מחשב האט געשריבן:אויך האב איך איינגערינגלט איז כ'קען נאר שאך פון חדר, און די אלע קאודס וואס דער עולם נוצט דא איז מיר נישט באקאנט, און ווען איינער זאל מיר דאס מסביר זיין, וואלט געווען גאר פיין.
די מערסט אנגענומענע וועג צו רעקארדירן שריט אין א שאך שפיל איז דורך שרייבן לויט דעם סדר: די שטיקל וואס ווערט גערוקט, די שורה (File - A to H) צו וואו עס ווערט גערוקט, און די רייע (Rank - 1 to 8) צו וואו עס ווערט גערוקט.
די שטיקלעך ווערן אידענטיפיצירט לויט די ר"ת ווי פאלגענד:
K - King (שאך)
Q - Queen (שעכן)
R - Rook (טורעם)
B - Bishop (לויפער)
N - Knight (פערדל)
צום ביישפיל Ra1 מיינט אז די טורעם גייט צו A1.
אין פעלער וואס עס קען מיינען אויך א אנדערע שטיקל לייגט מען צו א בוכשטאב אדער א נומבער, צום ביישפיל Ncb3 מיינט אז די פערדל פון די C שורה גייט צו b3. אדער, R1a2 מיינט אז די טורעם פון די ערשטע רייע גייט צו a2.
מען באנוצט זיך נישט מיט א P פאר Pawn (פאנדל), דעריבער וועט a4 מיינען אז די פאנדל גייט צו a4.
אויב די שטיקל האקט א אנדערע שטיקל מיט זיין גאנג לייגט מען אריין א X פאר די קעסטל צו וואו עס גייט. צום ביישפיל, Qxa1 מיינט אז די שעכן האקט די שטיקל פון a1.
ווען א פאנדל האקט נוצט מען די שורה פון וואו עס קומט אנשטאט די ר"ת פון די שטיקל, און מען מעג אויסלאזן די רייע אויב עס קען נאר האבן איין באדייט. צום ביישפיל, exd5 אדער exd מיינט אז די פאנדל פון E האקט די שטיקל אויף D.
ווען א גאנג מאכט א שאך לייגט מען צו א + נאך די גאנג (Qb4+)
ווען א גאנג מאכט א שאך מאט לייגט מען צו א # נאך די גאנג (Qb4#)
milech fried האט געשריבן:find the best move for black
https://www.dropbox.com/s/co1omwsmusrvu ... k.JPG?dl=0
1.Rdxf2 Qe1
2.Qxg2#
ווייל אויב נישט 1...Qe1
2.R2f1#
or...
1...Qxg5+ אדער עפעס ענליך, אנצוהאלטן א שאך אויף שווארץ ביז... פון דארט פארליר איך שוין חשבון...
קען זיין אז איך האב זיך אומזיסט געמוטשעט און די ענטפער איז טאקע אזוי הרב מחשב און ר' גרשון
נו ר' מיילעך??