שמחת חיים, וויאזוי באקומט מען דאס?!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

שמחת חיים, וויאזוי באקומט מען דאס?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בס"ד
אין אן אנדערע אשכול האט אונזער טייערער snax ארויף געברענגט א וויכטיגע נושא, וואס האט ארויס גערופען גרויס אינטרעסע ביים עולם. האב איך געטראכט גם אני אענה את חלקי, אבער היות איך וויל מיך האלטען צו א געוויסע גאנג אין די ענינים האב איך געקלערט איך וועל עפענען א באזונדערע אשכול.

דער עולם ווערט געבעטן צו מגיב זיין, ברבים אדער אין אישי, ווייל אין אזעלכע ענינים וואס זענען סמוי מן העין, קען א כח הציבור אויפטוען גדולות ונצורות, וואס א יחיד קען נישט.

איך וועל ציטירען וואס כ'האב געשריבן אין די פריערדיגע אשכול און איך וועל גיין ווייטער.
האנטעך האט געשריבען:
בדרך כלל די מענטשן וואס איך האב געטראפן אז ס'פעלט זיי שמחת חיים זענען מענטשן וואס זענען אויסגעשפילטע מענטשן, דהיינו אז זיי האלטען אויף א געוויסע זאך, אז ווער ס'האט דאס, ער איז אנגעקומען, למשל געלט, גוטע קינדער, שלום בית, קענען לערנען וכדומה. און ער איז נישט אנגעקומען דארט. יעצט זענען דא צוויי מיני מענטשן:

עס איז דא מענטשן וואס האלטען, אז זיי בעצם וואלטען ווען געקענט צוקומען צו דעם, נאר וועגן דאס און דאס, קענען זיי פשוט נישט... די זענען אנגעווייטאגט.

נאכדעם זענען דא אנדערע, וואס זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען אז זיי קענען ערגעץ אנקומען, ממילא האבן זיי אפילו נישט פרובירט, נאר אוועק געלאפן פון זיך אלע יארען, און פרובירט זיך נישט צו טרעפן מיט זיך אליינס, וואס דעמאלס מיינט עס זיך טרעפן מיט זיין דורכפאל.., און וועגן דעם ווייל ער לעבט נישט מחובר מיט זיך אליינס, אטאמאטיש ווערט ער פארוועלקט און אנגעזעצט..


איך וועל מער מסביר זיין מיינע ווערטער.

דער אייבערשטער האט געגעבן כחות פאר א מענטש און ער דארף דאס נוצען אויף די ריכטיגע וועג. אויב ער נוצט עס נישט אויף די ריכטיגע וועג ווערט פראבלעמען.

נאר עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי דער מענטש נוצט עס נישט ריכטיג, און לויט דעם ווערן די צוויי סארט יסודות'דיגע פראבלעמען.
איינס. אז דער מענטש פארשטיקט נישט זיין געפיל, נאר ער ארבעט שווער אויף א נישט ריכטיגע אופן, די מענטשן ווערן ביטערלעך אנגעווייטאגט און אנגעזעצט, טראכטן א גאנצען טאג פון זיך וכו'.
אנדערע מענטשן מאכן שלום מיט זייער מצב, און זיי פארשטיקען די געפילען, זיי אנטלויפן פון זיך א גאנצען טאג, די מענטשן ווערן צוביסלעך פארוועלקט און זייערע געפילען קומען ארויס אין א אנדערע וועג, דהיינו דיפרעסיע, אדער אנדערע דיסארדערס ווי או סי די וכדומה און אפילו ביז פיזישע וויטאגען.

ווי דער בעש"ט האט אונז אויסגעלערנט א כלל, אז "מ'קען נישט פארשטיקען קיין געפילען", מדארף זיי נוצען אויף די ריכטיגע אופן.

מ'קען צושטעלן אסאך דוגמאות אויף די צוויי וועגן. למשל ווען איינער האט נישט קיין שלום בית געהעריג, איז דא צוויי מיני פראבלעמען, איינס אז מ'לעבט נישט ריכטיג און וועגן דעם ווערט מחלוקת און ווייטאגען.

די אנדערע אז איין צד מאכט אפ אז איך זעה שוין די מצב.. און ער\ זי אנטלויפט און ווערט ביזי מיט הונדערט אנדערע זאכן, און די אנדערע צד שרייט איך האב נישט קיין מאן/ווייב, אסאך מאל שרייט מען אן ווערטער, און אסאך מאל שרייט מען אויף אנדערע זאכן, ווייל מ'כאפט נישט אליין'ס, וואס ליגט אונטער די פארשטיקטע געפילען.

יעצט איז נישט די עצה צו מסדר זיין די פראבלעמען, נאר מ'דארף אריין קריכען אין די יסוד, און כאפן ווי איז די טעות זייערע אין די אפטייטש אין שלום בית, און יענץ מסדר זיין ריכטיג אטאמאטיש וועלן די פראבלעמען פארשוואונדען.

נאך אסאך דוגמאות איז דא. למשל אין לערנען, געוויסע מענטשן האבן שוין אפגעמאכט אין ישיבה, שוין ביי די פופצען יאר, אז לערנען איז נישט פאר זיי, מחמת געוויסע טעותים, צו ווייל זיי האבן פארשטאנען אז תורה מיינט לומדות וכדומה,

יעצט זענען דא צוויי מיני מענטשן, מאנכע מ'קען זאגען די רוב, מאכען אפ אז תורה איז נישט פאר מיר, און מ'אנטלויפט פון די נושא, און מ'ווערט פארהאקט, און ווען מ'טרעפט זיך אן אין איינער וואס לערנט, אדער אין אן עדווערטייזמענט אויף די אלע נייע שיעורים וואס זענען דא, ווערט מען אויס מענטש, ביז מ'איז מצליח ווייטער צו אנטלויפען.

און אנדערע ווערן פארדרייט מכח זה, צו זיי ווערן למדנים אפילו ס'איז נישט פאר זיי, און זיי פארלירען צוביסלעך זייער חשק צו לערנען.. אנדערע הערן נישט אויף צו רעדן פון זייער לעכטיגע פארגאנגענהייט, אז בעצם וואלטען זיי ווען אייביג געבליבען ביים לערנען ווען נישט.. פרנסה.. וכדומה.

אבער ווען מ'וואלט געקענט אריין קריכען אין די יסוד, און טוישן די הסתכלות אויף תורה, קען זיין אז די ביידע יודען וואלטען געלערנט בהתמדה אין יעדע פרייע מינוט. חק לישראל, אדער משניות, אדער נ"ך און אפילו גמרא רש"י ותוספות, אבער אויף א ריכטיגע מהלך.

אויב איינער וויל נאך דוגמאות, אדער נאך הסבר, אדער ער האלט אז איך בין נישט גערעכט זאל ער מיר ביטע שרייבען דא אדער אין אישי.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5560
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שרייבסט הערליך. נו א לייזונג האסטו אויך?
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דער מענטש האט אין זיך דריי הויפט כוחות, און נאר ווען זיי פונקציאנירען ריכטיג, האט דער מענטש שמחת חיים. עס איז דא מענטשן וואס לויט זייער טבע, דארפן זיך באנוצען מיט איין כח, מער ווי מיט די אנדערע.

דאס זענען די "מחשבה". דהיינו לערנען און פארשטיין. "געפילען", א ריכטיגע קשר מיט די משפחה, דעם באשעפער דאס נעמט אריין אין זיך אמונה און בטחון און תפילה, און מיט זיך אליינס דהיינו וויסען וואס ער דארף טוען אויף דער וועלט, לויט זיין מדרגה און עס טאקע טוען מיט שמחה. און "מעשה" דהיינו פשוט פיזיש האבען א גוטע דזשאב, וואס קען אים ברענגען פרנסה, און אויפטאן עפעס אויף דער וועלט.

יעצט רוב מאל ווערט א מענטש פארדרייט מיט איינע פון די זאכן, ווי כ'האב אויבן געשריבען, און ווען ער וועט פארשטיין ריכטיג ווי זיין פלאץ איז און וואס ער דארף טאן וועט ער לעבן.

ווייל די לעבן און די שמחת חיים ליגט אין די הוה, נישט אין די עבר אדער אין די עתיד. ווייל שמחה איז אין די הארץ, און די הארץ שפירט נאר דעם הוה. טראכטען פון עבר אדער עתיד איז מיט דעם מוח, און די מוח איז נישט פריילעך, ווייל א מוח פארשטייט אבער ער שפירט נישט קיין געפיל.

יעצט אויב א מענטש איז ביזי מיט די עבר ועתיד, דאן בלאקט די מוח אויף די געפילען פון די הארץ און לאזט אים נישט פונקציאנירען געהעריג דעמאלס פאנגט זיך אן די פראבלעמען.
און כש"כ ווען די מענטש אנטלויפט בכלל פון זיינע געפילען און די מוח פארקלאפט אינגאנצען די הארץ, דאן ווערט ר מורא'דיגע בעקפייער פון די געפילען אין די הארץ און דאס ברענגט אלע פראבלעמען, אז דער מענטש פילט אז ער לעבט בכלל נישט.

וועגן דעם ווען א מענטש טרעפט אין זיך אז ער איז אנגעזעצט זאל ער זיך בודק זיין וויאזוי ער נוצט זיינע דריי כחות און צו ער בלאקט נישט איינס פון זיי, און בדרך כלל ווען אלע וועלן פונקציאנירען געהעריג דאן וועט ער לעבן מיט א שמחת חיים.

אמאל קען זיין אז ווייל ער ווייסט נישט ווי ער האט בכלל א חלק אין עבודת השם, ממילא איז ער נישט מחובר צו רוחניות, און ממילא ווערט ער אנגעזעצט, דאס מיינט אז זיין חלק הלב איז געבלאקט, (און אמאל אויך זיין איבריגע חלקים) אזא מענטש דארף טרעפן א מורה דרך וואס זאל אים ווייזען ווי אזוי ער קען אויך האבן א חלק אין רוחניות לויט זיין מדרגה.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

האנטעך האט געשריבן:דער מענטש האט אין זיך דריי הויפט כוחות, און נאר ווען זיי פונקציאנירען ריכטיג, האט דער מענטש שמחת חיים. עס איז דא מענטשן וואס לויט זייער טבע, דארפן זיך באנוצען מיט איין כח, מער ווי מיט די אנדערע.

דאס זענען די "מחשבה". דהיינו לערנען און פארשטיין. "געפילען", א ריכטיגע קשר מיט די משפחה, דעם באשעפער דאס נעמט אריין אין זיך אמונה און בטחון און תפילה, און מיט זיך אליינס דהיינו וויסען וואס ער דארף טוען אויף דער וועלט, לויט זיין מדרגה און עס טאקע טוען מיט שמחה. און "מעשה" דהיינו פשוט פיזיש האבען א גוטע דזשאב, וואס קען אים ברענגען פרנסה, און אויפטאן עפעס אויף דער וועלט.

יעצט רוב מאל ווערט א מענטש פארדרייט מיט איינע פון די זאכן, ווי כ'האב אויבן געשריבען, און ווען ער וועט פארשטיין ריכטיג ווי זיין פלאץ איז און וואס ער דארף טאן וועט ער לעבן.

ווייל די לעבן און די שמחת חיים ליגט אין די הוה, נישט אין די עבר אדער אין די עתיד. ווייל שמחה איז אין די הארץ, און די הארץ שפירט נאר דעם הוה. טראכטען פון עבר אדער עתיד איז מיט דעם מוח, און די מוח איז נישט פריילעך, ווייל א מוח פארשטייט אבער ער שפירט נישט קיין געפיל.

יעצט אויב א מענטש איז ביזי מיט די עבר ועתיד, דאן בלאקט די מוח אויף די געפילען פון די הארץ און לאזט אים נישט פונקציאנירען געהעריג דעמאלס פאנגט זיך אן די פראבלעמען.
און כש"כ ווען די מענטש אנטלויפט בכלל פון זיינע געפילען און די מוח פארקלאפט אינגאנצען די הארץ, דאן ווערט ר מורא'דיגע בעקפייער פון די געפילען אין די הארץ און דאס ברענגט אלע פראבלעמען, אז דער מענטש פילט אז ער לעבט בכלל נישט.

וועגן דעם ווען א מענטש טרעפט אין זיך אז ער איז אנגעזעצט זאל ער זיך בודק זיין וויאזוי ער נוצט זיינע דריי כחות און צו ער בלאקט נישט איינס פון זיי, און בדרך כלל ווען אלע וועלן פונקציאנירען געהעריג דאן וועט ער לעבן מיט א שמחת חיים.

אמאל קען זיין אז ווייל ער ווייסט נישט ווי ער האט בכלל א חלק אין עבודת השם, ממילא איז ער נישט מחובר צו רוחניות, און ממילא ווערט ער אנגעזעצט, דאס מיינט אז זיין חלק הלב איז געבלאקט, (און אמאל אויך זיין איבריגע חלקים) אזא מענטש דארף טרעפן א מורה דרך וואס זאל אים ווייזען ווי אזוי ער קען אויך האבן א חלק אין רוחניות לויט זיין מדרגה.


האנטוך, שפתיים ישק!
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

מתבונן האט געשריבן:האנטוך, שפתיים ישק!
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

א גרויסע סיבה פארוואס עס קומט אז מיר פילען נישט אז אונז האבען א פלאץ אין רוחניות איז, ווייל מיר זענען צוגעוואוינט צו חינוך ברבים. דאס מיינט אז אייביג איז געווען א גאנצע כיתה וואס האט געלערנט צוזאמען, און די בליק איז אייביג געווען ווי איז מיין שטאנד צווישן דעם רבים, איך בין א מצויין, א בנוני, אדער א שוואכער..

ווי אויך, כלל ישראל האט גענוג צדיקים פון וועמען צו רעדן, ממילא קומט נישט אויס צו רעדן פון חשובע בעלי בתים, מ'קען דורך גיין די היסטאריע פון דורות, און מ'קען זעהן אז פון זייער אסאך יודען, פון וועם מ'וואלט געקענט זיך אסאך אויס לערנען, ווי אזוי צו זיין א פשוטע ערליכע יוד, וואס לערנט און דאווענט און דינט דעם אייבערשטן, האט מען פארגעסען, ווייל זיי זענען געשטעלט געווארען אין שאטען דורך די צדיקים וקדושים.

פון דעם קען זיך מאכן א טעות, אז ווען מ'טראכט פון יודישקייט, קומט אטאמאטיש ארויף די שאלה, ווי איז מיין ארט אין די גרויסער מאפע וואס ווערט אנגערופען כלל ישראל. און דעמאלס אויב מיין ארט איז א קליינע, ווערט עס בטל, נישט נאר אין ששים נאר אין תתק"ס.

א יוד קען אמאל טראכטען, אז אפילו אין גן עדן וועט מען אים נישט אנמערקען, צווישן אלע צדיקים וקדושים וואס וועלן דארט זיין. מ'קען זיך פארשטעלן, אז מיר וועלן זיך שטופן צוזאמען, מיט נאך מיליאנען יודען אויף די פארענטשעס ארום די צדיקים וקדושים. און גארנישט האבען קיין געהעריגע אייגענע גן עדן...

און וועגן דעם ווערט א מענטש אינגענצען מיואש, ווייל ער גלייבט נישט, אז ער אזוי ווי ער
איז, האט א תפקיד, וואס דאס האבן די גרויסע צדיקים נישט געקענט טאן.

אבער דאס איז א גרויסע טעות! ווי די חסידישע ספרים לערנען אונז אויס. איך וועל פרובירען צו מסביר זיין מיינע ווערטער אין א קומנדיגע תגובה אי"ה.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

געוואלדיג
אוועטאר
מזויף מתוכו
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 18, 2014 3:56 pm
לאקאציע: דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזויף מתוכו »

snax האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:האנטוך, שפתיים ישק!
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

האנטעך, שטארק שטארק, דיין שפראך איז קריסטאל קלאר, אונז לעכצן צו הערן נאך.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

די משנה זאגט אין מסכת סנהדרין פ"ד מ"ה לפיכך נברא האדם יחידי כו' שכל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא כו' ומלך מלכי המלכים טבע כל אדם בחותמו של אדם הראשון ואין אחד מהן דומה לחבירו, לפיכך חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם.

וועגן דעם איז דער מענטש באשאפען געווארען אליינס, כדי צו לערנען אז דער ואס ראטעוועט א מענטש כאילו ער האט געראטעוועט די גאנצע וועלט, און דער אייבערשטער האט יעדעם באשאפען מיט די צורה פון אדם, אבער קיינער ענדעלט נישט אין דעם אנדערן, וועגן דעם דארף יעדער איינער זאגען וועגן מיר איז באשאפען געווארן די וועלט!

וואס הייסט דאס אז יעדער איז אן עולם מלא? און וואס הייסט אז יעדער דארף זאגען וועגן אים איז באשאפען געווארען די וועלט? אזוי ווי אלע קינדער ווילען זיין דער ערשטער, זאגן די עלטערן אקעי יעדער איז די ערשטע! למעשה וועגן וועם איז באשאפען געווארען די וועלט?

כדי צו פארשטיין ריכטיג די נושא, לאמיר אנפאנגען צו רעדן קודם ביי צדיקים, וואס דארט איז עס גרינגער צו פארשטיין, און נאכדעם וועלן מיר אראפ קומען צו אונזער דרגה פשוטע מענטשן.

לאמיר נעמען א צדיק פאר א דוגמא. למשל דער רמב"ם, בעצם ווען מ'וועט אים באטראכטען מיט א כללית'דיגע בליק מצד כלל ישראל, איז ער גאנץ א קליינע חלק. ווייל ס"ה וואס האט ער געטאן? ער האט געמאכט א ליקוט ספר פון די הלכות פון די גמרא, און ווען נישט די אלע תנאים ואמוראים וואלט ער גארנישט געווען. אבער ווען מ'וועט אים נעמען באזונדער איז ער אן עולם מלא! זיין צוגאנג צו די גמרא, און זיין צוגאנג צו פסק, און פילאזאפיע און אמונה, און פון זיין צדקות און יראה און אהבה איז דאך אפגערעדט אז מיר האבן נישט קיין השגה בכלל.

עס ווערט נאכגעברענגט פון זוהר אז יעדע צדיק האט אין הימל זיין מתיבתא וואס מ'לערנט דארט זיין תורה. עס איז דא א מעשה, אז איינמאל האט איינער געפרעגט דעם סאטמארען רבין ז"ל, פארוואס עס איז נישט אנגענומען די פסקים פונעם הייליגען קאמארנער זי"ע, האט ער גענטפערט אז אין די עולם וואס דער קאמארנער האט געלעבט, איז הלכה כמותו. פשוט מיינט עס העכערע זאכן, אבער לענ"ד איז דא אין דעם א פשטות, ווען איינער לערנט די ספרים פון דעם הייליגען קאמארנער, זעהט ער אז ס'נישט סתם ספרים נאר סאיז אן עולם מלא, דארט איז דא דעם קאמארנערס צוגאנג צו יעדן ענין, און מ'קען פארשטיין אז אין די וועלט איז די הלכה אזוי, אבער ווען דו וועסט נעמען א צווייטען גדול'ס וועלט, וועסטו פארשטיין אז די הלכה דארט איז נישט ווי דער קאמארנער.

דהיינו אלע צדיקים האבן געדאווענט און געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן, אבער ווען דו וועסט אריין גיין איז זיין וועלט, וועסטו טרעפן זיין בליק אויפן לעבן, וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל וכ'. קומט אויס אז די חילוק פון איין צדיק און צווייטען, איז נישט נאר וועלכע דרגה ער שטייט, נאר אין די גאנצע געבוי פון זיין וועלט, איז דא א חילוק פון איין צדיק און דער אנדערער.

ס'באקאנט א כלל פון אריה"ק אז אלעס וואס דו טרעפסט אין דעם כלל איז דא אין יעדע פרט. אזוי ווי די שטיינער פון בארג סיני, וויפיל דו וועסט עס צוברעכן וועסטו טרעפן א סנה אויף יעדע שטיקל. דער אייבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע מענטש האט זיך א באזונדערע וועלט, וואס האט אין זיך אלע דרגות וואס זענען דא, נאר יעדער האט עס אויף א אנדערע לעוועל, און אויף אן אנדערע אויסשטעל, וואס זאל זיין ביי אים די יסוד און די עיקר, און וואס זאל זיין נאר א טפל. (כ'האף צו מסביר זיין שפעטער בעסער די נקודה).

און דאס מיינט יעדער איז אן עולם מלא, יעדער האט זיך זיין וועלט, און דארט אין יענע וועלט ליגט שוין אלעס, וואס ער דארף האבן, און זיין וועלט איז באשאפען געווארען נאר פאר אים! בשבילי נברא העולם, און די וועג וויאזוי מ'לעבט דארט, איז פונקטליך לויט זיין תכונת הנפש, ווייל ער דארף צושטעלן זיין אייגענע וועלט, אז ס'זאל דארט נתגלה ווערן כבוד שמים. און אין גן עדן וועט ער אויך זיין אין זיין מתיבתא דרקיע, און לערנען זיין תורה, און נהנה זיין מזיו השכינה לויט זיין אופן.

די עולם הבא איז אויך דיזיינט יעדעם לויט זיין תכונת הנפש. דער הייליגער ר"ר אהרן קארלינער זי"ע האט אמאל געזאגט, ווער עס האט עולם הזה וועט האבן אויך עולם הבא, און ווער נישט נישט! דהיינו וואס מ'גרייט זיך אן אונטען האט מען אויבן, און ווען א מענטש לעבט לויט זיינע תכונת הנפש, און ווען ער וויל זיך פארבעסערן קוקט ער נישט ארויס אינדרויסן צו זוכן דעם וועג נאר ער קוקט אריין אין זיך אינעווייניג גוט און ער טרעפט דארט זיין תכונת הנפש און זיין חלק העבודה, אזא מענטש האט תענוגי עולם הזה כפשוטו, והקרן קיימת לו לעולם הבא.

דער חובת הלבבות שרייבט אז ווען א מענטש וויל וויסען וועלכע דזשאב צו נעמען, זאל ער קוקן וואס ער האט ליב צו טאן, און דאס זאל ער טאן, ווייל אזוי ווי ביי בעלי חיים האט דער אייבערשטער באשאפן זייערע תכונת הנפש לויט זייער שפייז וואס זיי שפייזען זיך, די זעלבע ביי דעם מענטש האט דער אייבערשטער באשאפן זייער תכונת הנפש לויט זייער תפקיד וואס זיי דארפן טאן. וועגן דעם האט דער אייבערשטער באשאפען די שווארצע מיט ווייניגער שכל און מער כח, ווייל זייער תפקיד איז צו זיין עבדים, וועגן דעם האט דער אייבערשטער זיי אזוי באשאפען אויף פיזישע ארבעט, משא"כ יודען זענען באשאפן צו מער רוחניות'דיגע ארבעט, וועגן דעם זענען זייערע פנימיות'דיגע חושים מער אויסגעשארפט.

די זעלבע זאך טרעפן מיר אין די גמרא אין אדם לומד אלא מה שליבו חפץ, און די זעלבע זאך ווערט געברענגט פון אריה"ק אז די חלק תורה וואס ציעט פאר א מענטש צו לערנען דאס איז זיין תיקון, אדער אנדערע מצוות עשה וואס ציעט אים צו טאן איז זיין תיקון, און די זעלבע פארקערט וועלכע עבירה איז אים שווער זיך מתגבר זיין אויף דעם דאס איז זיין תיקון.

און די פשט פון דעם איז, ווי דער שפת אמת איז מסביר, ווייל דער אייבערשטער מתוך רחמיו וחסדיו, האט געפרעגט יעדע נברא פארען באשאפען ווערן אויב זיי ווילען זיין אויף די אופן, ווי רש"י ברענגט אין פרשת בראשית, דאס מיינט אז דער אייבערשטער האט צוגעשטעלט אז יעדע נברא זאל זיין צופרידען לויט זיינע תכונות הנפש צו די מצב וויאזוי ער געפינט זיך.

פארשטייט זיך אליינס אז אדם לעמל יולד, אלע שוועריקייטען זענען נאך אלס דא, אבער באופן כללי ווען א מענטש טוט וואס ער דארף, באקומט ער שמחת חיים, ער לעבט מיט א געשמאק. ער פילט זיך נישט ווי א פארבלאנזשעטע נשמה, נאר ווי איינער וואס פלאגט זיך פאר א תכלית.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

לתועלת הציבור האב איך צוזאמגענומען אלעס אויף א PDF
פאר קריטיק דריקט דא
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

מזויף מתוכו האט געשריבן:
snax האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:האנטוך, שפתיים ישק!
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

איינער וואס אין ישיבה איז ער נישט געווען פון די בעסטע ביים לערנען, צו ווייל ער האט נישט די בעסטע כשרונות, אדער ווייל ער קען נישט צו לאנג איינזיצען. אדער אויב איינער האט גראדע גוטע כשרונות, אבער ער האט נישט אזא גוטע כח הזכרון, ווען מ'רעדט עפעס אין לערנען, געדענקט ער עפעס פארנעפלט, אז ער האט שוין ערגעץ געלערנט וועגן דעם, ער געדענקט נאר נישט וואו...
אדער איינער איז גאר א שטארקע מעמיק אין לערנען, אבער וועגן דעם רוקט ער זיך קוים, און ער קען כמעט גארנישט אנקומען, וכדומה נאך אסאך דוגמאות.

די אלע קענען עפ"י דרך הטבע נישט אויסוואקסען קיין דיינים, אדער מגי"ש, אין אייוועלט וועלן זיי יא קענען אריין ווארפען בקיאות און חריפות דא און דארט, אבער דעטס איט...

יעצט אויב קוקט ער זיך אן מיט א כללית'דיגע בליק, מיט וואס ער איז געווען צוגעוואוינט צו קוקן אין ישיבה, וועט ער זיך גאנץ שנעל מייאש זיין, ווען ער איז געווען אין ישיבה, האט נאך געטראכט, אז ער וועט נאך עפעס אויס וואקסען, אבער מיט די צייט, פאנגט ער אן איינזעהן פונקטליך וואו ער שטייט..

בפרט אז ער דארף ארויס גיין ברענגען פרנסה און קין סאך צייט צו לערנען האט ער נישט, און ביינאכט ווען ער קומט אהיים אויסגעמוטשעט פון די ארבעט, דארף ער גיין לערנען אביסל, און שטארק זיך אנשטרענגען אז ער זאל נישט איינשלאפען.

איז ווען ער וואלט ווען געהאט גוטע כשרונות, וואלט ער כאטש הנאה געהאט פונם לערנען, אבער יעצט וואס ווילסטו שוין האבן פון מיר? פריי דיך אז איך קום בכלל אין ביהמ"ד ביינאכט.. די איבריגע איז שוין א באונעס!

אבער ווען איינער פאנגט אן צו פארשטיין די ריכטיגע בליק, וואס מיינט כל העולם כולו נברא בשבילי, פאנגט אן צו כאפן אז אויף יענע וועלט האט יעדער איינער א ספר מיט חידושים! נישט נאר די גאונים ותלמידי חכמים.

און איך וועל עס מסביר זיין.

ווייסט דאך יעדער איינער אז תורה איז די קדושה וואס שיינט אריין אין דעם מענטש, און אין די גאנצע בריאה, און דאס איז די וועג וויאזוי מיר קענען נאנט ווערן צום אייבערשטן. די שוועריקייטען צו לערנען, סיי מבחוץ די אויסגעמוטשעטקייט וכדומה, און סיי מבפנים דאס נישט פארשטיין די גמרא, דאס זענען די קליפות וואס לאזען נישט דעם מענטש פארשטיין און לערנען תורה. און ווען א מענטש איז זוכה יא צו פארשטיין די תורה, דעמאלס איז ער בייגעקומען די קליפות און מגלה געווען א מורא'דיגע לעכטיקייט אין די וועלט.

יעצט פונקטליך וועלכע שוועריקייט ער זאל האבן, צו ער זאל האבן א רע"א קשיא, מיט אויפטועכצער פון ר' חיים, אדער צו ער זאל זיך מוטשענען פשוט צו פארשטיין די גמרא רש"י, און ער זאל נעמען אן ארטסקרול צו הילף, און זיך מסדר זיין מיט א פען און פעיפער, ביז ווילאנג ער וועט פארשטיין קלאר די שטיקל גמרא. דאס ווענדט זיך אין זיין שורש נשמה, און אין זיין תיקון הנפש ולא יותר. און ווייל די גאונים וצדיקים האבן געהאט גרויסע נשמות פון מנהיגי ישראל, האבן זיי געדארפט האבן מעכטיגע קשיות און שטארקע תירוצים און אפשרייבן א ספר פאר גאנץ כלל ישראל. אזוי ווי בכלל זייער גאנצע לעבן איז געווען אויפצוהייבן כלל ישראל.

אבער מיר פשוטע מענטשן דארפן האבן פרטית'דיגע קשיות אין די גמרא, און פרטיות'דיגע תירוצים. אזוי ווי מיר האבן אונזערע פרטית'דיגע פראבלעמען און נסיונות, דורכאויס אונזער גאנצער לעבן.

אבער אויף יענע וועלט, אין "אונזער וועלט" ווערן אפגעשריבען אונזערע חידושים, אז לויט אונזער תכונת הנפש האבן אונז זיך געדארפט מוטשענען אויף די און די קשיות, און אונז האבן פארענטפערט אונזערע קשיות (מיט די הילף פון ארטסקרול) און אונז זענען בייגעקומען די קליפות וואס האבן אונז נישט געלאזט פארשטיין די הייליגע תורה!

ווען דער מענטש פארשטייט די זאך, ווערט אים פלוצלונג קלאר, פון וואו האבן די אמאליגע פארצייטישע יודען, געשעפט די חיות צו קענען לערנען, אין ביהמ"ד חק און משניות און עין יעקב, און אלע אנדער חברות וואס זענען געווען, א חברת תהילים, און א חברת משניות און חברת ש"ס, ווי יודען זענען זיך געזעצען שטילערהייט און מסיים געווען איין שורה און נאך א שורה, און געמאכט סיומים אויף תנ"ך משניות, ש"ס, און אפילו אויף ד' חלקי שו"ע, אפגערעדט פון חק און עין יעקב מיט חיי אדם..

פון ווי האבן זיי געהאט כחות אויף דעם? נאר זיי האבן געהאט אמונה! זיי האבן געגלייבט אין זייער חלק אין תורה כפשוטו. זיי האבן געוואוסט אז זיי וועלן לאו דוקא עפעס אויס וואקסען, אבער זיי האבן הנאה געהאט צו לערנען "זייער חלק" אין די תורה, אפילו זיי באקומען נישט קיין כבוד אויף די וועלט פאר דעם. אבער זיי האבן אוועק געלייגט זייערע חידושים פאר יענע וועלט, ווי דער אייבערשטער האט באשאפן עולמות מיט זייערע "חידושים" וואס זיי האבן געלערנט אין דעם עין יעקב מיט אידיש טייטש...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

ווען איך וואלט געהאט כוח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און געשריגן הויעך: האנטעך!!!!! יעדער דארף עס ליינען!
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סדר היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

לכולי עלמא דארף א מענטש האבן א נארמאלע סדר היום פון איין זייט, און אויך סיפוק פון דעם וואס ער טוט אין די צווייטע זייט. אבער וועלכע ברענגט די אנדערע?

אין דעם איז דא צוויי סארטען מענטשן, ס'דא געוויסע וואס די ערשטע זאך איז ביי זיי סדר, אלעס זאל קלאפען, דאוונט יעדן טאג מיטן זעלבען מנין, אלעס פארט ווי מיט א שווייצער זייגער, און ס'דא אנדערע וואס די עיקר איז די געפיל, דהיינו יעדן טאג איז אנדערש, קודם כל ער שטייט אויף נאר בערך די זעלבע צייט, אבער נישט פונקטליך, ווייל ס'ווענדט זיך ווען ער איז געגאנגען שלאפען און דאס איז אויך ניט פונקטליך די זעלבע צייט..

יעדע מצב לעבט ער מיט זיין גאנצע נשמה, ווען ער איז פריילעך און גוט אויפגעלייגט, פארט אלעס א מחי', אבער ווען ער איז אנגעזעצט אדער נערוועז אדער דערשראקען וכדומה, שלעפט זיך אלעס פאמעלאך.. משא"כ דער ערשטער ווייסט נישט פון קיין געפילען צו זאגען, אלעס פארט מער ווייניגער די זעלבע. און אויב עפעס געשעהט יא, נו.. איז מען דאך נישט קיין חדר יונגעל, וואס ווערט פארלוירען פון יעדע זאך! מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער...

ביידע סארטען נפשות האבן זיך מעלות מיט חסרונות, אבער די וויכטיגע זאך וואס ביידע דארפען וויסען, אז ביידע סארטען נפשות זענען נארמאל! און אויב גייט נישט עפעס, מיינט נאך נישט אז דער מענטש איז ראנג! נאר ער האט א טעכנישע פראבלעם וואס מ'דארף מסדר זיין.
דער סיסטעמאטישער מענטש ווען ער כאפט אן התעוררות, אוודאי דארף ער וויסן וואס צו טאן אויף זיך צו פארבעסערן, אבער איינמאל ער ווייסט וואס צו טאן, צו מאכן א נייע אפמאך, צו א נייע קבלה, אדער א נייער שיעור, איז אלעס מסודר. אבער דער אנדערער, קען אפמאכן טויזנט קבלות און ס'וועט זיך אנהאלטען פון תענית אסתר ביז פורים...

נאר וואס איז יא די עצה? די סארט נפשות דארפן בויען א פנימיו'דיגע שטארקייט צום אייבערשטן און תורה און מצוות, און נאר דעמאלס וועלן זיי קענען אנגיין מיט זייערע קבלות ושיעורים, און אפילו דעמאלס אויך לויט זייער תכונת הנפש.

דער בעל התניא שרייבט (כמדומה אין הלכות ת"ת?) אז קביעות עתים לתורה ביי אסאך איז נישט אין זמן נאר אין נפש, קביעה איז א לשון פון איינגעקריצט, זייער קביעה איז אין נפש ווען זיי קענען לערנען זיי, אזוי ווי דער רא"ש זאגט, אז די סיבה פארוואס מיר מאכן נאר איין מאל א טאג ברכות התורה איז, ווייל היות ווען מ'האט צייט לערנט מען, איז אלעס אינמיטען נישט קיין הפסק.

ר' יעקב מאיר שעכטר שליט"א זאגט כסדר נאך א שטיקל פון די הקדמה לספר שערי היחוד והאמונה, און ער זאגט אז בדורינו זה איז מצוה לפרסמו.

דער הייליגער ר"א סטראשעלער ז"ל שרייבט אז ער האט געהערט פון זיין רבי'ן דער בעל התניא, בשם דעם מגיד פון מעזריטש זי"ע וואס האט נאכגעזאגט פון דעם בעש"ט. אז היינט בעיקבתא דמשיחא איז אנדערש ווי אמאל. אין די פריערדיגע דורות האט יעדע יוד געוואוסט פונקטליך זיין פלאץ אין עבודת השי"ת, לויט זיין שורש נשמה. צו ער דארף לערנען, צו ער דארף עוסק זיין אין משא ומתן, אדער צו ער איז געווען פון די עמי הארצים הגמורים. אבער היינטיגע צייט קומען די נשמות אראפ צומישטערהייט! און אין יעדע נשמה געפונען זיך אלע בחינות אויסגעמישט! און וועגן דעם איז די עבודת השי"ת פון היינטיגע צייטען, אויך נישט מיט קיין סדר, אמאל קען ער זיך מתבונן זיין און אמאל נישט, און וועגן דעם דארף דער מענטש זיך תמיד בוחן זיין, און זעהן וועלכע בחינה ער קען יעצט טוען, און דאס זאל ער טאן. עכ"ל.

קומט דאך אויס א מורא'דיגע זאך, אז דער מענטש איז נישט צומישט אדער אנסעטעל"ד, נאר פשוט ער האט אין זיך א געמישעכץ פון כוחות, און ער איז בכלל נישט די מענטש וואס האט נעכטען געמאכט די קבלה, עס שטימט גארנישט פאר אים בכלל! יעצט דארף ער טוען גאר א צווייטע זאך.

פירט אויס רי"מ שליט"א: איי אויב אזוי וועט דאך דער מענטש אינגאנצען צופארען ווערן? אויב וועט ער בכלל נישט האבן קיין סדר?

נאר אויף דעם איז די עצה, זיך צו מאכן א לייכטע סדר, דהיינו א חלק פון טאג ווי למשל, ווען ער דאווענט מעריב וכדומה, "דאס דאס זאל ער נישט אוועק שטופן אין קיין שום פאל", חק ולא יעבור. דאס וועט אים געבן א געוויסע סטראקטשער פאר זיין טאג. און אין די צווישען צייטען זאל ער אומגיין לייכט, אוודאי מיט א סדר היום, אבער ס'מוז נישט קלאפען אינגאנצען אזוי ווי נעכטען.
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום דינסטאג יולי 07, 2015 5:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

האנטעך האט געשריבן:
כדי צו פארשטיין ריכטיג די נושא, לאמיר אנפאנגען צו רעדן קודם ביי צדיקים, וואס דארט איז עס גרינגער צו פארשטיין, און נאכדעם וועלן מיר אראפ קומען צו אונזער דרגה פשוטע מענטשן.

לאמיר נעמען א צדיק פאר א דוגמא. למשל דער רמב"ם, בעצם ווען מ'וועט אים באטראכטען מיט א כללית'דיגע בליק מצד כלל ישראל, איז ער גאנץ א קליינע חלק. ווייל ס"ה וואס האט ער געטאן? ער האט געמאכט א ליקוט ספר פון די הלכות פון די גמרא, און ווען נישט די אלע תנאים ואמוראים וואלט ער גארנישט געווען. אבער ווען מ'וועט אים נעמען באזונדער איז ער אן עולם מלא! זיין צוגאנג צו די גמרא, און זיין צוגאנג צו פסק, און פילאזאפיע און אמונה, און פון זיין צדקות און יראה און אהבה איז דאך אפגערעדט אז מיר האבן נישט קיין השגה בכלל.

עס ווערט נאכגעברענגט פון זוהר אז יעדע צדיק האט אין הימל זיין מתיבתא וואס מ'לערנט דארט זיין תורה. עס איז דא א מעשה, אז איינמאל האט איינער געפרעגט דעם סאטמארען רבין ז"ל, פארוואס עס איז נישט אנגענומען די פסקים פונעם הייליגען קאמארנער זי"ע, האט ער גענטפערט אז אין די עולם וואס דער קאמארנער האט געלעבט, איז הלכה כמותו. פשוט מיינט עס העכערע זאכן, אבער לענ"ד איז דא אין דעם א פשטות, ווען איינער לערנט די ספרים פון דעם הייליגען קאמארנער, זעהט ער אז ס'נישט סתם ספרים נאר סאיז אן עולם מלא, דארט איז דא דעם קאמארנערס צוגאנג צו יעדן ענין, און מ'קען פארשטיין אז אין די וועלט איז די הלכה אזוי, אבער ווען דו וועסט נעמען א צווייטען גדול'ס וועלט, וועסטו פארשטיין אז די הלכה דארט איז נישט ווי דער קאמארנער.

דהיינו אלע צדיקים האבן געדאווענט און געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן, אבער ווען דו וועסט אריין גיין איז זיין וועלט, וועסטו טרעפן זיין בליק אויפן לעבן, וואס איז די עיקר און וואס איז די טפל וכ'. קומט אויס אז די חילוק פון איין צדיק און צווייטען, איז נישט נאר וועלכע דרגה ער שטייט, נאר אין די גאנצע געבוי פון זיין וועלט, איז דא א חילוק פון איין צדיק און דער אנדערער.

ס'באקאנט א כלל פון אריה"ק אז אלעס וואס דו טרעפסט אין דעם כלל איז דא אין יעדע פרט. אזוי ווי די שטיינער פון בארג סיני, וויפיל דו וועסט עס צוברעכן וועסטו טרעפן א סנה אויף יעדע שטיקל. דער אייבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע מענטש האט זיך א באזונדערע וועלט, וואס האט אין זיך אלע דרגות וואס זענען דא, נאר יעדער האט עס אויף א אנדערע לעוועל, און אויף אן אנדערע אויסשטעל, וואס זאל זיין ביי אים די יסוד און די עיקר, און וואס זאל זיין נאר א טפל. (כ'האף צו מסביר זיין שפעטער בעסער די נקודה).

און דאס מיינט יעדער איז אן עולם מלא, יעדער האט זיך זיין וועלט, און דארט אין יענע וועלט ליגט שוין אלעס, וואס ער דארף האבן, און זיין וועלט איז באשאפען געווארען נאר פאר אים! בשבילי נברא העולם, און די וועג וויאזוי מ'לעבט דארט, איז פונקטליך לויט זיין תכונת הנפש, ווייל ער דארף צושטעלן זיין אייגענע וועלט, אז ס'זאל דארט נתגלה ווערן כבוד שמים. און אין גן עדן וועט ער אויך זיין אין זיין מתיבתא דרקיע, און לערנען זיין תורה, און נהנה זיין מזיו השכינה לויט זיין אופן.

די עולם הבא איז אויך דיזיינט יעדעם לויט זיין תכונת הנפש. דער הייליגער ר"ר אהרן קארלינער זי"ע האט אמאל געזאגט, ווער עס האט עולם הזה וועט האבן אויך עולם הבא, און ווער נישט נישט! דהיינו וואס מ'גרייט זיך אן אונטען האט מען אויבן, און ווען א מענטש לעבט לויט זיינע תכונת הנפש, און ווען ער וויל זיך פארבעסערן קוקט ער נישט ארויס אינדרויסן צו זוכן דעם וועג נאר ער קוקט אריין אין זיך אינעווייניג גוט און ער טרעפט דארט זיין תכונת הנפש און זיין חלק העבודה, אזא מענטש האט תענוגי עולם הזה כפשוטו, והקרן קיימת לו לעולם הבא.

דער חובת הלבבות שרייבט אז ווען א מענטש וויל וויסען וועלכע דזשאב צו נעמען, זאל ער קוקן וואס ער האט ליב צו טאן, און דאס זאל ער טאן, ווייל אזוי ווי ביי בעלי חיים האט דער אייבערשטער באשאפן זייערע תכונת הנפש לויט זייער שפייז וואס זיי שפייזען זיך, די זעלבע ביי דעם מענטש האט דער אייבערשטער באשאפן זייער תכונת הנפש לויט זייער תפקיד וואס זיי דארפן טאן. וועגן דעם האט דער אייבערשטער באשאפען די שווארצע מיט ווייניגער שכל און מער כח, ווייל זייער תפקיד איז צו זיין עבדים, וועגן דעם האט דער אייבערשטער זיי אזוי באשאפען אויף פיזישע ארבעט, משא"כ יודען זענען באשאפן צו מער רוחניות'דיגע ארבעט, וועגן דעם זענען זייערע פנימיות'דיגע חושים מער אויסגעשארפט.

די זעלבע זאך טרעפן מיר אין די גמרא אין אדם לומד אלא מה שליבו חפץ, און די זעלבע זאך ווערט געברענגט פון אריה"ק אז די חלק תורה וואס ציעט פאר א מענטש צו לערנען דאס איז זיין תיקון, אדער אנדערע מצוות עשה וואס ציעט אים צו טאן איז זיין תיקון, און די זעלבע פארקערט וועלכע עבירה איז אים שווער זיך מתגבר זיין אויף דעם דאס איז זיין תיקון.

און די פשט פון דעם איז, ווי דער שפת אמת איז מסביר, ווייל דער אייבערשטער מתוך רחמיו וחסדיו, האט געפרעגט יעדע נברא פארען באשאפען ווערן אויב זיי ווילען זיין אויף די אופן, ווי רש"י ברענגט אין פרשת בראשית, דאס מיינט אז דער אייבערשטער האט צוגעשטעלט אז יעדע נברא זאל זיין צופרידען לויט זיינע תכונות הנפש צו די מצב וויאזוי ער געפינט זיך.

פארשטייט זיך אליינס אז אדם לעמל יולד, אלע שוועריקייטען זענען נאך אלס דא, אבער באופן כללי ווען א מענטש טוט וואס ער דארף, באקומט ער שמחת חיים, ער לעבט מיט א געשמאק. ער פילט זיך נישט ווי א פארבלאנזשעטע נשמה, נאר ווי איינער וואס פלאגט זיך פאר א תכלית.

שפתים יושק
איך וויל נאר צולייגן איין קליינע פרט, אמאל טראכט א מענטש אז איך בין שולדיג אין די מצב וואס איך בין יעצט ווייל ווען איך זאל נישט בטל'ן די צייט אין מיינע כולל יארן אדער אין ישיבה, אדער איך וואלט זיך אויפגעפירט ערליכער וואלט די תורה זיך מער קולט געווען אין מיר און איך וואלט בעסער געדענקט וכדומה, און דאס קלאפט אראפ די חשק אנצוגיין
אבער די אמתע בליק, וויאזוי איר האט עס געוואלדיג אראפגעלייגט, אין די היינטיגע טאג אין די יעצטיגע מצב וואס די ביסט ווען די עירקאנדישן ארבעט נישט גוט, די קאפ איז פארשטאפט, און ביסט אנגעזעצט צו וועגן נחת, פרנסה וכדומה, און די קענסט זיך נישט צופיל זיך מצמצם זיין, דאס איז יעצט 'דיין חלק התורה', און עס וועט לייכטען אויף יענע וועלט, און ס'איז נישט קיין שום נפקא מינה צו די ביסט די גורם צו נישט
חוץ פון דעם זענען די אלע מחשבות רוב מאל בכלל נישט אמת, און די יצר איז ממש א עקספערט אריינצוברענגען די מחשבות און עס אויפצובלאזן

שרייב נאך, די עולם איז זיך מחיה
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

צוקער זיס און אמת אויך.
ס׳דערמאנט מיר אז איינמאל האט א חשוב׳ע אייניקל פון ספינקא רבי׳ן רבי הערשעלע זי״ע געזאגט פאר זיין זיידן אז ער לערנט ישמח ישראל ווייל ער שעפט פון דעם אסאך חיזוק, אז מ׳דארף דינען דעם רבש״ע לויט וויאזוי מ׳איז אין יעדן מצב.
האט אים דער זיידע געזאגט: דאס איז נישט קיין חיזוק פאר א איד, דאס איז די עבודה פון א איד!
לעצט פארראכטן דורך זאל ער קומען אום דינסטאג יולי 07, 2015 9:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

מרה שחורה און דעפרעסיע 1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

עס איז באקאנט די מעשה פון ר' אייזיק ר' יעקלס, א ארימער יוד פון דעם שטאט פראג, וואס האט זיך געחלומ'ט אז אונטערן בריק אין א ווייטע שטאט, איז דא אן אוצר מיט געלט. איז ער געפארען אהין. זיך דרייענדיג דארט נעבן די בריק, שטעלט אים א דזשאנדאר אפ און פרעגט אים וואס זוכסטו דא? ענטפערט ער אים אז ער האט זיך געחלומט אז אונטערן בריק איז דא אן אוצר. צולאכט זיך דער דשזאנדאר און ער זאגט די גלייבסט חלומות? איך האב זיך געחלומט אז אין די שטאט פראג וואוינט א יוד ר' אייזיק ר' יעקלס, און אונטער זיין אויווען איז דא אן אוצר. צו וועל איך יעצט אהין פארען קיין פראג נאר וועגן א נארישע חלום?! ווי נאר ר' אייזיק האט דאס דערהערט איז ער שנעל אהיים געפארען, און ער האט געגראבען אינטערן אויווען און ער האט אנטדעקט די אוצר, און ער איז געווארען זייער רייך, און די שול וואס ער האט געבויעט און איז נקרא על שמו שטייט נאך יעצט אין פראג.

די מעשה שטייט אין די ספרים, ברענגט זייער גוט ארויס די איינס פון די הויפט יסודות אין חסידות, דער אוצר ליגט ביי דיר, דארפסט נישט פארען עס זוכן אינטערן בריק, דארפסט נאר אביסעלע אריין גראבען און דו וועסט עס טרעפן!

איינס פון די הויפט יסודות אין חסידות איז די עבודת המידות, דער בעש"ט זי"ע האט מגלה געווען, אז קיין שום געפיל איז נישט שלעכט, פון וואס מ'דארף פטור ווערן. פארקערט ווען נישט די געפיל קען מען נישט שטייגען, נאר מען דארף עס אויסנוצען צום גוטן.

ווי דער הייליגער מעזריטשער מגיד זי"ע האט מסביר געווען די גמרא, אז די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואלט שחט'ן די יצרא דעבירה, אבער עס איז נישט געווען קיין ווארימע אייער, זאגט ער (כ'געדענק נישט פונקטליך די טייטש..) אז דאס מיינט, אז מען האט נישט געטראפן קיין ווארימקייט צום דאווענען.

יעדע מידה האט א תכלית, נאר אסאך מאל איז עס נישט מיושב און דער מענטש האט נישט די ריכטיגע כלים עס אנצונעמען ריכטיג, ווערט פון דעם מידות רעות, והדברים עתיקין.

...

דער אייבערשטער האט אינסטאל"ד אין א נפש יהודי, א נקודה הפנימית, וואס דאס איז א ערבות, אז צום סוף וועט זיך דער יוד צוריק קערן צום אייבערשטן. די נקודה הפנימית איז די יסוד פון די ערליכקייט פון א יוד. עס קען נישט צוקומען קיין שום פגם צו דעם.

די פינטעלע ליגט באהאלטען אין דעם מענטש טיף, אין די סתם אזוי וואכענדיגע לעבן, שפירט עס נישט דער מענטש, נאר ביי גאר אויסער געווענליכע מצבים דעמאלס וועקט ער זיך אויף.

און דאס איז די פשט פארוואס גראבע בעלי עבירה וואס האבן שוין גארנישט געהאלטען אבער ווען ס'איז געקומען צו שמד, האבן זיי זיך געלאזט ענדערש הרג'נען ווי איידער עובר צו זיין, ווייל ווען ס'געקומען צו די פינטעלע אמונה, האט זיך זייער נקודה הפנימית אויפגעוועקט, און ווען די נקודה הפנימית שלאפט נישט, האט דער מענטש דעם כח זיך מוסר נפש צו זיין פארן אייבערשטן. ווי דער תניא איז מאריך אין דעם.

אין די חסידישע ספרים איז א גאנצע נושא, וויאזוי קען א יוד זוכה זיין צו לעבן מיט די נקודה הפנימית, אז דאס זאל זיין דער יסוד פון זיין עבודת השי"ת. ווייל ווי געשמועסט איז די נקודה די שורש פון א יודישע נשמה, און אלע אנדערע חלקי הנפש זענען נאר ענפים. איז ווען די נקודה איז אויפגעוועקט, און די נקודה וויל נאר איין זאך, 'לעשות רצונך אלוקי חפצתי' דעמאלס איז די גאנצע לעבן פון א יוד, איין שטיק רוחניות, און רצון השם.

איז דא אויף דעם כמה דרכים ווי אזוי אויפצו וועקן דעם פינטעלע. אין חב"ד האט מען גע'מוח'ט שעות אויפצו וועקן די נקודה, און אנדערע פלעצער איז מען געפארען צו צדיקים, אז דורך זייער קדושה זאל זיך אויפוועקן די פינטעלע. ווייל איינמאל די פינטעלע איז אויפגעוועקט פארט שוין די באן אליינס. ווי דער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט זאגן "מ'דארף נאר געבן איין אמת'דיגן קרעכץ פארן אייבערשטן".

יעצט אזוי. ווען א מענטש אבער לעבט נישט ריכטיג מיט זיין אינעוויינגסטע נקודה, עס פעלט אים זיין הארץ צום אייבערשטן, נאר ער לעבט נאר מיט זיין קאפ און מחשבה אבער נישט מיט זיין הארץ, דעמאלס האט דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו, געגעבן א מתנה פאר א יוד, און דאס איז דעפרעסיע!! דהיינו דער מענטש באקומט אומצופרידענקייט אן קיין הסבר, פארוואס ער איז דעפרעסט. און ווי אויך קען נאכקומען נאך פראבלעמען און דיסארדערס ווען די מוח בלאקט דעם הארץ, ווי אויבן געשריבן.

קומט אויס אז די חילוק ווי אזוי חסידות קוקט אן די פראבלעם פון דעפרעסיע, אקעגן די אלגעמיינע בליק אויף דעם איז הימל און ערד א חילוק. ווייל די אלגעמיינע בליק אויף דעם איז אז דער מענטש האט א פראבלעם, און ער דארף פטור ווערן פון דעם, משא"כ די חסידישע ספרים קוקן אויף דעם ווי ער האט א מורדיגע אוצר, א לב נשבר, א הארץ צום אייבערשטן, נאר וואס דען, ער ווייסט נאך נישט ווי אזוי צו טרעפן דעם אוצר, ער דארף נאך אריין גראבען טיף אין די גראבע שאלעכץ פון דיפרעסיע, און ארויס שיילען פון דארט דעם אוצר נחמד, וואס די גאנצע יודישקייט שטייט אויף דעם!

יעצט וויאזוי קען מען טאקע צוקומען צום אוצר? אין די נעקסטע תגובה בס"ד.
אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך snax »

WOW מים קרים על נפש עיפה
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

שמחת החיים פארמולע:

- ריינע אמונה אן אמונות טפילות,
- א געזונטער EGO (נישט קיין שייכות מיט גיאות)
- ווען מען האט א פראבלעם זיך ווענדען נאר צים אייבערשטען, נישט צי קיין באבאס אדער רבי'ס למיניהם אפילו זיי זענען ערליך,
- טראסטען די אייגענע פילינגס, אפילו ווען ס'מאכט נישט קיין סענס, (פארשטייט זיך מיט א גרעין אףף סאלט)

= *****שמחת החיים*****

וחלופיהם בגולם....
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

מרה שחורה און דעפרעסיע 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ווי מיר שמועסן, זענען די פראבלעמען פון א מענטש אין די הארץ, די געפילען זענען געבלאקט און וועגן דעם ווערן אלע פראבלעמען.

יעצט אויב דער מענטש וועט מאכן טעראפי, וואס בדרך כלל, אלע טעראפי זענען מעטאדען, וואס ארבעטען מיט די מוח פון די מענטש, איז אייביג דא די חשש, אז אנשטאט דער מענטש זאל ארפ נעמען די בלאקעדזש פון זיין הארץ, זאל ער אנשטאט דעם צולייגען נאך א בלאקעדזש, דהיינו אז דער מוח ארבעט ווייטער! אויף א אנדערע און א שטערקערע אופן, און דערדרוקט נאך מער די הארץ!

למשל אז איינער איז א פערפעקשאניסט, וואס איז פערפעקשעניזם? די מוח טראגט אן אחריות אז דער מענטש זאל טוען זיינע זאכן ריכטיג, און די מוח האט מחמת איזה סיבה שהיא אפגעמאכט אז נאר ווען ס'איז אויף הונדערט פראצענט, הייסט עס ריכטיג געטאן, און אויב נישט איז גארנישט ווערט. (צו ווייל עס פעלט אים סעלף עסטיעם אדער וועגן סיי וועלכע סיבה). יעצט אויב וועט ער זיך איינבאקען אז אנדערש איז אויך גוט, אדער אנדערע זאכן, אבער סוכ"ס די סיבה פארוואס ס'איז געקומען די פערפעקשעניזם וואס דאס איז תמיד די הארץ, איז געבליבען על מקומו. והדרא קושי' לדוכתי', אייביג קען צוריק קומען די אדער אן אנדערע פראבלעם צו איר פריערדיגע שטאפעל, ווייל די שורש איז געבליבען דארטען.

אזוי ווי א קינד אינדערהיים, וואס מחמת ס'פעלט אים ליבשאפט, מאכט ער זיך נאריש, איז דער טאטע אים נאך מער מחנך... און שרייט אים אן, און מאכט נאר ערגער די מצב... און אפילו אויב מ'וועט אים שוין מחנך זיין, אבער כל עוד די שורש איז נישט אויסגעהיילט, וועלן אייביג צוריק קומען פראבלעמען, ווען דאס קינד וועט זיין עלטער, ווי מיר זעהן אז זייער אסאך פראבלעמען קומען פון צובראכענע שטובער, והדברים עתיקין. (עס איז דא נאך אסאך דוגמאות, אבער דאס איז די יסוד).

וואס איז די עצה?

דער בעש"ט האט אויס געלערנט א יסוד, אז צו מתקן זיין א געפיל, דארף מען דורכגיין דריי שטאפלען, 'הכנעה', וואס דאס איז אן הכנה צו קענען מטפל זיין מיט די זאך. 'הבדלה' וואס דאס איז די עצם טיפול, און 'המתקה' וואס דאס איז שוין די פועל יוצא וויאזוי צו נוצען די געפיל ריכטיג.

הכנעה. ווען א מענטש געפונט זיך אין אן אומאיינגענעמע מצב, פאנגט אטאמטיש זיין קאפ אן צו לויפן, און זוכן א וועג ווי זיך ארויס זעהן פון די פלאנטער. קומט דער הייליגער בעש"ט זי"ע צו גיין און זאגט פארען מענטש, די ערשטע זאך, זוך נישט קיין עצות, נאר זיי זיך מכניע צו די מצב, און לעב עס!

דהיינו, למשל ווען א מענטש איז דעפרעס"ד, און זיין מוח זעהט אז ער איז דעפרעס"ד פאנגט ער גראד אן צו זוכן א וועג ארויס פון די אומאנגענעמע מצב, און אויב ער געפינט נישט, ווערט ער אויס מענטש. אבער די וועג איז קודם זיך אפשטעלן, און לעבן די מצב, זיך צוהערן צו זיין הארץ, אן פרובירן צו אנטלויפן און בעסער מאכען.

לדוגמא ווען איינער זיצט ביים וואסער, אויף א ליג בענקעל רואיג, און ער לאזט נאך אלע זיינע חושים ואיברים, און ער רילעקס"ד, ווען ער וועט זיין אזוי רואיג, וועט ארויף קומען די שניידענדיגע ווייטאג וואס ליגט אין זיין הארץ.

יעצט, יעדע געפיל וואס קומט אין א מענטש, איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים. איינס די עצם געפיל, די שניידענדע ווייטאג. די צווייטע, די אפשטייטש וואס דער מוח האט געגעבן פאר די געפיל. יעדע מענטש קען עס שפירען, ווען ער איז שטארק פארווייטאגט, איז דא קודם כל א פיזישע ווייטאג א הארץ עסעניש, באגלייט מיט די הסבר פון די ווייטאג.

יעצט לויט ווי מיר האבן שוין געשריבען אויבן, איז די עצם ווייטאג\געפיל א פאזיטיווע זאך, אבער די אפטייטש אויף דעם, וואס די מוח האט געגעבן דאס איז פאלש. הגם די אפטייטש איז בעצם אויך אמת, אבער די ארבעט איז אפצושיילען די אמת, און צוקומען צום ריכטיגען אמת לאמיתו, וואס וועגן די אמת לאמיתו, האט דער אייבערשטער צוגעשיקט די אנדערע אמת'ן צו אנטוויקלען די ווייטאג.

צו פארשטיין קלארער. יעדער ווייסט אז ווען מ'איז הונגעריג אדער מיד, ווערט מען שנעלער אויס מענטש פון יעדע זאך. פארשטייט דאך יעדער, אז הגם מ'ווערט נישט אויס מענטש פון גארנישט, נאר עפעס א סיבה איז דא, וואס דאס נעמט אים ארויס פון די כלים. אבער ווען דער מענטש ווייסט אבער, אז ער איז יעצט מיד און הונגעריג, פארשטייט ער אז 'דאס' איז די אמת'דיגע סיבה, און ער וועט זאגען פאר יענעם מענטש מיט וועם ער האט יעצט צוטוהן, אנטשולדיגט, איך וויל דיך טאקע געבן א גוטע פסק, אבער איך וועל דיך עס געבן מארגען ווען איך וועל זיין אויסגערועט...

די זעלבע זאך מיט דיפרעסיע, הגם עס איז דא א טעכנישע סיבה וואס האט צוגעברענגט צו די דיפרעסיע, אבער ס'דא נאך א טיפערע סיבה וואס ליגט אינטער דעם, וואס דאס איז די אמת לאמיתו'דיגע סיבה, און דאס איז א פאזעטייווע, און וועגן דעם דארף דער מענטש, קודם זיך נאכלאזען און נישט פייטען, נאר פארקערט רילעקסען, און מרגיש זיין גוט די ווייטאג וואס ער שפירט.

דאס איז די ערשטע זאך הכנעה, לאז דיך נאך, און פייט נישט, נאר לאז דיך שפירען דיין אנגעווייטאגט הארץ, אזוי ווי עס איז, אן די מחשבות וואס קומען מיט, מיט דעם.

דאס איז די הכנה צו קענען אנפאנגען מטפל זיין מיט די עצם דיפרעסיע, וואס וועגן דעם וועלן מיר שרייבן אין די נעקסטע תגובה בס"ד.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5560
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איך האב הנאה ווי אלעס לייגסטו אריין די בעש"ט אין די פיקטשער
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

האנטעך האט געשריבן:ווי מיר שמועסן, זענען די פראבלעמען פון א מענטש אין די הארץ, די געפילען זענען געבלאקט און וועגן דעם ווערן אלע פראבלעמען.

יעצט אויב דער מענטש וועט מאכן טעראפי, וואס בדרך כלל, אלע טעראפי זענען מעטאדען, וואס ארבעטען מיט די מוח פון די מענטש, איז אייביג דא די חשש, אז אנשטאט דער מענטש זאל ארפ נעמען די בלאקעדזש פון זיין הארץ, זאל ער אנשטאט דעם צולייגען נאך א בלאקעדזש, דהיינו אז דער מוח ארבעט ווייטער! אויף א אנדערע און א שטערקערע אופן, און דערדרוקט נאך מער די הארץ!

למשל אז איינער איז א פערפעקשאניסט, וואס איז פערפעקשעניזם? די מוח טראגט אן אחריות אז דער מענטש זאל טוען זיינע זאכן ריכטיג, און די מוח האט מחמת איזה סיבה שהיא אפגעמאכט אז נאר ווען ס'איז אויף הונדערט פראצענט, הייסט עס ריכטיג געטאן, און אויב נישט איז גארנישט ווערט. (צו ווייל עס פעלט אים סעלף עסטיעם אדער וועגן סיי וועלכע סיבה). יעצט אויב וועט ער זיך איינבאקען אז אנדערש איז אויך גוט, אדער אנדערע זאכן, אבער סוכ"ס די סיבה פארוואס ס'איז געקומען די פערפעקשעניזם וואס דאס איז תמיד די הארץ, איז געבליבען על מקומו. והדרא קושי' לדוכתי', אייביג קען צוריק קומען די אדער אן אנדערע פראבלעם צו איר פריערדיגע שטאפעל, ווייל די שורש איז געבליבען דארטען.

אזוי ווי א קינד אינדערהיים, וואס מחמת ס'פעלט אים ליבשאפט, מאכט ער זיך נאריש, איז דער טאטע אים נאך מער מחנך... און שרייט אים אן, און מאכט נאר ערגער די מצב... און אפילו אויב מ'וועט אים שוין מחנך זיין, אבער כל עוד די שורש איז נישט אויסגעהיילט, וועלן אייביג צוריק קומען פראבלעמען, ווען דאס קינד וועט זיין עלטער, ווי מיר זעהן אז זייער אסאך פראבלעמען קומען פון צובראכענע שטובער, והדברים עתיקין. (עס איז דא נאך אסאך דוגמאות, אבער דאס איז די יסוד).

וואס איז די עצה?

דער בעש"ט האט אויס געלערנט א יסוד, אז צו מתקן זיין א געפיל, דארף מען דורכגיין דריי שטאפלען, 'הכנעה', וואס דאס איז אן הכנה צו קענען מטפל זיין מיט די זאך. 'הבדלה' וואס דאס איז די עצם טיפול, און 'המתקה' וואס דאס איז שוין די פועל יוצא וויאזוי צו נוצען די געפיל ריכטיג.

הכנעה. ווען א מענטש געפונט זיך אין אן אומאיינגענעמע מצב, פאנגט אטאמטיש זיין קאפ אן צו לויפן, און זוכן א וועג ווי זיך ארויס זעהן פון די פלאנטער. קומט דער הייליגער בעש"ט זי"ע צו גיין און זאגט פארען מענטש, די ערשטע זאך, זוך נישט קיין עצות, נאר זיי זיך מכניע צו די מצב, און לעב עס!

דהיינו, למשל ווען א מענטש איז דעפרעס"ד, און זיין מוח זעהט אז ער איז דעפרעס"ד פאנגט ער גראד אן צו זוכן א וועג ארויס פון די אומאנגענעמע מצב, און אויב ער געפינט נישט, ווערט ער אויס מענטש. אבער די וועג איז קודם זיך אפשטעלן, און לעבן די מצב, זיך צוהערן צו זיין הארץ, אן פרובירן צו אנטלויפן און בעסער מאכען.

לדוגמא ווען איינער זיצט ביים וואסער, אויף א ליג בענקעל רואיג, און ער לאזט נאך אלע זיינע חושים ואיברים, און ער רילעקס"ד, ווען ער וועט זיין אזוי רואיג, וועט ארויף קומען די שניידענדיגע ווייטאג וואס ליגט אין זיין הארץ.

יעצט, יעדע געפיל וואס קומט אין א מענטש, איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים. איינס די עצם געפיל, די שניידענדע ווייטאג. די צווייטע, די אפשטייטש וואס דער מוח האט געגעבן פאר די געפיל. יעדע מענטש קען עס שפירען, ווען ער איז שטארק פארווייטאגט, איז דא קודם כל א פיזישע ווייטאג א הארץ עסעניש, באגלייט מיט די הסבר פון די ווייטאג.

יעצט לויט ווי מיר האבן שוין געשריבען אויבן, איז די עצם ווייטאג\געפיל א פאזיטיווע זאך, אבער די אפטייטש אויף דעם, וואס די מוח האט געגעבן דאס איז פאלש. הגם די אפטייטש איז בעצם אויך אמת, אבער די ארבעט איז אפצושיילען די אמת, און צוקומען צום ריכטיגען אמת לאמיתו, וואס וועגן די אמת לאמיתו, האט דער אייבערשטער צוגעשיקט די אנדערע אמת'ן צו אנטוויקלען די ווייטאג.

צו פארשטיין קלארער. יעדער ווייסט אז ווען מ'איז הונגעריג אדער מיד, ווערט מען שנעלער אויס מענטש פון יעדע זאך. פארשטייט דאך יעדער, אז הגם מ'ווערט נישט אויס מענטש פון גארנישט, נאר עפעס א סיבה איז דא, וואס דאס נעמט אים ארויס פון די כלים. אבער ווען דער מענטש ווייסט אבער, אז ער איז יעצט מיד און הונגעריג, פארשטייט ער אז 'דאס' איז די אמת'דיגע סיבה, און ער וועט זאגען פאר יענעם מענטש מיט וועם ער האט יעצט צוטוהן, אנטשולדיגט, איך וויל דיך טאקע געבן א גוטע פסק, אבער איך וועל דיך עס געבן מארגען ווען איך וועל זיין אויסגערועט...

די זעלבע זאך מיט דיפרעסיע, הגם עס איז דא א טעכנישע סיבה וואס האט צוגעברענגט צו די דיפרעסיע, אבער ס'דא נאך א טיפערע סיבה וואס ליגט אינטער דעם, וואס דאס איז די אמת לאמיתו'דיגע סיבה, און דאס איז א פאזעטייווע, און וועגן דעם דארף דער מענטש, קודם זיך נאכלאזען און נישט פייטען, נאר פארקערט רילעקסען, און מרגיש זיין גוט די ווייטאג וואס ער שפירט.

דאס איז די ערשטע זאך הכנעה, לאז דיך נאך, און פייט נישט, נאר לאז דיך שפירען דיין אנגעווייטאגט הארץ, אזוי ווי עס איז, אן די מחשבות וואס קומען מיט, מיט דעם.

דאס איז די הכנה צו קענען אנפאנגען מטפל זיין מיט די עצם דיפרעסיע, וואס וועגן דעם וועלן מיר שרייבן אין די נעקסטע תגובה בס"ד.

דער געדאנק פון עקסעפטען דעם ווייטאג איז אויך ברייט באקאנט אין עולם הרפואה.(acceptance therapy, mindfulness &mbct therapy). יעדער קען עס אליינס זען טאמער פראבירט מען זיך שלאגען מיט א ווייטאג, אדער מיט א מצב, איז סיי עס טועט מער וויי, סיי מען קען נישט טוען עפעס אנדערש ווייל מען איז נאר ביזי זיך שלאגען און טראכטען פונעם ווייטאג.

טאמער אבער טועט מען אזוי ווי ר"ע זאגט על כל גל וגל נענתי לו ראשי, קען מען פראבירען טוען דאס בעסטע וואס מען קען אין דעם מצב, און מען קען אנהייבען קוקען אז שבתוך ההסתרה איז דא גוטס אויך. אפשר קען מען טאקע נישט לערנען פני ישוע, אבער עין יעקב, אדער חומש רשי מיט שפתי חכמים איז עפעס א קלייניגקייט?וכולי וכולי.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

זאל ער קומען האט געשריבן:ווען איך וואלט געהאט כוח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און געשריגן הויעך: האנטעך!!!!! יעדער דארף עס ליינען!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

האנטעך, יעצט אריינגעקומען ס'ערשטע מאל. מורא'דיג!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”