מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

צו געזונט האט געשריבן:Attitude איז באנעמונג. עס איז פערהאן א גוטע און א שלעכטע. אויב וועט עס דער בחור טוישן זיין באנעמונג צוליב שרעק פון זיינע עלטערן, דאן ווען ער וועט זיך זעהן ארויס פון זייער רשות, וועט ער זיי אנצייגן וואס מיינט ס'פאסט נישט...
זאגען אלסדינג מיט ליבשאפט און רוהיג, איז אויך נישט א גאנג פאר יעדן. ווייל געוויסע זאכען דארף מען זאגען שטרענג און מען זאל וויסען אז עס איז אן אומרעכט.
יעדער בחור איז אנדערש, און יעדער נעמט זאכען אנדערש. אבער, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז פערשעמען אין פובליקום איז א צוגאנג

פארדעם האבן אינזערע ספרים געלערנט "ימין מקרבת ושמאל דוחה"
איך מאך זיכער אייביג נאך פעטש אדער שרייען צו געבן גאר שטארקע ליבשאפט, אמאל אפילו אינמיטן די פעטש/שרייען...
דאס מעסעדש וואס די קינד דארף באקומען אז טאטי האט אים יעצט גאר גאר שטארק ליעב, נאר ער האט א ייצר הרע אין זיך וואס רעדט אים צו שלעכט, איך קען זאגן פאר מיין קינד פארן שאלגן אז איך גיי אים יעצט נישט שלאגן, איך גיי שלאגן די ייצר הרע וואס ער האט אריינגעלאזט אין זיך...
אנטשולדינג פארן רעדן פון קינדער ווען איר האט ארויפגעברענגט די נושא פון בחורים, סארי איך האב נאכנישט קיין בחורים צו וויסן, אבער איך קלער אז די זעלבע איז ביי די בחור, אויב די בחור פילט פונעם טאטען א פראזענדליכע אויפגערעגט'קייט האט די טאטע מיין איך פאלוירן די בחור, די בחור'ס מעשים האט גארנישט מיט אים אליין, ער דארף באקומען א געפיל פונעם טאטען אז ער איז א גאלגענע בחור, אין רוב בחורים ווילן באמת נאר זיין גוט, נאר זיי האבן שטארקע שווערעקייטן, סאו קומט נישט בכלל דא אריין געבן ערעטוט.
לויט ווי איך פארשטיי איז די אפטייטש פון ערעטוט "א פראזענדליכע גערעגט'קייט פונעם טאטען אויפן בחור". דאס איז א שרעקליכע חורבן.
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס בארואיגט באדערט בעיקר איז די טאטעס נגיעות ווען מען מוסר'ט דעם בחור.

איך האב שוין אויך מיגעהאלט סיריעס פייט'ס ביים גלעזער סטאר, דשי ענד דשי, ביים בארבער, און ווי נישט, מאמעס און טאטעס פליקן זיך ארום מיט די בחורים אויף נערישע זאכן, און בעיקר הערט מען דעם ''ס'פאסט נישט''.
לייג דעם פאסטעך און די זייט, און נעם דעם בחור'ס טובה, זאג אים, ווער ווילסטו זאל זיך צישארן צי דיר גוטע בחורים אדער באמעס? גייסטו קויפן די לעיטעסט סטייל גלעזער גייען זיך די גוטע בחורים אפזאטעלן פון דיר, וכו'.

עס איז דא א באקאנט ווארט!
דער וואס איז מחנוך די קינדער אינדערהיים איז אין פאבליק שטיל,
אין דער וואס אינדערהיים קערט ער נישט, כאפן די קינדער אין פאבליק!
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

איך וויל אייך זאגן שכל'דיג: עס אי זייער א גוט ווארט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

הענדימען האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:אן אריינגיין אויף וואס מען זאל טוען למעשה, וויל איך נאר מגיב זיין אויף דער פרעגער און וויאזוי ער האט געפרעגט, און זאגן אזוי, איין זאך זאל מען וויסן קלאר ״דיין קינד איז נישטא דיך צו ברענגען נחת אבסעלוטלי נישט!!!״ און אויב לעבט איינער מיט דעם מהלך גייט איר און ערגעץ נישט אנקומען.

א מענטש דארף לעבן מיט די מהלך אז איך בין מחנך מיינע קינדער זיי זאלן גיין בדרך השם און וויפיל נחת זיי ברענגען מיר איז כל הכבוד אבער דיין קינד איז דיר גארנישט שולדיג און איר קענט דאס אוודאי נישט פארלאנגען.
ודוק כי עמוק הוא.
עציץ נקוב האט געשריבן:דאס איז זיכער אז עס טאר נישט זיין אין פראנט פון אנדערע מענטשען
און זיין קלאר ביי זיך אז דו דארפסט מחנך זיין דיין קינד אבער ער איז נישט דיינס א חפץ
אפילו גאנץ קליינע קינדער כאפן ווען מען מיינט זיך
געריבענער סוחר האט געשריבן:וואס בארואיגט באדערט בעיקר איז די טאטעס נגיעות ווען מען מוסר'ט דעם בחור.

איך האב שוין אויך מיגעהאלט סיריעס פייט'ס ביים גלעזער סטאר, דשי ענד דשי, ביים בארבער, און ווי נישט, מאמעס און טאטעס פליקן זיך ארום מיט די בחורים אויף נערישע זאכן, און בעיקר הערט מען דעם ''ס'פאסט נישט''.
לייג דעם פאסטעך און די זייט, און נעם דעם בחור'ס טובה, זאג אים, ווער ווילסטו זאל זיך צישארן צי דיר גוטע בחורים אדער באמעס? גייסטו קויפן די לעיטעסט סטייל גלעזער גייען זיך די גוטע בחורים אפזאטעלן פון דיר, וכו'.

די דריי תגובות קאווערן דעם גאנצן נושא


קינדער זענען נישט עפעס א נחת מאשין. קינדער זענען א רעספאנסעביליטי, אן אחריות. און אויב באהאנדלט מען זיי ריכטיג ע"פ תורה און מ'האט די ריכטיגע השקפה, וועט דער אייבישטער העלפן און מ'וועט האבן אסאך נחת

די מצוה פון האבן קינדער איז נישט כדי צו באשיינען דיין שבת טיש. זיי זענען די קומענדיגע דור עבדי השם. עבדי השם מיינט אז זיי זענען אינגאנצן אונטערגעווארפן אונטער דעם באשעפער'ס ווילן און ווילן נישט גארנישט אנדערש

ווען איך ווייז פאר מיין קינד אז זיינע רצונות זענען גארנישט װערד נאר ווייל איך וויל אנדערש, וואס לערן איך אים?

עלטערן האבן א רעכט צו שטעלן דעם טאן אינדערהיים און די סיבה דערפאר איז כדי זיי זאלן קענען מחנך זיין די קינדער. נישט אז זיי זאלן קענען האבן כבוד פון די קינדער. דאס וועלן זיי האבן אויב דער אייבישטער וועט עס באשערן

איך ווייס פון עלטערן וואס פארלאנגן אז די זין זאלן אויסוואקסן דיינים און די טעכטער פרינסיפעלס. ווייניגער גייט נישט. זיי קענען ווען שעפן הויפנס נחת פון א הערליכע דור אמת'ע יראים ושלימים אבער זענען נישט צופרידען (וויאזוי זייערע קינדער זענען געראטן איז א פרשה פאר זיך)

בקיצור. א טאטע מעג און מוז מחנך זיין און פארלאנגן דיסציפלין פון זיינע קינדער אבער ער זאל ארויסנעמען דעם עגא און דעמאלט וועט ער שוין נישט שפירן אזא געברויך צו שרייען אויף זיין קינד אין פאבליק (וואס קען זיין אן איסור דאורייתא און העלפט סייווי נישט) קודם וועט ער עס נישט נעמען אזוי פערסאנאל און צווייטענס וועט ער נישט מוזן ווייזן פאר דעם יעניגער וואס קוקט זיך צו פון די זייט, אז ער איז בעסער ווי זיין זוהן


- איך בין איינשטימיג מיט יעדעס ריכטיג ווארט אין דעם אשכול בעצם און עס איז כמעט נישט דא וואס מוסיף צו זיין צו אלע הערליכע תגובות ובפרט פון הרב הענדימען, אבער איך טראכט ארויסצוברענגען געוויסע נקודות [וואס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דא] אויף מיין וועג און אפשר וועט עס ברענגען מער הבנה פאר געוויסע מענטשן.
- בהקדם וויל איך ארויסברענגען אז א מענטש איז דא אויף דער וועלט אויסצופירן רצון הבורא ב"ה און אים צו ברענגען נחת, יעדער האט זיך זיין ספעציעלע שליחות אבער בכלליות דארף מען פרובירן בכל כחו ומאודו וכו' אויסצופירן רצון השם אזויווי עס שטייט געשריבן אין די תורה און מפורש דורך אונזערע רבי'ס אנגעהויבן פון משה רבינו ביזן קלענסטן רבי'ן היינט צוטאגס ווי רבנים דיינים און מלמדי תינוקות. האפנטליך וועט מען זוכה זיין אויסצופירן דעם ספעציעלן שליחות וואס ער דארף משלים זיין פאר די תכלית הבריאה און שלימות רצונו יתברך כמבואר בספרים הק'.
- די ערשטע מצוה אין די תורה איז פרו ורבו כי לא לתוהו בראה כי אם לשבת און כדי עס זאלן ווייטער זיין עבדי השם וואס וועלן אויספירן דעם רצון השם און מרבה זיין כבודו יתב' בעוה"ז וכו'.
- א מענטש איז מחויב עפ"י תורה מחנך זיין זיין קינד צו טוהן מצוות ומעש"ט אויסצופירן דעם רצון השם און עס איז מבואר בש"ס ובשו"ע יעדע מצוה ווען וואס און וויפיל.
- דער חכם מכל אדם זאגט אין משלי חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה, אלזא אויב מען וויל ער זאל בלייבן מיט די חינוך דארף מען עס טוהן אויף אן אופן ער זאל עס נישט וועלן אראפווארפן פון זיך די ערשטע געלעגנהייט וואס ער האט רח"ל.
- אין חינוך ווערט אריינגערעכנט און לכאורה איז דאס די גרעסטע חלק און פירוש פון דעם ווארט חינוך, איינגעוואוינען מען דארף זעהן איינצוגעוואוינען דאס קינד פון קליינערהייט אן מקיים צו זיין מצוות ומעש"ט און זיך נישט פוצן דעם גוף וכו' אלעס וואס מען האלט פאר ריכטיג על פי תורה וחסידות.
- מען קען נישט פלוצלינג באפאלן א קינד וואס האט פאר 10-15 יאר זיך צוגעוואוינט צו איין וועג פון לעבן און מיטאיינמאל געבן א פסק: היתכן דו פירסט זיך נישט אויף ווי א ערליכער איד! דאס איז לכאורה א עונש בפה און אויף עונשים שטייט אין עונשין אא"כ מזהירין. אלזא ווען מען שפירט אז עס איז צייט אז א קינד זאל אנהייבן טוהן א נייע זאך זאגט מען אים אין א גוטע געלעגנהייט: דו ביסט שוין גענוג גרויס צו טוהן אזוי און אזוי... ! מען איז אים מעודד אויף א שיינע וועג הרבה פעמים זיך צו פירן על דרך הישר און ווי דער חכם מכל אדם זאגט אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך, און עס איז דא א פירוש אויף דעם אז דו זאלסט נישט מוסר'ן א קינד און אים זאגן : דו לץ איינער דו ליידיג גייער פארוואס טוסטו אזוי?! ווייל פן ישנאך.. נאר וואזשע דען?! הוכח לחכם - זאג אים: ביסט דאך אזא קלוג קינד עס פאסט נישט אז אזא וואוילער ערליכער אינגל/בחור זאל טוהן אזוי!
- אז מען שפירט אז מען האט שוין גענוג מאל אים געלערנט און עס וואלט שוין געווען העכסט צייט אז ער זאל זיך אזוי פירן (מען קען זיך דורכשמועסן מיט קלוגערע פון זיך וואס דער גדר איז אבער עס איז זיכער דא אזא זאך כדלהלן.) און מען זעהט אז ער האט נישט געטון אזוי, ווי למשל: ער איז אויפגעשטאנען שפעט און מען קען אים [ווי געווענליך א טאטע קען זיין קינד] און מען ווייסט אדער מען איז משער אז ער האט זיך פשוט געלאזט פון דעם יצה"ר פון פוילקייט, איז דא אויף דעם א פסוק ביי אדוניה בן חגית (מלכים א ו): ולא עצבו אביו מימיו לאמר מדוע ככה עשית!!! דהיינו אז די פסוק איז מעיד אז די סיבה פארוואס ער איז אויפגעוואקסן אזא אויסוואורף איז געווען ווייל זיין טאטע האט אים קיינמאל נישט געמאכט טרויעריג און אנגעזעצט מיטן פרעגן: פארוואס האסטו דאס געטון? זעהט מען אז עס איז דא אזא זאך, און נישט נאר דאס, נאר אויב מען טוט קיינמאל נישט אזוי דעמאלטס איז א גרויסע פראבלעם, און דער בוכ"ע זאל אפהיטן וואס עס קען אויפוואקסן פון א קינד וואס הערט קיינמאל נישט קיין קריטיק און טאקע אויף אן אופן וואס ער זאל בלייבן מיט די צונג אינדרויסן, און די איינציגסטע תירוץ איז אז: איך האב מיך דאסמאל געלאזט פון דעם יצה"ר איך האף און איך וועל בעז"ה דאס קומענדיגע מאל אים נישט פאלגן און זיך שטארקן.
- מען דארף אלעמאל זיך האלטן דאס גלייכגעוויכט און געדענקען אז די סיבה פארוואס מען דארף מחנך זיין די קינדער איז ווייל דער באשעפער וויל אז זיי זאלן אויך זיין ערליך, ער וויל נישט אז זיי זאלן אים דערצערענען. מען דארף דאס האלטן אין איין חזר'ן צו זיך. אוודאי איז עס א גרויס כבוד אויב די קינדער זענען ערליך אבער ווי מעג מען פאר דעם צורך פון מוותר זיין זיין אויף די אייגענע כבוד עובר זיין אויף דעם רצון השם און ח"ו נישט מחנך זיין די קינדער?
- פניות און רצונות עצמיים זענען א געשלעג וואס יעדער איד דארף זיך אויף דעם שטארקן יעדער דארף פרובירן אנצוקומען צו טוהן דעם רצון השם בלתי לה' לבדו. בלעימען א מענטש וואס האלט נאכנישט דארט איז אויך נישט ריכטיג מען דארף מתפלל זיין אויף יענעם אז ער זאל צוקומען צום אמת, אבער די מעשה איז טאקע מגונה און מען דארף אויסשמועסן אז אזא מהלך איז נישט ריכטיג.
- אין די צייטן פון די גמרא איז שוין געווען אזעלכע זאכן ווי שנים שצלו את פסחיהן איינער האט געגעסן לשם מצוה און איינער לשם תאוה, על זה נאמר צדיקים ילכו בם ועל זה נאמר ופושעים יכשלו בם רח"ל מהאי דעתא.
- דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זוכה זיין מחנך צו זיין די קינדער אויפן ריכטיגן וועג ולתכלית האמיתי פאר די אמת'ע סיבה פארוואס מען דארף מחנך זיין און מען זאל זוכה זיין ריכטיג מתפלל צו זיין דרך שקר הסר ממני און די תפילות זאלן נתקבל ווערן אכי"ר.
והבן כי קצרתי.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:

זייער א שיינע תגובה, הערליך צונומען דעם נושא

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:
והבן כי קצרתי.

זייטס ביטע נישט מקצר, מיר זענען גרייט צו הערן נאך..
---
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

וואס איז דא פיקטלך די נושא ? צו א טאטע מעג פארהאלטן פאר א קינד פאר קלייניקייטן צו נישט, אדער איז די נושא אויב צוווייזן עדיטאט איז נישט די ריכטיגע וועג אפילו ביי וויכטיגע זאכן נאר פשוט גיב א פסק און גיי ווייטער?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זאל זיין ביידע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@צייט פארטרייבונג: א הערליכע תגובה!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פעיק ניוז האט געשריבן:זאל זיין ביידע.

איך האב זיך בעיקר געשטעלט אויף די צווייטע און כ'מיין אז רוב עולם אויך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”