דער גרויסער וואונדער!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער גרויסער וואונדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יארן יארן לאנג וואס איך פייניג מיינע געוויסן, מיינע מח צעלן קענען דאס נישט באגרייפן, איך בין נבהל ונשתומם אויפן העכסטן גראד זוכנדיג מיט לעכט און פארגרעסערונג גלעזער א לאגישער ערקלערונג, אבער דער צונג הענגט מיר נאכאלץ אינדערויסן פון דעמאלט, און איך קען דאס ממש נישט פארשטיין.

איך האב שוין געפרעגט ביים גוגל הדור און אלע זיינע קרובים פון יעדן סארט נעמען און משפחות - זיווג ראשון שני וחמישי - אנגעקלאפט ביי סייענטיסטן און גראפאלאגן, אנארכיסטן און מעכאניקער, אנאליסטן און גראפיקער, ארטיסטן און פאליטיקאנטן, אקטיוויסטן און אבזערווירער, קאמאנטארן און פילאטן, ארכיטעקטן און לאגיסטן, דייעטיסטן און קאשירער, בוכהאלטער און מקוה אידן, שוואנצן און עמך'איסטן - און דאס איז בלויז אנהייב פון מיין לאנגע מגילה מיט וועמען כ'האב אלץ געשפענדט זיצונגען און שמועסן.

אבער ווי מאדנע עס הערט זיך, האבן אלע געצויגן די פלייצע, געריבן די פיס, געקנייטשט די נאז, געהיקכעט די גארגל, געקראצט די אויערן, געלעקט די ליפן, געשאקלט די הענט, געדרוקט די בויך, געדרייט די פיאות, געגלעט די בארד, געקניפט די באקן, געמאלן וואסער, געקייט שטרוי און געריבן לופט---

און קיין קלארער ענטפער איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט אנגעקומען...

דערפאר לאמיר זיך אויסגיסן מיינע געדערים פאר אייך ליבע איי וועלט קוואקער, אולי יחוס ואולי ירחם, אפשר וועט איינע פון די היגע קארפען קעפ מיר קענען ארויסהעלפן מיט מיין לאנגיעריגע מיסטעריע, און געבן צו פארשטיין און פותר חלום זיין די שרעקליכע אומפארשטענדנהייט וואס ערלויבט מיר נישט קיין דרימל כאפן און קיין אויג צומאכן.

וואס איז מיין אישו?

אין א קומענדיגן געלעגנהייט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יע... דו האסט א אישו ביג טיים...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

Wow דער הא צאמגענומען א עולם מארבע כנפות הארץ, פונעם גוגל הדור ביזן עמך׳איסטן... און גאאנישט, זיי אלע קענען נישט סאלווען דיין אישו, דעטס א ביג פראבלעם, סארי איי קענט העלפ יו.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קיעפ איט אפ, ג'וד זשאב.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:וואס איז מיין אישו?


דאס איז באמת א וואונדער, מ'קען צולייגן צום ליסטע נאך צענדליגע פראפעשאן'ס און קרענק, אבער די מיסטערי וועט בלייבן בתוקפו,
וואס איז מיין אישו?
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

איך בין גרייט צו הערן דיין אישו...
אין אישו'ס פארשטיי איך ווייל איך האב אסאך... :lol: :lol:
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

סארא שרעק וויפיל נעכט שוין אזוי דורך???
איר לעבט נאך??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איז לאמיר אייך נישט לאזן צו לאנג נייגעריג, נאר מעלדן אז אי"ה מארגן וועט דער המשך נאכפאלגן.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די הקדמה איז פיין
זאל ער נאר ממשיך זיין
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

די הקדמה איז אזוי פיין אז עס פעלט שוין נישט אויס קיין המשך..
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

נו? שוין אויפגעשטאנען...
קעניך קוים ווארטן הערן וואס זאפטיגער גייט זאגן...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

א גוט מארגן הרב זאפטיגער!

ביי אונז איז שוין די מארגן פון וואס דו האסט נעכטן גערעדט, מיר ווארטן מיט אפענע מיילער צו הערן דיין אישו.......
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אה, דער עולם ווארט שוין...

איז דער מעשה אזוי:

עס איז פרייטאג צונאכט'ס, מען קומט אהיים פון שול מיט די קינדערלעך און די צוויי מלאכים, ארומגענומען מיט די אור המקיף ראזשוואלקע און שיינע שבת'דיגע שאל, עס רוהט א שמייכל אויף די באקן און די נאסע פיאות פון די - לכתחלה - לעצטמינוטיגע - למעשה - אנדערטהאלבן - שעה'דיגע מקוה טריפן און טראפן אזוי געשמאק אראפ, מ'האט שוין געווארט אויף זיבענע, געשמועסט מיט דער שכן אין ביהמ"ד אלע "נישטין שבת גערעדט" אישו'ס, שוין געלאכט פון משה וואס לאכט פון מיר, געשריגן אויפן שמש וואס באהאלט די טישו'ס און גליונות, געגעבן א גוט ווארט פאר אים נעבעך, דער אלטער בחור'ל פון געציל, און דאכט זיך אז געדאוונט ערגעץ אינימטן לכו נרננה, נישט נאכן ווארענען כאטש צוויי מאל דער הייזעריגער משה חיים, אז ווען ער גייט צו צום עמוד זאל ער נישט ווערן חזן העלפגאט, ווען דער עולם מורמלט, אוי טאטע אין הימל, "העלף גאט" ער זאל באקומען פיס וויי.

אצינד איז מען שוין אינדערהיים אין א גוטע שעה, די קינדערלעך האבן זיך שוין ב"ה געענדיגט צונויפפראסקען אין א גוטע שעה אויף די שענסטע - קניפ - בילקע, די בני בית האט זיך שוין אויסגעוויינט אז גיטי האט ארויסגעשטעקט איר צינג פאר די קליינע חזקעלע, כאטש וואס ער ציינדלט נעבעך, און אז די שכנ'טע פון אויבן האט איר נישט געוואלט בשום פנים ופרצוף ארויסגעבן די רעצעפט פון איר דעלישעס דעלישעס יאממי פעטעיטע - סקוואש - מאסטערד קוגל, און ב"ה מען גרייט זיך צו קידוש.

נאך קידוש מיט א שלהבת להבת ווי עס פאר אזא ווארימער איד און לאנגער בערדל ווי מיר, גייט מען זיך וואשן אין קאך, וואו מען בייזערט זיך ווי וואך - וועכנטליך מיט אזא כדוגמת תרועה געברום "נא, נו נע נע נע נא, הא? נאאאאאאאא?!" וואס ביי מיין משפחה מיינט עס "וואו איז די האנטוך? יעדע וואך דארף איף עס עקסטער פארלאנגען?!"

שוין אפגעווישט די הענט און גרומצארן, זעצט מען זיך אריין אינעם פיינעם לעדערנעם רביש'ן בענקל אויבן אהן, און יעצט קומט די ריכטיגע, די פיינע ווייכע ווארימע ראפאגאש בארכע, מיט איר קריספי סעסעמי שאלעכץ ווערט אריינגעשנטן אנע רחמנות, ווען טראפקעלע ברעקעלעך פאלן אראפ אזוי נעבעכדיג לארבע כנפות הטיש. איך שנייד גרויסע מוציא'ס אויף רעכט'ס און לינק'ס, און די קינדער כאפן מיט גרויס צופרידנהייט פון טאטי'ס הענט.

און דא קומט דער מלאכה וואס איך ווארט דערויף א גאנצע וואך... עס קומט אריין א טאץ מיט טינקעכצער, הא הא הא, א גאנצער פלאטע פון כלערליי דיפ'ס, כל דיפ ודיפ ווי עס ווערט סערווירט אין זיין היימלאנד. איך רעד יעטמ נישט פון די טיפיקל כאריף, טחינה, פיר סארטן צעמאלענע עגפלענט, נאך צוויי סארטן פון געקעסטלטע, איינס א זיסע די צווייטע א ביטערע, ספרעד'ס און סלייסעס, חריין מיט און אן מיינעז, טכינע און סחוג... אויסער דאס אלעס קומט א גאנצע ליסטע, מאדבוכא פון סאודיע אראביע, דזשאלעפינא פון תימן, יאפאנעזע דיפ (דעי פורפל) און כינעזע סעלעד, און דאס איז נאר די התחלה... עס קומט מאשראם דיפ, אליוו דיפ, כאריסמי דיפ, קעטשאפ דיפ, צומאלענע האט פעפער און געסלייסטע, און נאך צענדליגע דיפ'ס וואס כ'קען ניטאמאל דעם נאמען...


און איך וויל ניטאמאל אריינגיין אין די פרטים פון די הייליגע און גרויסע מאכל וואס רופט זיך "קאטשעניא", די פיש זאפט אין וואס די גבאים ווערן מגולגל... עס איז א שטיקל מפרכס'דיגער האלב לעבעדיגער חתיכה, וואס ביז עס געלונגט דיר עס ארויפצוקלאפן אויפן חלה'ניו, שטטייסטו און דו וואונדערסט זיך: וויאזוי איז עס 'שוין' ארויסגערינען פון מיין לינקן ערמל?! און וואס זענען די שלאקס רעגן וואס שעפערט אראפ פון מיין בערדל?! און דער גרעסטער מיסטעריע איז נאך: וואו איז דער שטיקל קאטשיניא פון מיין חלה אזוי פלוצים פון איין מינוט אויפן צווייטן נעלם געווארן?...

ווי איר פארשטייט אליין, איז דאס א מעכטיגער מיסיע וואס מען דארף זיין פולקאם גרייט דערצו, מ'גרייט זיך אהן א פולער בארכע און די אלע טעלער'ס, און עס איז א בחינה פון ענדלאז, ווען די חלה איז פארטיג ברענגט מען נאך חלה, ביז מ'טרעפט זיך מיט ליידיגע טעלער'ס און א האלבע חלה, פולט מען דאך אהן די טעלער, וחוזר חלילה...

אקעי, מיין הענט טוט מיר שוין וויי, וועל איך ממשיך זיין שפעטער אי"ה.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אלעס פיין און וואויל אבער וואסי די אישו?...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
אקעי, מיין הענט טוט מיר שוין וויי, וועל איך ממשיך זיין שפעטער אי"ה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

האלאו דו!!!!!!

האסט אנגעהויבן א מעשה, ניין?

ענדיג קודם נאכדעם קען דיר שוין אלעס וויי טון...

לאז אונז נישט מיט אפענע מיילער.... מיין מויל טוט שוין וויי פון זיין אזוי לאנג אפ..........

אופס......

אינער דרייט זיך דא ארום, און ווארפט אריין דשעלי ביענס אין אלע אפענע מייל.....

אופס נאך איינס............

אקעי ענדיג שוין וועט ער סטאפן............
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האב שוין נישט קיין טישו... איין מאל דער זאפטיגער שרייבט איז שוין אלעס גוט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זאפטי ערשט יעצט געטראפן דיין אונטערשריפט מיט די אלע אוצרות באהאלטן דערינען!..

וואדער האט אנגעווערטשאפט דא... די דזשעלאפינאו רינט מער ארויס פון צווישן די פון געלעכטער אויסגעשפרייטע בעקעלעך און פליט סטרעיט צו מיין רעקל.. און דערנאך איז ער ממשיך מיט א ק]פיצת הדרך צו די שיך.. איי וויי ס'איז ראפעגאש.. סטאאאאפ!!!


הער מיר אויף צו קיצלען!!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לאך נאר לאך, הערנדיג מיין אישו, וועסטו מיטוויינען מיט מיר!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פארוואס האסטו עס איבערגעלייגט?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

צוגעלייגט א שטיקל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יעצט זע איך.
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

זאפטיג איז א גאר גאר שוואכע אויסדריק פאר אזא שמאלץ באגאסענע בריליאנטאנע-גאלד-שריפטשטעלער
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וועל מיר גיין אביסעלע ווייטער.

דער פיש טעלער ווערט שוין אראפגערוימט, די זינגען זמירות וועל איך איבערהיפן (משום חשש גילוי) און אצינד קומט א לחיים. אזא לעבן זאלן האבן אלע אייוועלט אידן און גאנץ כלל ישראל, מען פאקט ארויס פון די רמב"ם און ברטנורא פאר די ווייבער, שאקאלאדע און באנאנע סירופ פאר די קליינע קינדער וואס "וועלן באלד זאגן שיין א תורה", און פאר טאטי ווערט ארויסגעלייגט פון די בעסטע און שענסטע, די ריכטיגע סחורה, וואס דארט גייט נאר נישט פאר, די קאניאק און ברוינפן, שליבאוויטש וואדקע און וואס נישט, אלעס פארשטייט זיך, לכבוד שבת קודש.

דערנאך קומט אריין די פיינע געשמאקע ווארימע זופ, די יאוך וואס האט נאך די זעלבע רעצעפט פון די באבע צירל עליה השאלעכץ, אזא טיפזיניגע טעלער (יא, טיף טיף, בכלל נישט קיין לאצע...) וואו עס שווימען ארום אזעלכע פיינע לעבעדיגע און אויפגעמונטערטע שמייכלדיגע קניידעלעך, וואסשמועסן נאך אזוי געשמאק און זאפטיג פון ליל שישי, ווען זיי זענען געווארן אנגעווארמעט לכבוד שבת.

נו, ווא קען מען זיי לאזן אליין דארט? קומט צו אין די זייט א שיין טעלער פון גוטע בעבעלעך, דעי בונדלעך וואס דערמאנען מיר פון די פינגער פון די פוס, (פעך, סימידיר? כ'האלט אינמיטן עסן, שטיל זאל זיין!!!) און דערנעבן דעי מיני קנאבעלעך המכונה טשיקספיס (עפעס אזוי). און נאך א גאסט איז דא ביים טיש, די געשמאקע אויסגעשארפטע חתיכות רעטעך וואס ווערו אט אט באזאלצן פון אויבן ביז אראפ (איינער ווייסט וויאזוי עס וואקסט ארויף אויף דעם חלה ברעקלעך?!), און דאן נעמט מען אלע ד' מינים, און מ'מישט עס גוט גוט אויס, האאאאאאאאאאא... אלץ לכבוד שבת!!!

דער עבודת האכילה קומט באגלייט מיט הארציגע און נאסטאלגישע קרעכצן, די לעפלעך זופ ווערן אויסגענאגט מיט א הילכיגער פגדרששששש... און די ברענעדיגע קניידלען וואס מאכן מיר טשילס אין די ציין, ווערן אזוי שנעל און ברוטאל צעקייט פליענדיג מיט אימפעט פון איין עק צונג צום צווייטן, און שטופן אריין נאך טיפער די שוין אזוי אויך גענוג פארפלאנטערטע הייטלעך פון די בונדלעך און צעמאלענע טשיקספיס, און די קראכערייען פון די רעטעך צעקייאונג וועקן דאך ממש אויף די מתים פון אונטער די מציבה.

אינטערעסאנט אויב פארשטער האבן שוין געמאכט א סטאטיסטיק פארוואס מ'שוויצט אזוי שרעקליך נאכן עסן די זופ, דאס קומט מחמת ווייל די זופ איז הייס, אדער ווייל מ'ארבעט אזוי שווער עס אראפצושלינגען?!

ווען די עבודה איז פארטיג, שפיר איך ווי א געשטאפטער גאנז. דער נשמה יתירה הייבט אהן דרוקן אויף אלע זייטן, און פאר סאם ריזען, נאך קיינמאל נישט אויסגעפיגערט וויאזוי עס ארבעט, אבער יעדע וואך ממש, ווערן עפעס צאמגעצויגן די הענטלעך פון מיין ברייטע בענקל, פונקט נאך די זופ... און איך אטעם העכער ווי דער טרעקטער פון יענע אנטיסעמיט וואס איז נארוואס אדורכגעפארן מיין פענסטער - אין סאמע שבת קודש אליין.

קומענדיגע און האפנטליך איינס פאר די לעצטע המשך פון מיין גרויסער וואונדער, וועט נאכפאלגן.

האלט אייך הונגעריג, א גרינגער תענית...
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:31 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

זאפטיגער אנטוישט נישט... זיישע נאר מוחל און וויש מיר אפ ס'בערדל פונעם עסן זאפט... (שפייאכץ בלע"ז)
I reserve the right to disagree
12:56
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”