געווען אמאל א יודעלע
וואָס געהייסען האט ער אזוי,
יוסף, אין געוואוינט נעבן אים,
האט זייער א רייכע גוי,
אינעם גאנצען שטעטל האט מען אים
געקענט אלץ יוסף מוקיר שבת.

מיט מסירות נפש אן א שיעור -
א יעדע איינציג וואך איז ער,
ארויס אין מארק - כאטש - קיין געלט האט ער,
אבער -דאך - מוז ער,
איינקויפן די שענסטע און די בעסטע פאר אים אן עונג שבת.

יעצט דער גוי דער שכן הערט פון זיינע
שטערן-זעהער יעדן טאג אז,
- דיין גאנץ עשירות געלט און כבוד וועט פאר יעדע פרייז,
אנקומען צום אידעלע דער זיס באחנט׳ער יוסף מוקיר שבת.
אָאָהה, מאכט ער צו זיך א פלאן און
טוט אויף דעם שנעל איינגיין,
פארקויפט זיין גאנץ פארמעגן און מיט דעם געקויפט א טייער שטיין,
אין זיין הוטל נייעט עס צו - אבי -
נישט פאר יוסף מוקיר שבת.

און א יעדע וואך,
ביי זיך אין קאך,
יוסף פרעגט: איז דא אפשר דאך,
וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת?

אן ארימאן, קיין געלט פארהאן,
די שענסטע בעסטע דארף אבער זיין,
געבט ער אוועק אלעס פון זיך פאר שבת.

איין פרייטאג דער גוי ער גייט,
אויפן שמאָלן בריק ער שטייט,
עס בלאזט א ווינט א שווערן,
די שטורעם עס לאזט נישט אָפּ,
זיין הוטל פליהט אראפ,
דאס שטיין טוט זיך איבערקערן,
אינעם גרויסן ים אריינגעפאלן,
פארשווימען מיט די רוישיגע וואַלן,
ס׳קומט א פיש און די דיימאנט שטיין שלינגט ער איין.

מיט קולות שרייט דער גוי,
מיין גאנץ פארמעגן - אוי!,
געבליבן אן גארנישט,
א פיש כאפער ביים אנדער עק,
זיצט זיך באקוועם ביים ברעג,
און געכאפט האט ער אט די פיש,
צום מארק ער שלעפט זיך מיט די נעצן,
ביי זיין טישל טוט זיך אוועקזעצן,
ביז דערווייל ווערט נאר נענטער און שפעטער צום זמן.

עס קומט שוין שבת קודש......
לכבוד שבת קודש..............

אין מארק עס לויפט ארום א יוד
- וואס ווארט נאך האפט נאך און נישט רוהט,
ער זיכט די בעסטע פעטסטע פיש אין מארק וואס פאר אים וועט זיין גוט,
איך פרעג אייך ווער - אויב נישט ער - דאס קען נאר זיין יוסף מוקיר שבת.
פונדערווייטנס זעט ער אט דער הויכער
- פיש כאפער - אונזער סוחר,
ער געט א וואונק - זאג נאר זאג - דו ביסט דער מוכר?
מיט זיין פישל גייט זיך - און פארשטייט זיך - אז מגרייט זיך
- צו צום גרויסן שבת.

יום השישי, עדות זאגט די גאנצע בריאה,
יוסף׳ס פנים לייכט נאכאמאל געהאט די זכי׳,
מכבד זיין - מהדר זיין -
אוועקגעגעבן אלעס פאר׳ן שבת.
שליו ודגים אריינבראַכט ער - מכל טוב ביים שבת טיש׳קע,
א שמחה דעם פיש אויפמאכט ער - פלוצלינג זעט מען עפעס בלישקע׳ט,
אויגן אפן - כ׳האב געטראפן - א בריליאנט!,
אלס אין זכות פון שבת.

און א יעדע וואך,
ביי זיך אין קאך,
יוסף פרעגט: איז דא אפשר דאך,
וואס נאך קען מען איינקויפן פאר שבת?

שוין א רייכער מאן,
פול געלט פארהאן,
די שענסטע בעסטע מוז אבער אייביג זיין,
געבט ער אוועק פון זיך
אלעס פאר שבת

מיין ברודער טראכט אריין דערין,
און ווען דו זאלסט נאר וויסן פון,
די גרויסע שפע וואס מ'האט,
מיט שבת ווען דו געבסט זיך אפ,
ברכות דו ברענגסט אראפ,
מתנות פון אונזער גרעיסן (גרויסן) ג-ט.
די וואכן טעג טוט דאך אנשטרענגען,
ווי שיין אבער קענען מיר פארברענגען,
די משפחה די קינדערלעך ביי דיין שבת טיש ארום.

לעכטיג מאך דיין געצעלט,
שפאר נישט צייט קיין כח געלט,
יותר מכפי יכלתו,
פאר שבת א תענוג,
ווייל כל המענג, את השבת נותנים לו.
געב זיך מיט איר אפ כראוי,
די זיסקייט, די שיינקייט, די הנאה,
מ׳קען דאס נישט באצאלן אפילו פארן גרעסטען סכום.

לכבוד שבת קודש...

מיין נאמען איז נישט יוסף,
אבער איך בין א מוקיר שבת
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מחשבה שרייבער האט געשריבן:יוסף מוקיר שבת
שמילי אונגר

לחן: יונה ליפשיץ
מילים: הערשי וויינבערגער


שכ'ח
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

פ״װ ברױכט מען ריסײקלען יודישע נגונים האט מען שױן אױסגעניצט אלע אײדיעס? (אפ׳ די טאהן האט ענדליכקײטן צי ר׳ יו״ט ערליך׳ס ניגון)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
מחשבה שרייבער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 7:13 pm

Re: שמילי אונגאר- מדרגות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה שרייבער »

abeg האט געשריבן:פ״װ ברױכט מען ריסײקלען יודישע נגונים האט מען שױן אױסגעניצט אלע אײדיעס? (אפ׳ די טאהן האט ענדליכקײטן צי ר׳ יו״ט ערליך׳ס ניגון)

סתם גערעדט..... די גראמען האט דא חידוש וואס עס איז נאכנישט געווען ביי קיין שום אנדערע אידישע ניגון, אפשר משה רבינו וואס ליפא שמעלצער האט געשריבן איז די סטייל דאס איז א גאר שטארקע חידוש לדעתי, וואס האסטו געוואלט ער זאל דערציילן די מעשה פין די טאנץ פין בער ביי שפאלע זיידע.... ער האט דייקא געוואלט נעמען א מעשה וואס יעדע חדר אינגל קען, אין דאס ארויסברענגן זאפטיג מיט גראמען.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”