איז דיין רעקל'ס רעכטע זוים, פארנט אונטן - געדרייט אויף ארויס?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

איז דיין רעקל'ס רעכטע זוים, פארנט אונטן - געדרייט אויף ארויס?

תגובהדורך חיים אלכסנדר » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 7:05 pm

ווער געדענקט נאך די קליינע קאפסולס וואס מען פלעגט קויפן טיב טוב, וועכלע פלעגן זיך צוביסלעך אויפבלאזן אין וואסער און ווערן א צורה פון פארשידענע בע"ח?

מיינע רעקלעך האבן לעצטענס אויך אנגעהויבן דעם שפיל. וואס א טאג לענגער, בייגט זיך די זוים פון'ם רעקל מער און מער אויף ארויס!

איך האב מיך אראפגעשטעלט איין טאג ביים טיר פון ביהמ"ד און (מיט א סעלפאן אויפן אויער, "שפיאנאזש קאווערידזש") אנגעהויבן באטראכטן רעקלעך. און יא! היפש א פאר רעקלעך, און טאקע אין נייע קאנדישען, האבן דעם לענגלעכיגן קנייטש, איינס מער אין איינס וייניגער.

אקעי, בארואיגט, איך בין נישט דער נער. אבער למעשה איז דאס א נייע סטייל צו פשוט א רעזולטאט פון מיס-באהאנדלען דעם רעקל, אדער גאר עפעס א מיסטעריעזע בגד-נגע?

תכלית, אפשר האט דאס צוטון פון וועלכע קאמפאני די רעקל איז?

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 7:15 pm

אויך די זעלבע פראבלעם

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 7:18 pm

גם אני בחלומי
מיינס איז פון G&G

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:05 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:גם אני בחלומי
מיינס איז פון G&G

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:08 pm

גם אני בחלומי כן.

מיינ'ס איז פון GB, אבער נישט אזוי ניי.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

דער מח
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובהדורך דער מח » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:27 pm

איך האב אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם, סיי ביי g&g און סיי ביי gb, עס איז געשעהן נאך ממש 8 ביז 10 וואכן נאכן אנהויבן נוצן, איך האב אויסגעזעהן אזוי ווי...., ווען איך בין צוריקגעגאנגען צו זיי האבן זיי געזאגט אז איך בין שולדיג ווייל איך גיי דערמיט אין די רעגן (איי יענע צייט געדענק איך נישט עס זאל האבן גערעגנט און בכלל ווען עס רעגנט גיי איך מיט א המעיל, שוין, וואס זאל איך טוהן) איך האב אים נאר געפרעגט אויב פאר 3- 4 יאר צוריק פלעגט נישט רעגענען, מיין רעקל פלעגט קיינמאל נישט אזוי ווערן, פאריאר בין איך געגאנגען קויפן ביי גלויבערס נאכן זיין פעדאפ פון די באבע מעשיות און האפנדיג אויף א גינסטיגע עתיד, האבן זיי מיר גלייך געזאגט אז די גאנצע מעשה פונעם רעגן איז א הוילע בלאף און עס איז א יסודות'דיגע פראבלעם וואס דזשי ענד דזשי און דזשי בי נוצן א שוואכע קוואליטעט ליינער אינעווייניג אינעם רעקל. ב"ה איך האב דארט געקויפט א נייע רעקל און איך בין זייער צופרידן עד היום.

שמעלץ טאפ
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:34 pm

האמיר די זעלבע פראבלעם מיט א GB.... נאך 3 חדשים. האבן זיי מיר איינגערעדט אז עס געשעהט ווען מען גייט דערמיט און אקעגן. אין דשענעראל זייערע סוטס האבן א עקספיירעשאן דעיט נאך 12 חדשים.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:34 pm

איך האב א גלויבערס און נישט קיין פראבלעם.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

שמעלץ טאפ
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובהדורך שמעלץ טאפ » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:40 pm

דער מח האט געשריבן:איך האב אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם, סיי ביי g&g און סיי ביי gb, עס איז געשעהן נאך ממש 8 ביז 10 וואכן נאכן אנהויבן נוצן, איך האב אויסגעזעהן אזוי ווי...., ווען איך בין צוריקגעגאנגען צו זיי האבן זיי געזאגט אז איך בין שולדיג ווייל איך גיי דערמיט אין די רעגן (איי יענע צייט געדענק איך נישט עס זאל האבן גערעגנט און בכלל ווען עס רעגנט גיי איך מיט א המעיל, שוין, וואס זאל איך טוהן) איך האב אים נאר געפרעגט אויב פאר 3- 4 יאר צוריק פלעגט נישט רעגענען, מיין רעקל פלעגט קיינמאל נישט אזוי ווערן, פאריאר בין איך געגאנגען קויפן ביי גלויבערס נאכן זיין פעדאפ פון די באבע מעשיות און האפנדיג אויף א גינסטיגע עתיד, האבן זיי מיר גלייך געזאגט אז די גאנצע מעשה פונעם רעגן איז א הוילע בלאף און עס איז א יסודות'דיגע פראבלעם וואס דזשי ענד דזשי און דזשי בי נוצן א שוואכע קוואליטעט ליינער אינעווייניג אינעם רעקל. ב"ה איך האב דארט געקויפט א נייע רעקל און איך בין זייער צופרידן עד היום.

וואלט איך געראטן Glaubers זאל עס נוצן פאר א מארקעטינג עס וועט זיי ברענגען אסאך ביזנעס. WeAreFedUp#

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 8:45 pm

מיט א חאלאט וועט מען חס וחלילה נישט גיין! (גרויס מויל וואס איך האב...), ניטאמאל מיט די סארט ישיבה רעקל,
עס דארף האבן געקאסט $250 און זיין פון בעסערע שטאף און דערנאך מעג עס פימפלען/באבעלען/גלאנצן/ציגיין/מאכן הייס,
האו קערס?? איך האב א עכטע רעקל!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 9:02 pm

had the same problem with G&G,Tried Glauber's and it's very nice with no problem

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 9:09 pm

מיר האבן אויך געהערט פון 'גלויבערס' אז דער פראבלעם איז נאר ביי די אנדערע געשעפטן, העמיר זעהן, דערווייל איז דאס נאך גוט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5655
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך אוקטובער 18, 2017 9:23 pm

גארגארפיק האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:גם אני בחלומי
מיינס איז פון G&G
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:04 am

איך האב געהאט דעם פראבלעם ביים GB, איך האב געטוישט צו GG ותיכף ומיד נושעתי!
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 4:17 am

איך גיי מיט גלויבערס זייט דעם ערשטן טאג פון עפענען סיידן בעקיטשע ,קאוט ,רעקל און בה זייער צופרידן עס דערמאנט מיר ווען זשי ענד בי איז געווען ניי

זייער פיט איז מוראדיג און דעזיינס איז הערליך שיינעם אויסוואל

און בכלל סערוויס איז א נחת

כאב הנאה געהאט צוזען ווי צוויי טעג פאר פסח האבן ביידע זשיס עדווערטייזט מיר נעמען נאך אלטערעישאנס און 2 יאר צוריק צוויי וואכן ביפאר פסח האבן זיי מיר ארויסגעווארפן ווי א הינט

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:33 am

געהערט פון א חבר וואס עטליכע מאל פארגעווארפן איינע פון די פירמעס, ביז זיי האבן זיך געבראכן און געזאגט אז מען לייגט עפעס ספעציעל וואס זאל עס מאכן זייער גראד און שיין ווען מען קויפט עס, און דעריבער נאך אביסל ניצן ווערט עס ווי אזא לבנה פנימה
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:49 am

אז מען פראקט שוין במילא די קלאדינג סטארס
קען מיר איינער זאגן פארוואס מיין הויזן (דיין רעקל נישט ?..)
ווערט שיינעדיג ווי א שפיגל ?
איי איי,-וועלט

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:51 am

כ'האב מורא אז מנ'הסתם ניצסטו עס...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:59 pm

אייביג געהאט די פראבלעם מיטן עק פונעם רעקל, ליינענדיג די אשכול האבעך מיר געכאפט אז ביי מיין גלויבער רעקל פאסירט דאס נישט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:02 pm

יאסעלע האט געשריבן:כ'האב מורא אז מנ'הסתם ניצסטו עס...

:lol: :lol:
יענץ געלעכטער...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:18 pm

יוסלע, דערמאנט מיר די מעשה פון א קאפל ביי די שבע ברכות וואס האבן זיך געזעצט צום טיש און געפאלן כורעים..... האבן זיי גערופן די פערניטשער סטאר מיט טענות, זאגט יענער נע, ס'ען נישט זיין, מיינע זאכן צוברעכן זיך נישט סתם אזוי, לכאורה האסטו זיך אראפגעזעצט אויף דעם, ני ווער האט דיר געבעטן?.....

;l;p- :lol:

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 5:15 pm

שעפעריש האט געשריבן:יוסלע, דערמאנט מיר די מעשה פון א קאפל ביי די שבע ברכות וואס האבן זיך געזעצט צום טיש און געפאלן כורעים..... האבן זיי גערופן די פערניטשער סטאר מיט טענות, זאגט יענער נע, ס'ען נישט זיין, מיינע זאכן צוברעכן זיך נישט סתם אזוי, לכאורה האסטו זיך אראפגעזעצט אויף דעם, ני ווער האט דיר געבעטן?.....

;l;p- :lol:

:lol: :lol: :lol:

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 5:34 pm

למעשה, קען מען דאס פיקסען?

GG זאגט אז איך קען עס לאזן ביי זיי פאר 3 טעג און זיי וועלן עס פיקסן (פרעסען בלע"ז).

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 5:38 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:מיט א חאלאט וועט מען חס וחלילה נישט גיין! (גרויס מויל וואס איך האב...), ניטאמאל מיט די סארט ישיבה רעקל,
עס דארף האבן געקאסט $250 און זיין פון בעסערע שטאף און דערנאך מעג עס פימפלען/באבעלען/גלאנצן/ציגיין/מאכן הייס,
האו קערס?? איך האב א עכטע רעקל!!


אז מ'רעדט שוין, וויפיל קאסט א ישיבה רעקל?
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 6:08 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:מיט א חאלאט וועט מען חס וחלילה נישט גיין! (גרויס מויל וואס איך האב...), ניטאמאל מיט די סארט ישיבה רעקל,
עס דארף האבן געקאסט $250 און זיין פון בעסערע שטאף און דערנאך מעג עס פימפלען/באבעלען/גלאנצן/ציגיין/מאכן הייס,
האו קערס?? איך האב א עכטע רעקל!!


אז מ'רעדט שוין, וויפיל קאסט א ישיבה רעקל?

לאפפלער'ס בעט $99 אינקל. אלטרעישאן'ס


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט