קידוש לבנה אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

קידוש לבנה אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

א גיט יאר מיינע גיטע פריינט, נאר אפאר קשיות, און איך גיי צירוק פון ווי איך בין געקומען!

קשיא נאמבער

1) האט איר שוין מחדש געוועהן די לבנה
איך יא

2) זענט איר מקפיד מחדש זיין דוקא נאך יום הקדוש, אדער דוקא בעפאר?
ביי אונז איז געווען א שטארקע ענין דוקא בעפאר יו"כ, (נאך א זכות אין וואגשאהל)

3) אין אלגעמיין ווארט איהר אויף ז' שלימים?
ביי אונז נישט

4) פאר די וואס ווארטען נישט, ווארט איר אבער אויף דריי טאג יא?
ביי אונז פרובירט מען לכתחילה יא, חוץ אויב עס איז מוצאי שב"ק, וואס כידוע איז א גרויסע ענין מחדש זיין מוצאי שבת, עס איז א סגולה אויף א מוצלח'דיגער חודש (ווייסט איר דעם מקור?)

5) זענט איר מחדש אין די 9 טעג (חודש אב)
אונז נישט, אבער מוצאי ת"ב יא, אפילו עס גייט נאך אן די הלכות שבוע שחל בו ת"ב, (מ'טאנץ אינגרויסען)

..... לעבען איך האב דיך געפרעגט .. קאשעס, זיי מוחל און ענפער מיר א טיריץ

הגם מיר האלטן נאך נישט ביי פסח, אבער די ת"ח דא אין קרעטשמע ווייסען דאך אז ט"ו ט"ו לגזירה שוה (גזירות טובות)

בוינעס קטוועשטענס!!!
ווייסט איר וועלכע יאר חודש תשרי איז נישט געווען א לבנה ממש ביזן לעצטן זמן?
ווייסט איר ווער איז ארויפגעפלויגן מיט א העליקלאפטער העכער די וואלקענעס??
תיקי

גמר חתימה טובה, שנה טובה ומתיקה, ושנת גאולה וישועה
כו"ח די קליינער יעקעלע מכפר חכמי השועלים
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

די תירוצים זענען

1) יא

2) מען איז אלעמאל מקפיד די פריסטע וואס מ'קען

3) עיין למעלה אות 2

4)עיין למעלה אות 3

5)ניין מ'ווארט אויף מוצאי טישע באוו

איך האב אמאל געהערט די גאנצע מעשה וועגן די לבנה אין חודש תשרי און די רעביס וועלכע זענען געפלויגן אין די עליקאפטערס און געבליבן חוזק ווייל די לבנה האצעך אנגעריקט.

איך געדענק שוין נישט זיכער נישט וועלכע יאר ס'יז געווען און נישט וועלכע רבי'ס אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז וויזשניצער רבי פון מאנסי און באבוב'ער רב זצ"ל. (אויסדריקלעך נישט זיכער אבער אזוי ליגט מיר אין זכרון)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

פאר סאם ריזען ליגט מיר אין קאפ אז אויך עפעס א דעעש'ער רבי איז מיטגעפלויגן, נאכאמאל, די אלע זאכן בין איך נישט זיכער, אבער די נעמען ליגן מיר אין זכרון
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעקעלע;

וואו ביסטו אנטרינען? ביסט אפשר ארויפגעפלויגן מיט די כינעזער צו די הויכע ספערן?

געב אכטונג! טרונק נישט זייערע מילך, אויסער חלב עכו"ם איז עס אנגעפיקעוועט מיט מעלאמיין (א כעמישע באשטאנדטייל, פרוביר עס נישט אויס).
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר המייסד ר' קרעמער שיחיו עמו"ש
ניין כ'בין נישט געפארען קיין כינע טרינקען זייער מילך, כ'וועל שוין אויסווארטען דעם גואל צדק אונז טראגן טרינקען פון דעם ארץ זבת חלב ודבש
היצט אויף דיין שאלה ווי איך בין אנטרינען,
איי ווי איך האב שוין געווארט איינער זאך מיך שוין פרעגן די שאלה, איך האב מיך דא אריינגעזעצט נישט לאנג צירוק ווי א ברייטער מחותן, אנגעהויבן שרייבן תגובות, מאכען אשכולות, געלאזט הערן מיין מיינונג, אנגענומען אייער מיינונג, און אמאל דיסעגריט מיט אייך, אזוי האבן מיר געלעבט אינטער א חודש צייט (בחינת נפל) און געשריבן אין די צייט איבער 600 תגובות, געווארען אינגאנצען מקושר אינעם קרעטשמע, געטראכט פון דעם טאג און נאכט, א בחינה פון בשבתך בביתך ובלכתך בדרך (ובאפיס) ובשכבך ובקימך, געווארן אינגאנצען דבוק ומקושר, און אפילו אנגעהויבן טראכטן איך וועל אפשר אמאל נאך דארפן טערעפי פאר דע עדיקשען,
למעשה, האט זיך געמאכט אז בין איך אפאר טעג נישט אריינגעקומען, צום סוף ענדליך אנקומענדיג האב איך שנעל אנגעפאנגען קיקען ווער עס האט זיך געבענט נאך מיך, און וואס מיינסטי, דער משול פון דעם חרס הנשבר און דער ציץ נובל .... וכחלום יעיף איז געווארען ביי מיר דער נמשל, קיינער האט אפילו נישט געוויסט אז איך האב אמאל עגזעסטירט, זיך נישט געבענקט, און נישט געדענקט, און אויב דאס איז נישט גינוג געווען האב איך אזוי בליקענדיג און דעם אשכול פון די געשעענישען פון תשס"ח געזעהן ווי איינער ברענגט ארויס די געשעענישען פון די נייע ידידים דא, אבער...!!! פון יעיקעלע האט קיינער נישט גערעט, און אוודאי נישט געמאכט קיין עסק.
שוין איך האב געזעהן אז פון הימל האט מען מיר געשיקט נעטראלע פילן פאר מיין עדיקשן און כ'האב אנגעהויבן קימען נאר אמאל אמאל, כאפן א בליק, זעהן א גיט ווארט, א גיטע דערהער, אן זיך לאזען הערן, און זייער זעלטן אריינפארפען עפעס א ווארט, דא און דארט, כאפען א שנאפס, און פארלאזען דעם זאל.
און צום שלוס ר' קרעמער ווי האלסטי מיט קידוש לבנה???

כבוד ידידי מיט די ריינע אויגן
לויט מיין זכרון איז דער מונקאטשער אויך געווען עפעס און די געשיכטע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעקעלע;

צו ערשט אנטשולדיגט פארן נישט אריינלייגן דיין ניק אין די געשעענישן פון יאר, צווייטנס וויל איך מיך פארענטפערן - און די גאנצע קרעטשמע - אויף דעם וואס מען האט נישט געוויינט ווען דו ביסט אוועק אויף א שטיקל וואקאציע.

ווי איר ווייסט אודאי, פארמאגן מיר היינט גאר אסאך מעמבער'ס, אז עס קען פארנעמען צופיל צייט צו מאכן זוכענישן נאך יעדן וואס גייט ארויס א וואך-צוויי זיך אפדעכן אביסל... אין אמת'ן אריין: איך בין געווען היבש באזארגט איבער דיר, קוים אריינגעקומען און שוין ארויסגעשפרינגן, אבער איך האב זיך פארלאזט אויף די נאטור פון די קרעטשמע, די גוטע אינהאלט דערפון, און די חק אשכול דיינער, אז דאס וועט דיך שוין צוריקשלעפן --- וכן הוה.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי ר' קרעמער הי"ו
עס איז זייער אנגעצויגן די צייט, אוויא ביי איטליכע דא עיו"כ, אבער פאר דיין ענפער איז כדאי אריינסיינען און דיר געבעבן א דאנק, און לויפן ווייטער מיט די מצוות היום,

כל טוב, א גמר חתימה טובה און מ'זאל זוכה זיין להפקד בדבר ישועה ורחמים,
שנה טובה ומתיקה, ושנת גאולה וישועה
יעיקל

(און ווי האלסטי מיט קידוש לבנה???)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:ווייסט איר וועלכע יאר חודש תשרי איז נישט געווען א לבנה ממש ביזן לעצטן זמן?

תשל"ח
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קרעמער האט געשריבן:יעקעלע;

צו ערשט אנטשולדיגט פארן נישט אריינלייגן דיין ניק אין די געשעענישן פון יאר,

און וואס איז מיט מיר??? :oops: :-( :cry:

על אלה אני בוכי'... אני בוכי'....
עיני עיני עיני עיני עיני, יורדה מאיאיאים, כי רחק רחק ממני, קרעמער מזכיר נפשי....




עניוועיס, א זיס יאר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט איז שוין נאך יום כיפור, איר האט מיר אלע האפנטליך מוחל געווען למפרע ביי תפילה זכה פארן נישט אריינשטעלן אייער ניק ביי די געשעענישן פון יאר.

קידוש לבנה האבן מיר געמאכט צווישן מעריב און הבדלה היינט נאכט.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קרעמער, מ'זאגט ביי תפלה זכה עפעס אזוי: חוץ מי שיאמר... והוא ימחול לי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחחחח
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

1) יא.
2) יא.
3) ניין.
4) כ'דענק נישט.
5) כ'דענק נישט צו דירעקט נישט, אבער כ'דענק אז געווענליך בינעך מחדש מוצאי ת"ב.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי היקר המייסד ר' קרעמער שיחיו עמו"ש
ניין כ'בין נישט געפארען קיין כינע טרינקען זייער מילך, כ'וועל שוין אויסווארטען דעם גואל צדק אונז טראגן טרינקען פון דעם ארץ זבת חלב ודבש
היצט אויף דיין שאלה ווי איך בין אנטרינען,
איי ווי איך האב שוין געווארט איינער זאך מיך שוין פרעגן די שאלה, איך האב מיך דא אריינגעזעצט נישט לאנג צירוק ווי א ברייטער מחותן, אנגעהויבן שרייבן תגובות, מאכען אשכולות, געלאזט הערן מיין מיינונג, אנגענומען אייער מיינונג, און אמאל דיסעגריט מיט אייך, אזוי האבן מיר געלעבט אינטער א חודש צייט (בחינת נפל) און געשריבן אין די צייט איבער 600 תגובות, געווארען אינגאנצען מקושר אינעם קרעטשמע, געטראכט פון דעם טאג און נאכט, א בחינה פון בשבתך בביתך ובלכתך בדרך (ובאפיס) ובשכבך ובקימך, געווארן אינגאנצען דבוק ומקושר, און אפילו אנגעהויבן טראכטן איך וועל אפשר אמאל נאך דארפן טערעפי פאר דע עדיקשען,
למעשה, האט זיך געמאכט אז בין איך אפאר טעג נישט אריינגעקומען, צום סוף ענדליך אנקומענדיג האב איך שנעל אנגעפאנגען קיקען ווער עס האט זיך געבענט נאך מיך, און וואס מיינסטי, דער משול פון דעם חרס הנשבר און דער ציץ נובל .... וכחלום יעיף איז געווארען ביי מיר דער נמשל, קיינער האט אפילו נישט געוויסט אז איך האב אמאל עגזעסטירט, זיך נישט געבענקט, און נישט געדענקט, און אויב דאס איז נישט גינוג געווען האב איך אזוי בליקענדיג און דעם אשכול פון די געשעענישען פון תשס"ח געזעהן ווי איינער ברענגט ארויס די געשעענישען פון די נייע ידידים דא, אבער...!!! פון יעיקעלע האט קיינער נישט גערעט, און אוודאי נישט געמאכט קיין עסק.
שוין איך האב געזעהן אז פון הימל האט מען מיר געשיקט נעטראלע פילן פאר מיין עדיקשן און כ'האב אנגעהויבן קימען נאר אמאל אמאל, כאפן א בליק, זעהן א גיט ווארט, א גיטע דערהער, אן זיך לאזען הערן, און זייער זעלטן אריינפארפען עפעס א ווארט, דא און דארט, כאפען א שנאפס, און פארלאזען דעם זאל.
און צום שלוס ר' קרעמער ווי האלסטי מיט קידוש לבנה???

כבוד ידידי מיט די ריינע אויגן
לויט מיין זכרון איז דער מונקאטשער אויך געווען עפעס און די געשיכטע




די פילן ארבייטן זייער גוט קוקט אויס!!!

מיר בענקן זיך אבער יא נאך אייך!!!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אגיטן חודש
מחדש געווען נעכטן נאכט, הגם ס'געווען אשטיקל זידיטשוב'ע לבנה
איז פארט א שטארקע ענין מוצאי שב"ק, און ס'איז שוין היבש שפעט אין חודש

כבוד ידידי ר' חיים חייקל שי'
דיינע הערות איז מיר געפאלען.... ביידע...
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יא, אויך מחדש געווען נעכטן ביינאכט מאצע שאבעס לך.

נאך מעריב איז נישט געווען קיין לבנה, אבער שפעטער בין איך געגאנגען צו א וואך נאכט, און פונקט איז ר' לבנה ארויסגעקומען פאר א פאר מינוט, און דערוילעם דארט האצעך געשטעלט קידוש מאכן אויפנעם, האבעך זעך מיט געכאפט
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יא ביי אונז איז אויך נישט געווען גלייך נאך מעריב אבער (איך האב ארויסגענומען מיין פארטשיילע....) ביז אפאר מינוט איז עס אפירגעקראכען, שפעטער בין איך געזזעצען ביי א מלוה מלכה און איינער איז אריינגעקומען מיט א שמחה אז די לבנה האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט, די עולם איז ארויסגעלאפען מיט איין אטעם (איך האב געקענט עסען אפאר מינוט מיט א גיטע אפעטיט)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

וועלקום בעק! מורה מורינו הרב רבי יעקעלע שליט"א :grin:

ביינאונז אינאמעריקע (מיט'ן עבד מלך) זאגט מען איטס סאן גוד טו סי יא!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:יא ביי אונז איז אויך נישט געווען גלייך נאך מעריב אבער (איך האב ארויסגענומען מיין פארטשיילע....) ביז אפאר מינוט איז עס אפירגעקראכען, שפעטער בין איך געזזעצען ביי א מלוה מלכה און איינער איז אריינגעקומען מיט א שמחה אז די לבנה האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט, די עולם איז ארויסגעלאפען מיט איין אטעם (איך האב געקענט עסען אפאר מינוט מיט א גיטע אפעטיט)


יעקעלע יעצט ווייס איך שוין די האסט אויפגעגעסן מיין גאנצע סמאק פיש ווען איך בין געגאנגען מאכען קידוש לבנה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

שלום עליכם רעב יאנקעלע!!!! מיר האבן זיך געבענקלט!!!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביי אונז האט מען געמאכט קידוש לבנה ברוב עם תיכף נאך אבות ובנים.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

היינט נאכט געטאנצט נאכאמאל טובים מאורות מיט אפאר יודן וואס האבן אריינגעכאפט קידוש לבנה
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קען מען דען נישט טאנצן אז ערעב יעקעלע איז צעריק?
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

נישט סתם טאנצן נאר מיט אלע כוחות
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און זינען האבען ביי כשם שאני רוקד...
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”