דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

זיץ איך מיר אין אפיס נאך א לאנגע טאג ארבעט. ס'בעל הבית איז היינט נישט געווען און די בעסטע גוסטע, די טונא זיינע ביי פרישטיג האט זעט אויס געהאט צו סאך מיאנעז ממילה האבן אלע ריפארטס געדארפט זיין גרייט פרי.... (ווער ס'פארשטייט דעם צושטעל זאל מסביר זיין ברבים)

די טאג איז אדורך מיט גרויס סטרעסס ווען מיין ווארק מעיד זיצט זיך נעבן מיר און ווייסט נישט פון קיין צרות. ער ארבעט רואיג און שטייט אן קיין פרעשור פון קיינעם.
ער דארף נישט צושטעלן קיין ריפארטס, ער דארף נישט אריילויפן צום באסס אין אפיס יעדע פינף מינוט נעמען נאך זאכן צו ענטערן, ער דארף נישט ענפערן קיין אימעילס, אויפהייבן טעלעפאן קאלס, און באשטעלן די זאכן פאר קומענדיגע וואך.
ער איז אונזער אינהאוז גראפיקער וואס באקומט זיין ארבעט אנפאנג וואך און טוט דאס רואיגערהייט.

אזוי איז דער מיטוואך אדורך מיט אסאך ארבעט, אסאך פרעשור, אסאך טעלעפאון קאלס, אסאך מיסטעיקס, און פארשטייט זיך אסאך פסקים...

די גאנצע הקדמה האט גארנישט מיטן קעפל און גארנישט מיט די מעשה וואס איך וויל ציקומען. איך זאג עס נאר כדי צו מינעמייזן די שאק וואס קומט....

למעשה אחרי ככלות הכל. שוין געכאפט מנחה די לעצטע מינוט, שוין צירוק און אפיס ציציענדיגן די היינטיגע טאג און איך באשליס א קוק צוטאן אויפ'ן וועלטל און זען וואס עפעס טוט זיך ביי אינז און אמעריקע אחוץ מיין אנגעצויגענע ארבעט.

געב איך אזא לויף אריין און 'ביידן עזש ק'יאא' אשכול, אבער אנטרעפענדיג מאדנע אומפארשטענדליכע תגבות איבער היטלער ימ''ש און פרייליכע באריכטן איבער קארט קעיס'ס וואס פליען ארויס פון ווינדאוס בין איך מיך אנטלאפן פון דארט און א טשאפ אריינגעטאן אינעם קאמפעטישאן אשכול פונעם ירום הודו'ס העד קווארדערס ערווארטענדיג צו זען וואס זיי האבן פארצילייגן פאר דעם נייעס-דארשטיגע קוגל.
זיך אנטרעפענדיג מיט פארוויטאגטע אידן וואס פארשטייען נישט פארוואס סידני פאוועל איז נאכנישט געפלויגן, און מיט קאנטער תגבות פון ביידע צדדים וואס ליגן צישפרייט און ציזייט איבעראל האבעך אויך ארויסגעדייווט פון דארט און אריבערגעשווימען צום פארברענגען צו מעסטן וויפל שעה אידן זענען געגאנגען ליידיג דעם טאג.

נאך א מינוט ליינען צו איך קען יא טאנצן אינמיטן שלאף, און צו 'טוסטוס' מיט פיקאפטראק האבן א שייכות האב איך געכאפט א שאק!!!!

אטעם! טיף! שטאט!

עפעס א באקאנטע ווארט האט אויפגעבליצט פאר מיר און איינע פון די תגבות וואס האט אפגעשטעלט מיין אטעם...

דאס ווארט (משום גילי וועל איך נישט שרייבן פון וועלעכע ווארט איך רעד) ווערט טעגליך באניצט דורך איינעם וועם איך קען...

אבער נישט סתם איינעם וועם איך קען, עס איז ממש איינער גאר נאנט צו מיר...

איך האב מיך נישט געפוילט נאר גלייך א קוועטש געטאן אויפן אישי קנעפל און מיט א רמז געפרעגט דעם איד צו דאס וואס איך מיין איז טאקע וואר.
אישי'ס קומען אישי'ס גייען און נאך א נישט לאנגן דין ודברים דעקט מיר דער יעניגער אויף זיין פרצוף און זאגט מיר קלאר אין פנים (סקרין) אריין יא! עס איז איך! דיין ברודער! און ער לייגט נאך צו: איך האב שוין לאנגע געוויסט דיין ניק צילוב עפעס א מעשה'לע וואס איך האב געשריבן דא און דאס האט מיך ארויסגעגעבן פאר עם, אבער ער האט זיך איינגעהאלטן זיך צו אנטפלעקן!
קום איך דא מיט א געשריי צו אלע יודן: ניצט נישט קיין אייגן פראדערצירטע ווערטער אויפן וועלטל. דערציילט נישט קיין מעשה'ס וואס קען אייך אויפדעקן פאר איירע ברודערס. און האטס א בעקאפ פלאן און פאל פון נויט...

אנדערע ניקס וואס זענען שוין אדורך אזא קושמאר, ווערן געבעטן מיטצוטילן זייערע געשיכטעס
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

חחחח
גוט אראפגעלייגט, ספעציעל טי הקדמה...

אגב, מיין ברודער קען שוין לאנג מיין ניק...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

שוין געהאט אזא ענליכע מעשה. אויך דורך שרייבן עפעס וואס איז מערקבאר אז עס איז מיך.

אגב, האסט צוריקגעשטויסן מיט דיינע שטארקע הערנער?
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p-
פיין פיין.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שוין געהאט מיט עטליכע.. און כ'האב מיר טאקע נישט געקענט ארויס דרייען דערפון.


די בעק אפ פלען דערפאר איז. מ'האט נאך ניקס....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

אלטער האט געשריבן:שוין געהאט מיט עטליכע.. און כ'האב מיר טאקע נישט געקענט ארויס דרייען דערפון.


די בעק אפ פלען דערפאר איז. מ'האט נאך ניקס....

שוין געהאט עטליכע ברודערס?
אדער איין ברודער מיט עטליכע ניקיס?
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

באטעמטקייטן האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:שוין געהאט מיט עטליכע.. און כ'האב מיר טאקע נישט געקענט ארויס דרייען דערפון.


די בעק אפ פלען דערפאר איז. מ'האט נאך ניקס....

שוין געהאט עטליכע ברודערס?
אדער איין ברודער מיט עטליכע ניקיס?

נאך איין ווארט איך שרייב, וועט דער ברודער וואס ווייסט נאכנישט אויך וויסן...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

נאכנישט געהאט אזוינס. ס'איז גאנץ געשמאק צו ליינען ווי ס'פאסירט ביי יענעם...

אבער ווי שוין כמה פעמים ערווענט, אויב איינער ווייסט, אדער ער קלערט אז ער ווייסט, ווער איך בין, זאל ער מיר פליז איינמעלדן ווי שנעלער!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אה! געלויבט גא-ט כ'האב נישט קיין ברודער...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ברודערל, כווארן דיר אויב דו זאגסט פאר מאמי!! אלעס ביז אהין!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אוראייניקל האט געשריבן:אה! געלויבט גא-ט כ'האב נישט קיין ברודער...

למשל אזא דעטאל קען דיר ארויסגעבן אין נאו טיים

אויב מארגן קריגסטו א פאון קאלל פון דיין ברודער זאג נישט אז כאניש געווארנט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:אה! געלויבט גא-ט כ'האב נישט קיין ברודער...

הייסט איר זענט די ערשטע רבי טו קאם וואס דרייט זיך אויפן וועלטעל?..
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:אה! געלויבט גא-ט כ'האב נישט קיין ברודער...

למשל אזא דעטאל קען דיר ארויסגעבן אין נאו טיים

אויב מארגן קריגסטו א פאון קאלל פון דיין ברודער זאג נישט אז כאניש געווארנט

איין ברודער האביך א שטיקל בהמה, זאג מיר נישט אז דאס ביסטו.... דאונט בעליוו איט...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פופציגער האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:אה! געלויבט גא-ט כ'האב נישט קיין ברודער...

למשל אזא דעטאל קען דיר ארויסגעבן אין נאו טיים

אויב מארגן קריגסטו א פאון קאלל פון דיין ברודער זאג נישט אז כאניש געווארנט

איין ברודער האביך א שטיקל בהמה, זאג מיר נישט אז דאס ביסטו.... דאונט בעליוו איט...

אין אישי פליז
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דערמאנט מיר א מאננסע...

שרייבענדיג דעם פעטער שייע שבע ברכות (גראדע האב איך נאך אין דרעפט עטליכע קאפיטלען דערפון, נאר איך האב קיינמאל גענומען די נערוון עס צו פארענדיגן...) האב איך דאן באקומען פון פיר אדער פינעף חברה אין אישי אנפרעגענדיג אויב איך בין זייער'ס א ברודער...

למעשה האב איך מיט איינעם אנגעפאנגען דעם שפיל אז יא. איך בין זיין ברודער, אבער איך בין זייער שנעל דורכגעפאלן דעם פארהער... (מיינע ברודער וואלטן מיר נישט דערקענט דורכ'ן פעטער שייע געשרייבאכץ, איר מעגט מיר גלייבן...)

אבער עס איז מיר געפאלן די געדאנק אז עס דרייען זיך ארום דא מאנכע וואס וועלן זיך ארויף כאפן אויף איטליכע ווארט און פרובירן ארויסצוקוועטשן א געווינ... כ'מיין א גילוי... עי' ערך צער בעלי חיים...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שרעקדיש!
אויוויי! דעיס איז א אייגן פראדוצירטע ווארט.
מנהלים ביטע לעקן....
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: דעם אומגעראכטענעם צוזאמטרעף! (נישט פאר שוואכע הערנער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

שטומפיג האט געשריבן:שרעקדיש!
אויוויי! דעיס איז א אייגן פראדוצירטע ווארט.
מנהלים ביטע לעקן....

:lol:
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”