בלאט 86 פון 104

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:35 am
דורך אזוי גאר!
אויפגעפרישט האט געשריבן:
Anonymous האט געשריבן:האט איר שוין א מאל אריינגעטראכט, אין די מאדענע נאמען פון די פערדע טאג פין די וואך??????

אדרבה, לאמיר צינעמען די ענין,אין אריינטראכטען אין די נושא, קיין איינע פין די אנדערע זעקס טעג פין די וואך, ענדיגען זיך נישט מיט די ווארט ''וואך''

דא האט איר די נעמען {פאר די וואס ווייסען עס נישט}- זינטאג, מאנטאג, דינסטאג, דאנארשטאג, פרייטאג, - ווי איר קענט זען, אז אלע טעג ענדיגען זיך מיט די ווארט ''טאג''
דאס איז טייטש אז די אלע טעג האבן א נאמען, וואס באציעט זיך אויפן טאג זעלבסט, נאר מיטוואך איז ארויסגעפאלן, אין עס ענדיגט זיך מיט ''וואך''
נישט ''טאג''!!!! דאס איז דאך מאדענע!!!!! דאס דארף הסבר!!!!!! ווי זענטץ עטץ געווען ביז היינט?? פארווס איז עס נישט אליינס בייגעפאלן???!!!

נאך מער!!! די גוישע וואכען טאג האט די די פערדע טאג פין די וואך די זעלבע נאמען ווי אלע אנדערע טעג!!
{פאר די וואס קענענן נישט קיין ענגליש, עס הייסט ''ווענסדעי'', ''דעי'', מיינט טאג,} נאר ביי די אידן איז עס אנדערש???!!!!!!!!!!!!

כאב געטראכט אין געטראכט, אין נאכאמעל געטראכט, זייער אסאך געטראכט, ביז איך בין אויפגעקימען מיט א הפלאה'דיגע המצאה
איך בין זיכער אז אלמלא אפילו ווען ביי די גוים, וואלט די פערדע טאג געהייסן מיטוויק, נישט ווענסדעי, אפילו דאן, וואלט איינשטיין נישט בייגעפאלן
די דאזיגע המצאה, איך גיי דא אין קאמפעטישען מיט מיר אליין, קיינעם קיינעם, וואלט די טיפע המצאה נישט געקענט בייפאלן

איז לאז מיר עס אייך מסביר זיין, אז איר וועט צי לייגען קאפ אין מוח, אין אז איר וועט נעמען א קאלקעלעטער {אדער די פינגערס פין די פיס, ווענט זיך וועלכע עס איז גרינעגער}
וועט איר זען אז, די פערדע טאג פין די וואך, איז פינקט אינמיטען פין די וואך!!!!!!!! יא רעכנטס עס אליינס אויז פאר די פערדע טאג איז דא דריי טעג,
זינטאג, מאנטאג, אין דינסטאג, נאך די פערדער טאג איז דא, דארנשטאג, פרייטאג אין שבת, קימט אויס אז מיטוואך איז פינקט, אויפן האר אינמיטען,
מיט א אטעמישע פינקטליכקייט, ווי א שווייצע זייגער, {איר קענט עס אליינס אויסרעכענן, די וואך האט זיבן טעג, זיבן ציטיילט אין צוויי איז דריי א האלב דריי א האלב,
יעטץ נעמטץ אראפ די האלבע פין דא אין די האלבע פין דא, ווערט דריי-דריי, אין איינס, לייגטס די איינס אינמיטען וועט עס זיין פינקט צווישן די צוויי דרייערס, ודו"ק}

יעצט איז עס שוין אלעס זייער פיין פארענפערט! עס הייסט מיטוואך, ווייל עס איז פינקט אינמיטען פין די וואך!!!!! מיט-וואך, אינמיטען פין די וואך!!! WOW

יעצט אויב אזוי אז מיטוואך איז א חשוב'ע טאג עס איז נקודה העמצעוית די מיטען פין די וואך, עס הייסט אפילו 'וואך''
וועט דאך יעדער מסכים זיין, אין יעדער וועט באשטיין אז עס מיז זיכער האבען א עקסטערע אשכול!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
עס איז דאך מיטוואך!!!!!!!!!! די גאנצע וואך דרייט זיך דאך ארום די טאג!!!!

שרייט אלע, די אשכול ער גייט ער גייט ער גייט, גוט שבת גוט שבת {בנוסך הידוע, ווען דער עולם דרימעלט נאך די חתונות}


--------------------------------------------------

ווי באלד מיטוואך איז אזא חשוב' ע טאג האט די אשכול האט אפאר מעלות {טייל פין די מעלות איז דא ביי אנדערע אשכולות אויך}

} די אשכול באציעט זיך נאכען טאג, מיטוואך- א מעלה וואס איר וועט אין ערגעץ נישט טרעפן

}די אשכול גייט מען יעצט שטעלן אין שפוץ פין אלע אשכולות עס גייט זיין די ערשטע, דהיינו אפילו עס איז דא אנדערע, עלטערע גרעסערע אשכולות
גייט די אשכול זיין אין שפיץ, נאך מער, ווי נאר איינער גייט דא שרייבען א תגובה, גייט די אשכול גלייך ארויפשפרינגען, אפילו, בלא בלא

} עס גייט זיין אין קאנטראל פין די ראשי קהלה אין גבאים, וידי זרים, וועלן נישט האבן קיין שום שליטה דא

} אין נאך, אין נאך, אין נאך


נישט פארגעסן שבת געלט

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:36 am
דורך אזוי גאר!
אזוי גאר! האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:שטייט נישט ביז ווען, קעסט טרעפן די מוטוואך אשכול?

א שכח מעג איך באקומען?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:36 am
דורך אויפגעפרישט
אזוי גאר! האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:שטייט נישט ביז ווען, קעסט טרעפן די מוטוואך אשכול?

שכח זיין צו מצוה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:37 am
דורך אזוי גאר!
שוין טאקע מיטוואך?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:39 am
דורך אויפגעפרישט
נע שוין באלד ר''ה די פיש פון וואסער צוטערן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:54 am
דורך אזוי גאר!
אויפגעפרישט האט געשריבן:נע שוין באלד ר''ה די פיש פון וואסער צוטערן

פון וועלכע וואסער? פון די פרישקייט גלאז?
9161.gif
9161.gif (94.79 KiB) געזען 3080 מאל

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:21 pm
דורך אויפגעפרישט
דעיס איז א שטורעם, די פיש זענען ערגעץ אנדערש

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:52 pm
דורך אזוי גאר!
אויפגעפרישט האט געשריבן:דעיס איז א שטורעם, די פיש זענען ערגעץ אנדערש

ביי די תשליך וואסער?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:56 pm
דורך אויפגעפרישט
אזוי מיין איך, א טשיקעלע האסטו? ס'איז דא ווער ס'האט שוין געקויפט אנהייב זומער ווען ס'איז קליין

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:58 pm
דורך א נייער
אזוי גאר! האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:דעיס איז א שטורעם, די פיש זענען ערגעץ אנדערש

ביי די תשליך וואסער?

מען האלט מען נאך אינמיטן סליחות און ער שפרונגט שוין צי סליחות

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:51 pm
דורך וויי-פיי
וואס איז היינט?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 4:18 pm
דורך סאכדעס
מיסטעריעז האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:סאכדעס האט זיך נישט באוויזען זינט לעצטע חודש מיטוואך...

ערישוין דא. ווענגלייך ס'נישט מיטוואך.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:14 am
דורך Think and Thank
איך גלייך נישט עס צו זאגן, אבער פון דעם אמת טאר מען זיך נישט אוועקרירן: שוין מיטוואך.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:46 pm
דורך א נייער
Think and Thank האט געשריבן:איך גלייך נישט עס צו זאגן, אבער פון דעם אמת טאר מען זיך נישט אוועקרירן: שוין מיטוואך.

עס איז טאקע אמת, אבער נישט יעדע אמת מוז מען זאגן.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:05 pm
דורך מיסטעריעז
אוי זאגסטו גוט...

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 3:15 pm
דורך וויי-פיי
וואס איז געבליבן ?


צוריק אין ישיבה?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 3:12 am
דורך גיי
שששששששש..

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:04 pm
דורך א נייער
גיי האט געשריבן:שששששששש..

וואס עפעס... לעבעדיג,לאזט ענק נישט.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2018 4:06 pm
דורך וויי-פיי
דא קראכט מען תגובות?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 2:08 am
דורך גיי
ס' געלונגען איינער האט זיך אויף געוועקט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 7:12 pm
דורך לייבעלע הירש
ארויפגעברענגט איידער ס'ווערט צי שפעט

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 10:24 am
דורך וויי-פיי
וואס איז נייעס

מר. מיטוואך

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 2:52 pm
דורך א נייער
וויי-פיי האט געשריבן:וואס איז נייעס

מר. מיטוואך

ער האט דיר שוין גענפערט?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 3:39 pm
דורך וויי-פיי
א נייער האט געשריבן:
וויי-פיי האט געשריבן:וואס איז נייעס

מר. מיטוואך

ער האט דיר שוין גענפערט?

אז מ'רעדט שוין מיט מר. נייער קאנסט מיר עפעס צונייען?
דאנקע שיין

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 3:40 pm
דורך א נייער
וויי-פיי האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:
וויי-פיי האט געשריבן:וואס איז נייעס

מר. מיטוואך

ער האט דיר שוין גענפערט?

אז מ'רעדט שוין מיט מר. נייער קאנסט מיר עפעס צונייען?
דאנקע שיין

וויפיל צאלסטו?