רוב פון אונז זענען צוגעוואוינט צו זעהן די זייגער העכער די תגובות אין א געוויסע פארמאט, למשל די פאריגע שטייט "דורך זיכער יא » זונטאג פאברואר 05, 2017 5:22 pm"
מיין יעצטיגע תגובה וועט שטיין "דורך עין טובה » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:33 pm"
פריער האב איך ארומגעשפילט מיט די
סעטטינגס אונטער סייט פרעפערענצען > שטעל אן גלאבעלע סעטטינגס און פון היינט און ווייטער וועט שטיין אזוי:
אלעס וואס איז געשריבן געווארן אין די לעצטע שעה וועט שטיין "פאר 5 מינוט צוריק", "פאר 17 מינוט צוריק" און אזוי ווייטער.
אלעס וואס ווערט געשריבן מער ווי א שעה צוריק וועט צוריק שטיין די זעלבע ווי אמאל, מיטן אויסנאם אז ס'וועט צוקומען די ווארט "היינט" אדער "נעכטן"
אלעס וואס איז געשריבן געווארן פאר "נעכטן" וועט שטיין כמקדמת דנא.
זעה סקרין שאטס:
- today.png (16.94 KiB) געזען 13188 מאל
- קוק גוט..
- yesterday.png (14.82 KiB) געזען 13188 מאל
אבער ביי מיר שטייט...
- Capture.PNG (8.34 KiB) געזען 13187 מאל
אויב ווילט איר אויך ס'זאל זיין אזוי ביי אייך, גייט צו די לינק פריער אין די תגובה, אונטער "מיין דאטום פארמאט" וואס איז די לעצטע דראפדאון, וועל אויס "קאסטום..." און לייג אריין די קאוד אין די באקס. (די באקס ברויך האבן "נאר" די קאוד)
...