על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לכבוד חנוכה שטעל איך אהער, א ניגון אויף ועל הנסים, באקאנט אין די באבאווער הויף.
שמעתי מהחסיד ר׳ שאול הוטערער, אז דער ניגון שטאמט פונ׳ם חזן ר׳ ירוחם הקטן.

https://drive.google.com/file/d/1uBXU01 ... 1Bbc7/view (קרעדיט: סטיטשינער להלן)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם.

שוין געהערט דעם ניגון אויף עטליכע באבוב'ער רעקארדינגס, אבער שיין אין פונקטליך אויפן טאקט איז נאר דאס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

ווייסט מען פון ווען און וויאזוי איז דער ניגון אנגעקומען קיין באבוב?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פארצייטנס האט מען אין די חסידישע שטיבלע געזינגען נגונים, פון די דעמלאס׳דיגע חזנים, ס״ה איז עס אין באבוב איז עס פארבליבן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אולי דורך זיידל ראוונער. אנדערש ווי זיין אזי בשלישי (וואס י"א אז נישט ער האט עס מחבר געווען נאר זיין רבי בצלאל שולזינגער) וואס איז באקאנט אין אסאך חסיד'ישע הויפן מיט שינוים איז דער ניגון נישט מפורסם אין ערגעץ חוץ פון באבוב.
ס'וואלט געשטימט צי זאגן אז זיידל האט עס מפרסם געווען (אבער באתרי' דמר רב איטשע דערוואג איך זיך נישט צי זאגן, בלויז מציע געווען)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

אזי בשלישי האט ר' זיידל זיכער נישט פארפאסט מכמה הוכחות, סיי ס'איז נישט מופיע אין זיינע נאטן (וואס ציילן זיך בענדער ע"ג בענדער רוב פון זיינע הונדערטער יצירות, אויב נישט אלע פון זיי), און אויב געדענק איך גוט האט ר' שאול ע"ה פארציילט אז מ'האט עס נאך געזינגען אין צאנז, צו גאר אין לובלין.

לגבי ר' ירוחם הקטן זענען דאך אפאר פון זיינע סחורה אין ברעסלב אויך - וביום השבת, די נוסח פון ונתנה תוקף, בת עמי (פון יו"כ קטן), ווי אויך האט ער מגלה געווען די גן עדן פון ר' נחמן זי"ע.

אפשר ווייסט איר רב @סטאוו וואס איז געווען זיין שייכות קיין ברעסלב?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מפרסם געווען. דאס איז ריכטיג אז זיידל האט זיך אסאך געדרייט אין חסיד׳ישע הויפן, אבער ס׳איז נישט מסתבר אז ער זאל אויסלערנען יענעמ׳ס ניגונים ווען ער האט אליינס געהאט פלענטי צו פארקויפן.

לדעתי איז אזי בשלישי איך ירוחמ׳ס, ווייל זיי טיילן זיך געוויסע תנועות. אבער דער באבובער רב זז״ג טענה׳ט אז עס קומט פון בצלאל אדעסער [שולזינגער], אם קבלה הוא נקבל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בית המשתה האט געשריבן:אזי בשלישי האט ר' זיידל זיכער נישט פארפאסט מכמה הוכחות, סיי ס'איז נישט מופיע אין זיינע נאטן (וואס ציילן זיך בענדער ע"ג בענדער רוב פון זיינע הונדערטער יצירות, אויב נישט אלע פון זיי), און אויב געדענק איך גוט האט ר' שאול ע"ה פארציילט אז מ'האט עס נאך געזינגען אין צאנז, צו גאר אין לובלין.

לגבי ר' ירוחם הקטן זענען דאך אפאר פון זיינע סחורה אין ברעסלב אויך - וביום השבת, די נוסח פון ונתנה תוקף, בת עמי (פון יו"כ קטן), ווי אויך האט ער מגלה געווען די גן עדן פון ר' נחמן זי"ע.

אפשר ווייסט איר רב @סטאוו וואס איז געווען זיין שייכות קיין ברעסלב?

אין די נאטן איז דא אל תירא און שים שלום אויך?
די נאטן זענען בעיקר זיינע חז׳נישע קאמפאזיציעס, עכ״פ אזוי האב פארשטאנען פון מרדכי סובול. דעריבער איז נאטן נישט קיין ראיה. האמת אמר, כ׳האב אזוי געוואלט שרייבן אין מיין פריערדיגע תגובה. אבער למעשה ווייס איך נישט וואס איז אלס דא אין זיינע נאטן. א חלק האב, זיי געפונען זיך אנליין.
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

איטשע האט געשריבן:

שים שלום איז טאקע נישט זיינס, נאר זיינס א תלמיד (און א נעפיו) ר' משה בצלאל הכהן טאביאנסקי ז"ל - וואס מ'האט גערופן "חזן סטאביאנקא" וואס ער האט אויך פארפאסט בריך שמיה וואס מ'זינגט אין באבוב, און נאך אסאך הערליכע יצירות פון אים וואס ר' איטשע שטרום ז"ל פלעגט צו זינגען, יהי רצון פון ר"ח בענטשען, הנרות הללו און נאך.
לעצט פארראכטן דורך בית המשתה אום מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 4:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נישט געוואסו אז שים שלום איז אויך סטאביאנסקי׳ס
ווען די באבובער וואלטן געזעהן א בילד פון סטאביאנסקי ווייס איך נישט צו זיי וואלטן ווייטער געזינגען זיינע נגונים.
שששש...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אפשר קען דאס עמיצער ארויפלאדענען אויף דרייוו/דראפבאקס?

כ'האב נישט קיין עקסעס צו דעם לינק אויבן.

יישר כח!
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

איטשע האט געשריבן:כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט עס מפרסם געווען. דאס איז ריכטיג אז זיידל האט זיך אסאך געדרייט אין חסיד׳ישע הויפן, אבער ס׳איז נישט מסתבר אז ער זאל אויסלערנען יענעמ׳ס ניגונים ווען ער האט אליינס געהאט פלענטי צו פארקויפן.

לדעתי איז אזי בשלישי איך ירוחמ׳ס, ווייל זיי טיילן זיך געוויסע תנועות. אבער דער באבובער רב זז״ג טענה׳ט אז עס קומט פון בצלאל אדעסער [שולזינגער], אם קבלה הוא נקבל.

דאס וואס סטאוו זאגט אז זיידל האט געקענט מפרסם זיין ועל הניסים איז זייער מסתבר, ווייל זיידל איז דאך געווען א תלמיד פון ניסי בעלזער, און ניסי איז דאך געווען א תלמיד פון ר' ירוחם, ממילא שטימט עס.

לגבי אזי בשלישי, די מעשה וואס ווערט פארציילט "בשם" באבוב'ער רב ז"ל מיט ר' בצלאל שולזינגער ז"ל, ווי ווייט איך האב מברר געווען ווייסט מען נישט אזוי אין באבוב פון דעם, נאר ס'איז נתפרסם געווארן דורך עפעס א גליון פון אפאר באקאנטע מעשה פאברעצירער'ס, ודי.

בכלל ווער ס'קען די היסטאריע פון ר' בצלאל ווייסט אז אזא מעשה הייבט נישט אן צו שטימען פון אסאך זייטן, ואכמ"ל.

און לגבי דאס וואס דו זאגסט טאקע אז דאס איז אויך ירוחמ'ס איז בכלל נישט אפגעפרעגט, אין וויזניץ האבן זיי שוין אזוי מברר געווען

Screenshot_20201123-150221_Drive.jpg
Screenshot_20201123-150221_Drive.jpg (647.77 KiB) געזען 1588 מאל

און לויט וויאזוי איך האב געהערט נאכזאגן בשם מרדכי סובול האט ער געזאגט אז סיי אזי בשלישי און סיי ועל הניסים האבן מחבר געווען ר' ניסן בעלזער (איך ווייס נישט ווי קראנט דאס איז, און כאמור איז ועל הניסים פון זיין רבי ירוחם הקטן ווי ס'איז שוין מבורר געווארן פון אפאר מקורות, אבער איך מיין ארויסצוברענגן אז פון ר' בצלאל שולזינגער מאן דכר שמיה).
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

בית המשתה האט געשריבן:

איך האב עס געהערט כלי שני פון באבובער רב, איידער יענער גליון איז אריבערגעקומען.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בית המשתה האט געשריבן:אזי בשלישי האט ר' זיידל זיכער נישט פארפאסט מכמה הוכחות, סיי ס'איז נישט מופיע אין זיינע נאטן (וואס ציילן זיך בענדער ע"ג בענדער רוב פון זיינע הונדערטער יצירות, אויב נישט אלע פון זיי), און אויב געדענק איך גוט האט ר' שאול ע"ה פארציילט אז מ'האט עס נאך געזינגען אין צאנז, צו גאר אין לובלין.

לגבי ר' ירוחם הקטן זענען דאך אפאר פון זיינע סחורה אין ברעסלב אויך - וביום השבת, די נוסח פון ונתנה תוקף, בת עמי (פון יו"כ קטן), ווי אויך האט ער מגלה געווען די גן עדן פון ר' נחמן זי"ע.

אפשר ווייסט איר רב @סטאוו וואס איז געווען זיין שייכות קיין ברעסלב?

כ׳האב זיך באצויגן מיטן אזי בשלישי צי ר׳ ירוחם און מורו ר׳ בצלאל, זיידל איז געווען א דור צוויי שפעטער. כ׳האב אמאל געזעהן ערגעץ אז זיידל ראוונער האט פארשפרייט ניגונים פון ר׳ ירוחם..

ר׳ ירוחם איז נישט געווען קיין ברסלבער (עכ״פ ער ווערט נישט דערמאנט אין קיין ברסלבע מקורות) נאר זייענדיג חזן אין בארדיטשוב איז די שטאט געווען פיל מיט ברסלבע חסידים און שטיבלעך וואס האבן מקבל געווען זיינע ניגונים אדער האט ער עס עמטליך פערפאסט פאר זיי.

מיין געדאנק אז על הניסים האט זיידל מפיץ געווען איז צי ענטפערן פארוואס ס׳איז נישט באקאנט אין ערגעץ חוץ פון באבוב, ווארום זיינע אנדערע יצירות זענען באקאנט אין אוקריינישע הויפן.

אגב, איז דא נאך א מקור וואס איז מייחס דעם על הניסים צי ר׳ ירוחם חוץ פון ר׳ שאול הוטערער?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
אגב, איז דא נאך א מקור וואס איז מייחס דעם על הניסים צי ר׳ ירוחם חוץ פון ר׳ שאול הוטערער?

יא, אמאל געזעהן א באשרייבונג פון א חוקר, שרייבט ער ערגעץ אינמיטן אזוי בדרך אגב אז ר' ירוחם האט געמאכט שיינע יצירות, ועל הניסים און נאך
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איך האב עס געהערט אין מיין יוגנט פון ר׳ שאול, אז ר׳ ירוחם האט עס געמאכט און אז מען האט עס געזינגען אין לובלין.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איטשע האט געשריבן:איך האב עס געהערט אין מיין יוגנט פון ר׳ שאול, אז ר׳ ירוחם האט עס געמאכט און אז מען האט עס געזינגען אין לובלין.

באקומען אין אישי: נא לעורר שירוחם נולד בתקנ"ח ובימי לובלין היה בן שבע עשרה שנה ובחנוכה אולי בן שש עשרה שנה ואולי כוונתו לישיבת חכמי לובלין .........
דביה תחדי נפשא
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

חמרא טבא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:איך האב עס געהערט אין מיין יוגנט פון ר׳ שאול, אז ר׳ ירוחם האט עס געמאכט און אז מען האט עס געזינגען אין לובלין.

באקומען אין אישי: נא לעורר שירוחם נולד בתקנ"ח ובימי לובלין היה בן שבע עשרה שנה ובחנוכה אולי בן שש עשרה שנה ואולי כוונתו לישיבת חכמי לובלין .........

אה... א גוטע הערה

אבער אין ירוחם'ס היסטאריע שטייט אז ער שוין געזינגען אין זיין פריע יוגנט אין די כאר פון זיין רעבי'ן ר' בצלאל אודעסער, ממילא איז עס אפשר נישט מסתבר אזוי צו זאגן, אבער ס'נישט אפגעפרעגט
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

אגב אז מ'רעדט שוין פון ניגונים פון ר' ירוחם איז כדאי מעיר צו זיין אז אויף דער אלטע ניגון 'ועל ידי עבדיך' וואס מ'פלעגט זינגען אין באבוב אינדערהיים ביים קדושת ציון (און אין די שפעטע תש"ל יארן האט ר' נחמי' שענגוט ע"ה דאס צוריק דערמאנט) - וואס מען האט מייחס געווען צו הרה"ק ר' מרדכי החזן מזאסלאב זי"ע מבני היכלא של הבעש"ט הק' - איז דא א יש אומרים אז באבוב'ער רב ז"ל האט געזאגט אז דאס פון ר' ירוחם הקטן.

נאך א הערליכע קאמפאזיציע פון אונזער ירוחם זינגט דער חזן דוד קוסביצקי 'או"א זכרנו בזכרון טוב לפניך' א שטיקל פון זכרונות.

ווער ווייסט פון נאך ניגונים?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דרייוו

א דאנק איטשע! שוין לאנג געזוכט א קלארע ריקארדינג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בית המשתה האט געשריבן:אגב אז מ'רעדט שוין פון ניגונים פון ר' ירוחם איז כדאי מעיר צו זיין אז אויף דער אלטע ניגון 'ועל ידי עבדיך' וואס מ'פלעגט זינגען אין באבוב אינדערהיים ביים קדושת ציון (און אין די שפעטע תש"ל יארן האט ר' נחמי' שענגוט ע"ה דאס צוריק דערמאנט) - וואס מען האט מייחס געווען צו הרה"ק ר' מרדכי החזן מזאסלאב זי"ע מבני היכלא של הבעש"ט הק' - איז דא א יש אומרים אז באבוב'ער רב ז"ל האט געזאגט אז דאס פון ר' ירוחם הקטן.

נאך א הערליכע קאמפאזיציע פון אונזער ירוחם זינגט דער חזן דוד קוסביצקי 'או"א זכרנו בזכרון טוב לפניך' א שטיקל פון זכרונות.

ווער ווייסט פון נאך ניגונים?

ווי האסטו געזעהן אז דוד קוסוביצקי'ס זכרנו קומט פון איהם?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ווי האסטו געזעהן אז דוד קוסוביצקי'ס זכרנו קומט פון איהם?

יוטוב
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

יעך האב אמאהל געהערט א טעיפ פון א טיש, חנוכה תשמ"א אין קרית באבוב, ווי די באבובער רב ז"ל זאגט בזה"ל (בערך): "א ניגון וואס מען האט נאך געזונגען ביי די באבובער זיידע איז א שאד מען זאל פאדרייען". די רב ז"ל האט דאן מכבד געוועהן ר' נחמי' שעהנגוט ע"ה ער זאל פארזינגען דעם 'על הניסים', מען הערט טאקע ווי ר' נחמי' זינגט אריין דעם ניגון אויף'ן מייק בדייקנות.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

על הניסים - באבוב
איטשע, די לינק וואס איר האט געשטעלט האט שינוים פון דער דא?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: על הנסים - ר׳ ירוחם הקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

בית המשתה האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
לדעתי איז אזי בשלישי איך ירוחמ׳ס, ווייל זיי טיילן זיך געוויסע תנועות. אבער דער באבובער רב זז״ג טענה׳ט אז עס קומט פון בצלאל אדעסער [שולזינגער], אם קבלה הוא נקבל.

לגבי אזי בשלישי, די מעשה וואס ווערט פארציילט "בשם" באבוב'ער רב ז"ל מיט ר' בצלאל שולזינגער ז"ל, ווי ווייט איך האב מברר געווען ווייסט מען נישט אזוי אין באבוב פון דעם, נאר ס'איז נתפרסם געווארן דורך עפעס א גליון פון אפאר באקאנטע מעשה פאברעצירער'ס, ודי.

בכלל ווער ס'קען די היסטאריע פון ר' בצלאל ווייסט אז אזא מעשה הייבט נישט אן צו שטימען פון אסאך זייטן, ואכמ"ל.

ראשית, ר' יעקב חיים ריינהאלד ע"ה (נפטר געווארן פארגאנגענע תשרי) האט עס אליין געהערט פון באבובער רב ז"ל, און דאכט זיך דעם גליון ברענגט עס טאקע בשמו. צו באמערקן, ר' יעקב חיים איז געוועהן א גרויסע בעל מנגן און קענער פון פארצייטישע חסידישע ניגונים ואכהמ"ל. ער האט דאס געהערט פון רב ז"ל בשעת ער האט גע'דרייווט די רב ז"ל צו די קאנטרי אין א זיממער'דיגע דאנערשטיג פארנאכט. דער וואס האט געקענט ר' יעקב חיים ווייסט אז ער האט נישט פאברעצירערט קיין מעשיות.

חוץ מזה הרב 'איטשע ברעגט עס בשם "די רב זז"ג". איך גלייב נישט די רב זז"ג ליינט גליונות פון מעשה פאברעצירער'ס.

בית המשתה האט געשריבן:בכלל ווער ס'קען די היסטאריע פון ר' בצלאל ווייסט אז אזא מעשה הייבט נישט אן צו שטימען פון אסאך זייטן, ואכמ"ל.

אדרבא - כאן המקום להאריך.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”