שפיגליצקי האט געשריבן:נאך אלע מעשיות וואס איך בין היינט געוואויר געווארן, איז מיר היינט אויסגעקומען צו זאגן יום כיפור קטן ערגעצוואו, מ'האט געווארט אויף א בעל תפילה, בין איך צוגעגאנגען צום עמוד, כ'האב געדאווענט מיטן נוסח המקובל לי פון הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראסמאן ע"ה, כ'האב אבער נישט געוואוסט וואו מ'הייבט אן מנחה, אויך האב איך געמיינט אז מ'הייבט אן וידבר, אלזא, כ'האב געהאט געזונטע בזיונות...
וויל איך דא זאגן פאר ווער ס'וויל נאר וויסן, מ'דארף זאגן וידבר פאר יוכ"ק, נאך קרבנות הייבט מען אן תפלה לעני, נאך דעם למנצח וואס ענדיגט זיך ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ, בעפאר לכו ונשובה אל ה', הייבט מען אן אשרי און מ'דאווענט געהעריג מנחה, נאך הויכע שמו"ע, פאר תתקבל, זאגט מען ווייטער דעם גאנצן סדר יוכ"ק.
בינעך היינט געוואר געווארן נאך א סיבה פארוואס נישט צו קיין א בעל תפילה..