א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

קום איך אריין דא אין אן אשכול און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר דא א הויפן פון אינפארמאציע אזש איך ווייס קוים וואו אנצופאנגן אדער וויאזוי דאס צו עסן.

קודם כל ווער איך געוואויר אז עס זענען דא נאך יודן וואס דרייען זיך ארום עפענען שענק מיט פריזערס אינמיטן די צווייטע אשמורה; אפילו די יעניגע וואס זענען מער ווייניגער פארזיכטיג במשך'ן טאג מיט וואס זיי עסן, נישט צו פעט, נישט צו זיס... אבער ווען עס קומט די צייט, די נפש האט דערגרייכט זיין אינערליכע רוה, הייבט די מאגן אן צו פארלאנגען און איז מעורר אן אנדרלמוסיה וואס איז נישט מבחין בין טוב לרעה.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, ווי יעדעס מאל וואס מען עפענט די פרידזשידער אנטדעקט מען עפעס פריש, און די סיבה איז פשוט, ווייל די ערווארטונגען גייען אראפ, און וואס פריער איז געווען מיסט, איז יעצט גאלד... און אזוי גייט מען אראפ ביז צו איילבירטן און מייערן.

יא יא, אודה ולא בוש, איך געדענק ווען מיין חברותא פארטאגס האט מיר געפרעגט פארוואס איך לייג נישט אריין קיין מילך אין מיין קאווע... גיי זיי איהם מסביר אז איך האב אנטדעקט א כזית עוף לאור הלבנה.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

און איך קום אריין אין כ'ווער נבהל ונשתומם, וואס פאר א קלארקייט די חברים האבן דא אין דעם נושא... יעדער האט זיך שוין זיין אויסטגעטרויטענע מהלך און פרובירט משכנע צו זיין אנדערע...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

:lol: :lol: :lol: :lol:

האביך געמיינט אז איך בין די איינציגסטער מיט די פראבלעמען..

איז דאס א זייטיגע ווירקונג פון קאראנע?
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

ס'איז לעצטענס געווארן פובליצורט א שטודיע אז די וואס גייען פרי שלאפן פארלירן שנעלער וואג
גיי זיי מסביר אז דאס איז נישט א דין אין עצם שלאפן נאר אין נישט ארום נישטערן אינמיטן די נאכט די שענקלעך
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

ממה נפשך האט געשריבן:אן אראנדזש אויף קיוביקלס און עס עס מיט א גאפל.

מ'קען דאס קריגן אין די געשעפטן אין א קען באקאנט אלס manderin oranges
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טוט זיך...? האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:אן אראנדזש אויף קיוביקלס און עס עס מיט א גאפל.

מ'קען דאס קריגן אין די געשעפטן אין א קען באקאנט אלס manderin oranges


אינטש דומה צו א פרישע אראנדזש, אבער יא ס'קען אויך ארבעטן...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

וואס פונקטליך מען זאל עסן האביך שויניש וואס צו צולייגן אויף וואס מיינע ידידים דא האבן שוין אזוי שיין ארויסגעברענגט אן איבערלאזן קיין ספיקות און מעגליכע גרייזן.

אבער איין זאך ווילעך זאגן, אז וואס מען עסט נאר איז עס נאר אינטערעסאנט אויב בשעת מעשה האט מען אפן פאר זיך א אינטערעסאנטע אשכול אין אייוועלט. בדוק ומנוסה.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

טעם וריח האט געשריבן:באקומען פון א קובץ וואס גייט ארויס אין די קומעדיגע טעג.
חלק א'

הערות והארות קען מען אריינשיקן

בלתי מ(ש)וגע.

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p- :lol:

ווען משוגע וואלט געמאכט גרויס, וואלט דער קונטרס געווען א ספר פון אכצן בענדער...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יא, מיר האבן אויך דעם פראבלעם, און טאקע ממש כלשון הגעמבלער, דווקא עפעס גוט געזאלצן.

מיין אפציע פלעגט זיין נעמען א ר"ח פיקל (סאויער פיקל לשון לכאורה) צושניידן אין רעפטלעך אריין אין א טעלער, צוגיסן דערצו א זעקל קארטאפל טשיפס, און ממשך זיין אויפן דרך פון קאקאש קעיק מיט מילך.. כשזה קם זה נופל, ווען ס'ניצט זיך אויס די פיקלס שניידט מען צו א צווייטס, און דאן ווען ס'ניצט זיך אויס די טשיפים גיסט מען צו נאך, וחוזר חלילה,

דאס פלעגט אבער ברענגען יסירים דעם נעקסטן אינדערפרי,

אפציע צוויי, א פלאם טאמאטע צישניטן אויף האלבע רעפטלען, באזאלצן ווי לוט'ס ווייב,

אפציע 3 (אויב זי שלאפט שוין..) ארויסכאפן די טאמעטע סעלעד [האלבע רעפטלען טאמעטע מיט אויל, זאלץ, צוויבל און פעפער, מערעענעיטעד פאר 24 שעה - דוגמת הערינג..] וואס זי האט מסידר'דיג שעהן אנגעגרייט פאר'ן מארגנדיגער פרישטאג מיטצונעמען אין ארבייט, און עסן מיט מעלבע טויסט אדער ברעד סטיקס.

צומאל איז דא די אפציע פון פאפקארן מיט קארטאפל טשיפס
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נאכדעם וואונדערסטע דיר פארוואס דו ביסט הונגעריג אינמיטן טאג.
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

מעקסיקאנע וואורשטלעך אדער פּעפּער דזשעק קעז, ס׳גייט פיין מיט א גלעזל דזשעק דעניעל, וסימנך דזשעק דזשעק לגזירה שווה, לחיים לחיים, זאל די נשמה האבן אן עליה, און אלע קראנקע א רפואה
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

געגאנגן, ווער נאך קומט ארויס פונעם קלאזעט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

כ'האב אמאל געפרעגט א קלוגן איד וואס מ'קען טון נישט צו עסן אזויפיל קעיק ביינאכט.




האט ער געענטפערט, אז די איינציגסטע עצה איז, צו טוישן פון קעיק אויף קוקיס.... ודפח"ח.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אין געווענליכע אומשטענדן העליך אפענדיגן מיט א טעלער סיריאל מי טמילעך און צוויי דריי פיר עפריקאט'ס [ניין - נישט די געטריקענטע, נאר טאקע די וועלעכע מען דרייעט ארויף אויפן פינגער נעמאשל די פינגער בלוט...]

און געוויסע אומשטענדן העט דיזן סעודה'לע אויך ארייננעמען נישט ווינציגער ווי א קאנטעינאר געזאלצענע פעסטעטשאס.. און ווי אויך א זעקעלע פון עסטרייכער'ס קיכעלעך איז נישט אויסגעשלאסן...

בינעך טאקע נייגעריג צו נאך עמיצער האט אויך די זעלביגע עקספיריענ'ס מיט דיזן קיכעלעך אז עס צולאזט זיך אין אזוי מויל שמירנישדירניש - אזש נאך צוויי מינוט אריין אינעם אכילה פון א פריש געעפענטע פעקעלע דערזעה איך זיך מיט א קוקיס ליידיגע זעקל - ווען פון הונטן אויפן זוים פונעם ליידיגן זעקל רוהען נעטליכע אונטשעס ברעקעלעך - וואס איך בין כמעט איבערצייגט אז ווען מען זאל זיי צירוק צוזאמשטעלן אלץ פולשטענדיגע קיכעלעך אוואו דער מהר"ל מיטן גולם [פון די פלעי שטייצעך..] - העט מען קענען צוריק אנפילן דאס זעקעלע במילואו כמינוטין קדמוניות...
וויבאלד אבער דער מצב איז ווי אזוי עס איז - מוז איך באין ברירה זיך באגיין מיט ווי אזוי עס איז, אין זיך אנפילן דאס כף היד מיט דאס איבערבלייבעניש אין זיך באסמאקעווען דאס פנים אינקלודינג די דיוקנא קדישא מיינע - און שטייצעך אז די ד' כנפות מיטנ'סויזן העלן אויך נישט ווערן אפגעשוינט...

בברכת: לילה כשר ושבע.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נו וואס גייט מען היינט נעמען?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

נשמת, וועגן דעי אסטרייכער קוקיס;

כאניש קיינאנונג איבער וואס דו רעדטס....
ליין: איך ווייס שוין איין מאל.

זיי מאכן עס ספעציעל אזוי, עס איז פאר זיי א סגולה לפרנסה.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

גאר ברייט גערעדט
עסטערייכערס קוקס נעמט מען מגיסט אריין דאס פעקעלע אין א קארן פלעקס באקס
און מבאוואשט עס מיט קאלטע מילך
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ווי האט נאר יענער געפרעגט דעים דאקטאר נאכדעם וואס ער האט אים פארגעשריבן א ספעציעלע שטרענגע דיעטע, דאס דארף מען נעמען פארן עסן אדער נאכן עסן?
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

שוין איך בין יעצט און דעם פעקל וואס זאל איך עסן
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

קודם זאג המפיל
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

זאפטיג! זאפטיג!
יעצט אנגעפאשעט און אפגערויכערט, אפגעפעניעט און אויסגעשמועסט. האב איך אנגעטראפן דעם אשכול אוי אנגעפאנגען פון אנפאנג... איי ייא מיט דארשט אפגעליינט יעדנ אשכול. אוי האב איך זיך געשפירט אינדערהיים דא!
מיין ערפראמנ ב'דעם נושא,
ליבערשט איז די מארענדיגע פרישטאג גרייט און פרידזידערעטאר. דער אשת חיל עט נישט מקפיד זיין אז מ'ווישט עס יעצט אפפ (מיט קרעקארס אנשטאט ברויט) אאון מארגן מאכט מען א סטאפ און גראסערי נאבן דאווענען.
נאך א פיינע אפשען, מ'האט שוין פריער דערמאנט, א קעען מאנדערינס. די מעלה פון דעם איז עס האט סך מעהר א נאטירליכע טעם ווי אלע אנדערע געקעענטע פרוכן/קאמפאט. ס'איז בעסטע אביסל קיל אבער ראם טעמפעטער איז אויך גיט. ס'האט זייער א גיטע באלאנץ די זיסקייט און זאפטיג מיט אן אייגענאראיגע טעם.
צום לעצט איז א קעעען קעשיאס (ניסלעך) דעיס קען פארן א מחי, זעה נאר צו האבו א קאללטע טרינק נאכדעם סקאיז זאלציג. פינאטס איז אויך גיט און גאמץ ענדליך, אבער קעשיאס איז ביי פאר א געשמאקערע טעקסטיוטשער און מאול. א שלינג פון געדעכטע ציקייטע קעשיוס איז א בני מלכים השגה!
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

היינט האמיר געהאט א באנוס דריי סלייסעס סאלאמאן פילעט.

דאס עסן אין די שפעטע נאכט שעות, האט נישט קיין סדר, צומאל איזעס פרעצל, און צומאל איז עס א גוט שטיקל בשר, און ווי היינט עטוואס פיש. גערקינס איז אלעמאל צושפייז, און וועדזשטעבלס געקאכטע איז נאכשפייז. דערויף ניסלעך געווענדליך קעשויס.

וואס נאך, כאב ענדזשויט דעם אשכול דא.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נאך פארבליבן פון די אלטצאדישע טאג עסעסערס?...

נעעעע
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שטארק זיך האט געשריבן:נאך פארבליבן פון די אלטצאדישע טאג עסעסערס?...

נעעעע

אלטע צדיקים?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: א סנעק פאר צוועלעווע ביינאכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

זאג א גוטס האט געשריבן:flutes איז א גוטע לייכטע סנעק. אדער די אנדערע סארט פאטעיטא פאפפערס.
וכן אנו נוהגין..

חלילה וחס, עס פאראורזאכט מאגן ברענען אויף א וואך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”