געלט אויף חתונה מאכן - פון וואו?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

SPUSMN האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:הערליך, טאקע א בעל דעת.

דער טאטאל ביי דיר שטייט ביי 55,000 און דאס איז פאר א כלה וואס קאסט מער (א סאך מער) ווי א חתן.

ביזט אויף דער רייט טרעק; 5000 איז נאך דא ווי צו שניידען אויב עס פעלט אויס.

למשל, אויב עס פעלט אויס, וואס זאגסטו צו דעם חשבון?

שדכן 1500
תנאים קליידער מיטן חתן זייגער 4000
חתונה מאל 13500
אתרוג פישקע (מאלל געט נישט) 1000
חתונה נאכט פעקעזש 6750
שבת שבע ברכות 4000
שטריימאל 2000
קליינע ש"ב 0 (פארוואס דארף א מחותן מאכען א שבע ברכות, חוץ דעם שבת ש"ב)
3 חדשים רענט 2250 מיין צד
סקרעפען פיענטען 1000 מיין צד
קליידער פאר כלה 9,000
קליידער פאר קינדער מיט מחותן'עסטע 3000
גאאן מיט העד פיס 2000

האסטו פינקטליך 50,000 (און פאר א אינגעל קען מען שניידען די בגדים פאר דער חתן אין העלפט און צולייגען ערגעץ אנדערש).
--
יעצט זעה איך אז מי יודע זאגט שוין ענליכעס. (און אז צוויי זאגען שיכור לייגט מען זיך שלאפען).


מי יודע איז נישט אזוי רעלווענט ווייל ער האט נאך ווי איך פארשטיי חתונה געמאכט

אבער איך האב פארגעסען אריין צירעכענען אפליינסענס, וואס קען אויסמאכן נאך 1000-1500
יעצט רעכן אריין דאס קליינעקייטן ווי פקעזשען טיפס כלה טיטשער וכו' וכו' מאכט אויס נאך א עטליכע טויזענט
יעצט לאמיר איבער גיין ווי די שניידסט

שדכן 1500
נישט שייך צי שניידן
תנאים קליידער מיטן חתן זייגער 4000
תנאים איז די ביליגסטע 2900 נישט קיין פארטי פלענער פשוט'ע עסן זאך טיטשטעכער
א חתן זייגער 1000
ציגרייטען א ווארט, קליידער פאר די כלה קאסט לכה"פ 1,000

קליינע ש"ב 0
קעי"ה א גרויסע משפחה נשיט רייך בלייבט איבער איין שבע ברכות

קליידער פאר כלה 9,000
געפוילט
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גערעכט אז לעצטענס איז דא א נייע (טייערע) עקספענס און דאס איז א טיעטשער וואס ביז נישט פאר לאנג צוריק איז דאס אפילו נישט געווען אריין גערעכענט אין די הוצאות החתונה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אויסשטאפיר פאר די ווייב
פאר דעם בר מצוה בחור
פאר אנדערע קינדער

אויב מאכסטו הזמנות
אויב גייסט צו א רבי מיט א קוויטל
אויב געסטו פאר שיינע יודען וואס קומען צו דיין שמחה
אויב מאכסטו א קידוש [אין א פריוואטע שוהל אדער א קהלישער שוהל]

אא"וו.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

דער בר מצוה בחור לערנען דעם פשעטל פאר דער וואס לערנט נישט אליינס
בר מצוה קלאסען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אוהב ספרים האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:מהלך 1

די ערשטע דריי יאר נאכן געבורט פונעם קינד למז"ט לייגט מען אריין 5 אלפים יערליך אין די מארקעט, מען קען האבן פס און מעדיקעיד(חלק 8 ווייס איך נישט) פארשטייט זיך אז מען דארף קענען ווייזן א מקור פאר די געלט(מקור ujo) , נאך 15/20 יאר וואקסן דארף מען צו קענען ארויסנעמען בערך 50k פער קינד נאך טעקס.

אלעס דא איז געשריבן באופן כללי איך האב נישט מדייק געווען אין די נומערן.

ווילסט עס אפשר בעסער מסביר זיין ?

איך האב נאכנישט חתונה געמאכט, אבער כ'האב שוין גערעדט צו כמה וכמה מחותנים מיין משפחה, דא אין קרית יואל קען מען אנקומען צו אונטער 30 טויזענט דאלער אויב מ'וויל שטארק

לאמיך אייך פרעגן וויפיל קאסט היינט בר מצוה מאכן?


אפילו אין מנוחה ושמחה קאסט הכל כאשר לכל מן הסתם 10-15
איך רעדט תפלין אלעס.

וואס?????
איך האב שוין בר מצוה געמאכט עטליכע יאר סאו איך געדענק נישט פונקטליך די נומערן אבער (דא אין קרית יואל) אונטער 10 טויזענט!!!
אין שאפינג סענטער
אינקלאדעט תפילין, און די תפילין האט געקאסט העכער 2000, דארט האב איך מיך געלאזט וואוילגיין
====
אוהב ספרים האקט
קידוש האב איך נישט געמאכט, אבער רבי, מיט פשטל לערנען, מיט שיינע אידן, אלעס צוזאמען איז וויפיל? עטליכע הונדערט דאלער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בעל דעת; וועגען א קליינע ש"ב בין איך ביי דער מיינונג אז דאס איז א נייע איין פירונג אז עס מוז יעדער נאכט זיין א שבע ברכות (ס'קיינמאל נישט געווען אזא זאך). מילא אז עס איז דא ווער עס זאל עס מאכען; אבער עס ארויף לייגען אויף די מחותנים גופא איז א גרויסע עוולה.

ווער איז מיט מיר אויף דעם?
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 4:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אוהב ספרים האט געשריבן:אויסשטאפיר פאר די ווייב
פאר דעם בר מצוה בחור
פאר אנדערע קינדער

אויב מאכסטו הזמנות
אויב גייסט צו א רבי מיט א קוויטל
אויב געסטו פאר שיינע יודען וואס קומען צו דיין שמחה
אויב מאכסטו א קידוש [אין א פריוואטע שוהל אדער א קהלישער שוהל]

אא"וו.

איך האב בר מצוה געמאכט פאר א פערטעל.

א בר מצוה איז נישט קיין חתונה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

האב איך אפיר געבעטען פון א חבר מיינער וואס האט אלעס אויפגעשריבען, טאקע ער האט געמאכט א אביסעלע מער בעל בתיש

קאר רענטעל $250.00
בחור כהלכה $475.00
בר מצוה בחור שטאפיר $2,100.00
שטאפיר [מאמע, אנדערע קינדער] $3,400.00
הזמנות $300.00
תפילין $2,600.00
שיינע יודען $650.00
סעודה - אולם $500.00
סעודה – טיפס וועיטער $120.00
סעודה - מוזיק $500.00
סעודה - פרחים $550.00
סעודה - תמונות $860.00
סעודה $5,500.00
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

אביסל מער ? פזרניש בתפארתו!
זוכט איר דוי?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אוהב ספרים האט געשריבן:האב איך אפיר געבעטען פון א חבר מיינער וואס האט אלעס אויפגעשריבען, טאקע ער האט געמאכט א אביסעלע מער בעל בתיש

קאר רענטעל $250.00
בחור כהלכה $475.00
בר מצוה בחור שטאפיר $2,100.00
שטאפיר [מאמע, אנדערע קינדער] $3,400.00
הזמנות $300.00
תפילין $2,600.00
שיינע יודען $650.00
סעודה - אולם $500.00
סעודה – טיפס וועיטער $120.00
סעודה - מוזיק $500.00
סעודה - פרחים $550.00
סעודה - תמונות $860.00
סעודה $5,500.00

און איך מאך דאס אלעס היינט פאר אינטער 5000. (שוין לאנג נישט געמאכט בר מצוה)

איך קויף זיך נישט א נייע בעקעטשע ביי יעדען קינד'ס חתונה, און זיכער נישט פאר א בר מצוה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

ווער האט מוזיק בבי א בר מצווה?
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

די חלומסט. וויפיל צאלסטו פאר תפילין?
וואס קאסט היינט א ביבער היט ווייסטו?
וויפיל היטען קופסטו פאר א בחור?
וויפיל פאר שיך?
סוטס? בעקיטשעס?
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גארגארפיק האט געשריבן:ווער האט מוזיק בבי א בר מצווה?


נעם אראפ מוזיק בילדער בלומען הזמנות בלייבט נאך אלטץ איבער היפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אוהב ספרים האט געשריבן:האב איך אפיר געבעטען פון א חבר מיינער וואס האט אלעס אויפגעשריבען, טאקע ער האט געמאכט א אביסעלע מער בעל בתיש

קאר רענטעל $250.00
בחור כהלכה $475.00
בר מצוה בחור שטאפיר $2,100.00
שטאפיר [מאמע, אנדערע קינדער] $3,400.00
הזמנות $300.00
תפילין $2,600.00
שיינע יודען $650.00
סעודה - אולם $500.00
סעודה – טיפס וועיטער $120.00
סעודה - מוזיק $500.00
סעודה - פרחים $550.00
סעודה - תמונות $860.00
סעודה $5,500.00

דאס קומט אויס צו 17805

ווער ספענד אזעליכע געלט אויף א בר מצוה?

ווייסט וויפיל מיין בר מצוה האט געקאסט? נישט קיין 1500 מיט די תפילין צוזאם. געווען אין דער היים (אויף צוויי שטאק; מענער אויף איינע און פרויען אויף די צווייטע)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דונש האט געשריבן:אביסל מער ? פזרניש בתפארתו!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

תפילין (פון היימישע סוחרים) 2500
שטאפיר פאר בחור'ל (קלאדינג, דרייגוד, היטן וכו' ) בערך 2500
בר מצוה נאכט מינומום 2500
פארשידענס נאך א טויזענטער
ס"ה 8500
זוכט איר דוי?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אוהב ספרים האט געשריבן:די חלומסט. וויפיל צאלסטו פאר תפילין?
וואס קאסט היינט א ביבער היט ווייסטו?
וויפיל היטען קופסטו פאר א בחור?
וויפיל פאר שיך?
סוטס? בעקיטשעס?

היטן ביידע צוזאמען בערך 400
בר מצוה פעקעדזש איז 500 ביי GG פלאס עקסטערעס נאך 2 3 הונדערט
די בגדי לבנים מיט די כאלאטן מיט די שיך, איך געדענק נישט אויסעווייניג, אבער 1000 איז שוין ברייט
האלט איך ביי צוויי טויזענט
מיט די רביס רבנים דיינים מלמדים 500 איז שוין גאר אסאך
יעצט בלייבט תפילין מיט בר מצוה נאכט
ביי מיר האט די תפילין געקאסט מער ווי די בר מצוה נאכט, אן קיין מוזיק, אן קיין בלומען, א פיינע גוטע סעודה (מיט פרויען, כ'האב שוין געהאט בר מצוה'ס אן קיין פרויען אויך, דאס איז נאך א שיינע מטבע אראפ)

בקיצור ברייט גערעדט איז עס ערגעץ ביי 6 7 טויזענט דאלער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

SPUSMN האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ווייסט וויפיל מיין בר מצוה האט געקאסט? נישט קיין 1500 מיט די תפילין צוזאם. געווען אין דער היים (אויף צוויי שטאק; מענער אויף איינע און פרויען אויף די צווייטע)



ווי באקומט מען היינט מהודרדיגע תפילין פאר אונטער 1000 דולר?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דערפאר קאסט טאקע מער; אבער מיינט נישט אז צוליב דעם איז הותר הרצועה און א בר מצוה דארף זיין א חתונה. דער וואס האט, מיטען גאנצען הארצען; אבער דאס איז נישט פאר די מערהייט וואס מאכען פשוטע שייינע בר מצוה'ס.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 5:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

מי יודע האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:די חלומסט. וויפיל צאלסטו פאר תפילין?
וואס קאסט היינט א ביבער היט ווייסטו?
וויפיל היטען קופסטו פאר א בחור?
וויפיל פאר שיך?
סוטס? בעקיטשעס?

היטן ביידע צוזאמען בערך 400
בר מצוה פעקעדזש איז 500 ביי GG פלאס עקסטערעס נאך 2 3 הונדערט
די בגדי לבנים מיט די כאלאטן מיט די שיך, איך געדענק נישט אויסעווייניג, אבער 1000 איז שוין ברייט
האלט איך ביי צוויי טויזענט
מיט די רביס רבנים דיינים מלמדים 500 איז שוין גאר אסאך
יעצט בלייבט תפילין מיט בר מצוה נאכט
ביי מיר האט די תפילין געקאסט מער ווי די בר מצוה נאכט, אן קיין מוזיק, אן קיין בלומען, א פיינע גוטע סעודה (מיט פרויען, כ'האב שוין געהאט בר מצוה'ס אן קיין פרויען אויך, דאס איז נאך א שיינע מטבע אראפ)

בקיצור ברייט גערעדט איז עס ערגעץ ביי 6 7 טויזענט דאלער


ביז די בר מצוה נאכט ביסטו כמעט די זעלבע. פחות או יותר.
ווער האט גלערנט הלכות תפילין פשעטל וכו' ? דו אדער געדונגען איינעם?
וויפיל קאסט א בר מצוה אין מנוחה ושמחה?

אין בארא פארק קאסט יעדע ביליגסטע זאל 500 דולר און דאס איז פאר אלעם.

ביסט אריין מיט א קוויטעל צו דיין רבי? וויפיל האסטו איהם געגעבען? פאר קוויטעל שרייבער? פאר הויז בחור?
דיין וויב האט געקויפט א נייער שייטל? די ערשטע מאל די צווייטע מאל וכו'? א נייע קלייד? וכו ועוד

אקיצער אויב דו שרייבסט אף עכט הכל כאשר לכל אין ב"פ אדער וומסב"ג קאסט דיר א "פשוטער" בר מצוה [נישט אינדערהיים] א צענער און ארויף, מער בעל בעתיש איז אין לדבר שיעור.

היינט איז נישטא קיין איינער בעולם בארה"ב וואסמאכט בר מצוה כולל תפילין פאר אונטער 1500 דולר אבי געהאקט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיין בר מצוה פאר אינטער 1500, האביך געמיינט מיינס ממש און נישט מיין קינד'ס. דענמאלט האבען תפילין נישט געקאסט די פרייזען און מיינע תפילין זענען פון א חשובע סופר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

SPUSMN האט געשריבן:מיין בר מצוה פאר אינטער 1500, האביך געמיינט מיינס ממש און נישט מיין קינד'ס. דענמאלט האבען תפילין נישט געקאסט די פרייזען און מיינע תפילין זענען פון א חשובע סופר.


מיין זיידענ'ס בר מצוה פארן קריג האט אויסער די תפלין נישט געקאסט גארנישט, מען האט געגעבען אביסעלע הערינג און בראנפען אין ביהמ"ד נאכן תפילין לייגן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עקזעקטלי מיין פוינט.

ביי מיין זיידע האט מען דאס אויך נישט געגעבען (ער איז שוין געווען יארען אין ישיבה).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אבער אונז רעדן פון די מציאות וואס איז, נישט וואס איז געווען, און נישט וואס מען וויל זאל זיין, ועל זה יש להסתכל מה הממוצע, רוב ציבור מאכט נישט חתונה אין בית מרדכי אין קרית יואל, ועל זה נשאלת השאלה פון פותח האשכול פון ווי נעמט מען.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אוהב ספרים האט געשריבן:אבער אונז רעדן פון די מציאות וואס איז, נישט וואס איז געווען, און נישט וואס מען וויל זאל זיין, ועל זה יש להסתכל מה הממוצע, רוב ציבור מאכט נישט חתונה אין בית מרדכי אין קרית יואל, ועל זה נשאלת השאלה פון פותח האשכול פון ווי נעמט מען.

שוין לאנג נישט בית מרדכי, ס'איז אולם עקשטיין. זייער א שיינע זאל - פאר די וואס חתונה מאכן קאסט 50 אלפים.
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”