מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

מעג א טאטע געבן עטיטוד פאר די קינדער אדער בחורים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נאכן זען היינט אנדערפרי ווי א טאטע געט שלעכטע עטיטוד פאר זיין 15 יעריגן בחור'ל היתכן ער שטייט אויף שפעט, 8:00 וויל איך אונפרעגן צו דאס איז בארעכטיג, די צדדים זענען אזוי.

פארוואס יא: איך בין דיין טאטע, און איך בין דא אויף די וועלט צו שעפן נחת מיט א שעפ לעפל, אין אויב די ברענגסט מיר נישט קיין כבוד אדער די טוטס עפעס וואס פארשעמט די משפחה, ווי זיך פארשטעלן פורים, אדער שלאפן אביסל לענגער ווי א נארמאלע בחור, קומט זיך דיר עטיטוד.

פארוואס נישט: כל דרכיה דרכי נועם, טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות, ער איז א צווייטע מין ווי דיר, ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.

#דיסקלעימער, עטיטוד מיינט נישט פארן טאן אן עוולה קעגן די תורה, נאר פארן עקטן ווי א 2019 בחור ווי נישט ברענגען גיניג כבוד פאר די משפחה, ווי גיין ארבעטן בין הזמנים, אדער רייכענען, נישט אופשטיין פארטאג'ס, נישט גיין מיט די בעקיטשע שבת באנאכט, וכו'.

וואס האלט די עולם?
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נאך א ביישפיל:

געווען איז עס שושן פורים מיטגעהאלטן אין שול ווי א טאטע זאגט אריין פאר זיין בחור היתכן מע טרינק זיך אזוי אן פורים קעגן די תורה, וואס ווילסטו פון עם??

דאס איז אוסגעהאלטן? וועגן די פאסט נישט מיינט נישט אז דיין זון איז געבוירן פאר דיר, איך בין גערעכט אדער נישט?
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נאך א ביישפיל:

געווען אין א G@G, א בחור האט זיך געוואלט קויפן א שיינע מאט בעקיטשע, פאר די טאטע שמעקט עס נישט מאיזהו סיבה, אריין געגעבן פארן בחור היתכן ער בעט עס אפילן, אזוי געשוינט די בחור, סע איז נישט קיין עבירה אין די בחור וויל זיין שיין אהער געשטעלט, אין די צייט וואס די טאטע גייט אויך דערמיט, וואס ווילסטו פון עם?? ער איז עפעס די בעל שם טוב?
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

האהא ס'העט איהם גארנישט העלפן די עדעטוט.... קענסט געבן וויפיל דו ווילסט.. עס איז קאנטער פראדאקטיוו... אין תש19 (און אייביג...) אז דו ווילסט ברענגען דיין בחור'ל צו טוען עפעס וואס "פאסט" פאר דיך, רעדט צו איהם בדרכי נועם.

והוא פשוט.
על "טעם וריח" אין להתווכח
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך האב נאך א קשיא אז מען רעדט פון כבוד
איז גערעכט אז א טאטע ביים זיכן א שידוך צי קיקן אויף כבוד עה ספאסט נישט, איך זיך א מחותן הא קערס אבאויט די חתן כלה. יא ליידער איז דא א קליינע פראצענט וואס זיכן א'' מחותן '' אנשטאט תכלית פאר די קינדער איך ווייס א פאל ווי א טאטע האט פארקויפט זיין קינד פאר אביסל כבוד
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן זען היינט אנדערפרי ווי א טאטע געט שלעכטע עטיטוד פאר זיין 15 יעריגן בחור'ל היתכן ער שטייט אויף שפעט, 8:00 וויל איך אונפרעגן צו דאס איז בארעכטיג, די צדדים זענען אזוי.


פארוואס יא: איך בין דיין טאטע, און איך בין דא אויף די וועלט צו שעפן נחת מיט א שעפ לעפל, אין אויב די ברענגסט מיר נישט קיין כבוד אדער די טוטס עפעס וואס פארשעמט די משפחה, ווי זיך פארשטעלן פורים, אדער שלאפן אביסל לענגער ווי א נארמאלע בחור, קומט זיך דיר עטיטוד.

פארוואס נישט: כל דרכיה דרכי נועם, טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות, ער איז א צווייטע מין ווי דיר, ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.

#דיסקלעימער, עטיטוד מיינט נישט פארן טאן אן עוולה קעגן די תורה, נאר פארן עקטן ווי א 2019 בחור ווי נישט ברענגען גיניג כבוד פאר די משפחה, ווי גיין ארבעטן בין הזמנים, אדער רייכענען, נישט אופשטיין פארטאג'ס, נישט גיין מיט די בעקיטשע שבת באנאכט, וכו'.

וואס האלט די עולם?


# 2019
טאטע איז אלעס מחיוב און דער בחור איז אנדערע נאטור.... כאפסט
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

צום קעפל:
ער מעג, אבער ער זאל וויסן ס'איז א מתנה על מנת להחזיר, און ס'איז נישט גלייך אויף גלייך, נאר מיט א שמיץ אריבער

געבן עטיטוד איז נישט א קנין לזמן, ס'איז א חינוך וואס דו געסט אריין אין אום א וועג ווי אזוי אומצוגיין מיט זאכן וואס שמעקט נישט, און חוץ וואס דו אליין גייסט ליידן דערפון, איז עס א טופח על מנת להטפיח פאר די דורות הבאים ר"ל, איך קען אזעלכע משפחות וואס זענען א בחינה פון לא ימושו וכו'.

יעצט, א טאטע האט א רעכט מעורר זיין א בחור אויף זאכן, לאו דוקא זאכן וואס איז קעגן די תורה, נאר אפילו פאסטערנאק זאכן אויך, אבער ס'איז דא א וועג ווי אזוי, ווילסטו ס'זאל העלפן נוץ דעם ריכטיגן וועג, אז דו וועסט געבן עטיטוד ביסטו פארזיכערט אויף 100 פראצענט אז ס'וועט נישט העלפן.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז נישט אזוי פשוט.

א טאטע מעג זיך אויסשמועסן מיט זיין זוהן בדרך נועם אויב האלט ער אז ער טוט עפעס נישט לפי ערך כבוד המשפחה. מען רעדט נישט פון קיין עקסטרעמע זאכן. אז מיין בחור וואלט גערייכערט וואלט איך נישט געבליבן שטיל, נישט ווייל ס'איז מיר נישט קיין כבוד, נאר ווייל ס'איז נישט געזונט פאר מיין זוהן ברחניות ובגשמיות.
טרינקן אלקעהאל קען ברענגען לעגאלע קאנסעקווענצן פארן טאטן אויב דער בחור איז אונטער אכטצן.

אבער אז דער בחור וויל זיך פארשטעלן פורים, געזונטערהייט! איי שידוכים? איך פייף אריין. אז דער בחור פוצט זיך, דארף מען דערגיין וואס ליגט אונטער דעם. נישט אים סעקירן.

איין זאך וואס איך טוה ווען איך זעה מיינס א קינד גייט דורך א תקופה נישט אזוי גלאטיג: איך גיב אים/איר די מערסטע ליבשאפט וואס איך קען. געווענליך טוען זיך זאכן אויסגראדן פון זיך אליינס בדוק ומנוסה. אן קיין צענדליגער טויזנטער אין טעראפי קאסטן.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך קען איין זאך זאגן פון עקספיריענס, כ'האב געהאט ביי איינע פון מיינע קינדער וואס ער האט נישט געטון א געוויסע זאך וואס האט מיר געבאדערט, אנהייב האב איך פרובירט מיטן שטרענגן אזוי ווי אונזערע אלטע מלמדים פלעגן טון, אבער נאך וואס איך האב געזען אז איך טו סיי ווי גארנישט אויף, האב איך עס פלעין איגנארירט (על פי עצת מחנך, פארשטייט זיך יעדע קעיס איז אנדערש), און מיט די צייט האט ער זיך אליין געבעסערט.
היינט צוטאג, האב איך נאך א קינד אין די עיזש ווי ער איז געווען, און יענער טוט די זעלבע זאך, און דער ערשטער קינד וואס איז שוין עלטער האלט מיר כסדר פאר, טאטי, פארוואס זאגסטו גארנישט?, פארוואס טוסטו גארנישט?, און איך בין אים יעצט מחנך ער זאל וויסן פאר זיינע קינדער, אז צומאל איז איגנארירן אויך א מהלך, ווייל מיטן סעקירן קומט מען נישט אן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

לענ"ד און איך פרוביר זיך אזוי צופירן, ווענדט זיך אין די מציאות.
אויב איז עס אזאך וואס די טאטע וועט ליידן לעגאלע קאנסקעווענצען, למשל לאזן א קינד שיכורן אינדערהיים וואלט איך נישט געלאזט.
אבער אויפשטיין שפעט, דאס קינד איז נישט דיינס א פראדוקט, ער איז אינדעפענדענט, קענסט אים ווייזן א סעמפעל אז די שטייסט אויף צייטליך.
לבוש ענינים לאז איך טוען ווי אזוי אים געפעלט, און איך קוק נישט אויף מיין געפילן.
אפילו אין אידישקייט ענינים זאג איך נישט גארנישט נאר ווען ער פרעגט מיר וואס צו טוען און ווי אזוי די הלכה איז, און פארשטייט זיך ווען איך פיל ווי ער וויל ערגעץ צוקומען צי עפעס בין איך בכלל נישט מחמיר אויף זיין חשבון, נאר פרוביר שיין צי זאגן איך טוה למשל אזוי, אבער עס איז דא אסאך שיטות וואס האלטן אז מען מעג טוען אזוי.
שידוכים גלייך איך אז עס איז באשערט און גארנישט וועט נישט העלפן.
לגבי רייכערן האב איך געהערט פון א קלוגע איד, אז זיין טאטע האט אים אלץ קליין בחור געלאזט טרינקען ברוינפן און רייכערן ווען ער האט געוואלט, פארשטייט זיך נישט אסאך צו ברענגען לסכנה, און אויך איז עס נישט געווען אומלעגאל דאן, אבער די פוינט איז וואליד, ער האט זיך אזוי פארעקלט דענמאלטס פון ברוינפן און ציגארעטלעך אז ער האט יארן נישט געטרינקען און גערייכערט און אוודאי נישט געווארן קיין אלקאהאליק.
איך אליינס האב ס"ה נאר צוויי מאל פרובירט צי רייכערן אלץ בחור, ב"ה איך האב מיך אזוי פארעקלט דערפון אז איך האב קיינמאל נישט אריינגענומען א ציגארעטל אין מויל מער. אז דיין זון וועט נישט פילן מיט די ציגארעטל ווי ער האט עפעס וואס זיין טאטע לאזט נישט וועט ער לכאורה נישט פילן אזא תאווה דערין.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

חינוך איז נישט קיין שווארצע און ווייסע מהלך, ס'דארף א באלאנס, ווען מ'זעט א טאטע מוסר'ט א קינד פאר'ן אויפשטיין שפעט למשל, איז מעגליך איז דאס איז די ריכטיגע זאך, דער צושויער מעג נישט און קען דאס נישט דן זיין, ס'ווענדט זיך אין זייער אסאך זאכן

די ריכטיגע זאך איז ווען מען איז אין דילעמא וויאזוי צו האנדלען מיט א קינד, מען זאל זיך שואל עצה זיין מיט א דרויסנדיגן פארשטאנדיגן מחנך, וואס האט נישט די אייגענע נגיעות און וועט אים קענען ראטן די ריכטיגע
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

כ'בין איינשטימיג מיט וואס אסאך האבן שוין געשריבן - סתם גיין מיט שטרענגן קומט מען געווענליך אין ערגעץ נישט אן

אבער כ'בין נישט איינשטימיג מיט די שפראך און בליק פון דער חשובער פותח האשכול

בארואיגט-אייך האט געשריבן:טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות... ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

האמיר שוין געהערט דעם צד פונעם בחור, יעצט ווארט מיר אז דער טאטע זאל עפענען אן אשכול מיט זיין צד פון די מטבע. #אפענע דעבאטע
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

עטיטוד פאר טיענעיזשער?? נאו נאו, ס'איז ווי לעשן פייער מיט גאזאלין.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

להודיע האט געשריבן:האמיר שוין געהערט דעם צד פונעם בחור, יעצט ווארט מיר אז דער טאטע זאל עפענען אן אשכול מיט זיין צד פון די מטבע. #אפענע דעבאטע

:lol:
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:האמיר שוין געהערט דעם צד פונעם בחור, יעצט ווארט מיר אז דער טאטע זאל עפענען אן אשכול מיט זיין צד פון די מטבע. #אפענע דעבאטע

:lol:


די טאטעס זייט:

וואס הייסט ער קילט זיך אפ, זייט ווען איז געהערט געווארן אז א בחור פארשטעלט זיך פורים? ער מאכט מיך בושות, זייט ווען איז געהרט געווארן אז א בחור האט א עלעקטערל ציגרעטל, מיט רעכט קומט זיך עם אין באבנ'ס בוידעם, ווער וועט עם אזוי דארפן...

די בחור זייט:
וואס ווילסטו פון מיר, יעדער גייט אזוי, וכו'
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

הלשון האט געשריבן:כ'בין איינשטימיג מיט וואס אסאך האבן שוין געשריבן - סתם גיין מיט שטרענגן קומט מען געווענליך אין ערגעץ נישט אן

אבער כ'בין נישט איינשטימיג מיט די שפראך און בליק פון דער חשובער פותח האשכול

בארואיגט-אייך האט געשריבן:טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות... ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.


שכח פארן מיך אונריפן מיטן "לשון" חשובער פותח האשכול....
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

להודיע האט געשריבן:האמיר שוין געהערט דעם צד פונעם בחור, יעצט ווארט מיר אז דער טאטע זאל עפענען אן אשכול מיט זיין צד פון די מטבע. #אפענע דעבאטע

:lol: :lol:
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

להודיע האט געשריבן:האמיר שוין געהערט דעם צד פונעם בחור, יעצט ווארט מיר אז דער טאטע זאל עפענען אן אשכול מיט זיין צד פון די מטבע. #אפענע דעבאטע

שוין דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=39278
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

די גאנצע דיבאטע גייט לכאורה אריין אין דעם קאטאגאריע
זעה מיין אינטערשריפט
The Divided States Of America
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

יש בו האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:האמיר שוין געהערט דעם צד פונעם בחור, יעצט ווארט מיר אז דער טאטע זאל עפענען אן אשכול מיט זיין צד פון די מטבע. #אפענע דעבאטע

שוין דא
viewtopic.php?f=25&t=39278

אוי זאגסטו גוט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווי אנדערע האבן געשריבן קען מען נישט שרייבן קיין כללים וואס יא אדער נישט צו טון ווייל הכל לפי המצב. אבער דאס איז זיכער אז טאמער דארף מען אמאל מוסר'ן דארף עס זיין אויף אן אופן די קינד/בחור זאל שפירן אז ס'קומט מחמת אהבה און אן קיין זייטיגע חשבונות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

דריידל האט געשריבן:אן קיין זייטיגע חשבונות

מ'האלט נאכנישט ביי די זייטיגע,
מרעדט נאך פון די פון אינמיטן,
The Divided States Of America
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאכן זען היינט אנדערפרי ווי א טאטע געט שלעכטע עטיטוד פאר זיין 15 יעריגן בחור'ל היתכן ער שטייט אויף שפעט, 8:00 וויל איך אונפרעגן צו דאס איז בארעכטיג, די צדדים זענען אזוי.

פארוואס יא: איך בין דיין טאטע, און איך בין דא אויף די וועלט צו שעפן נחת מיט א שעפ לעפל, אין אויב די ברענגסט מיר נישט קיין כבוד אדער די טוטס עפעס וואס פארשעמט די משפחה, ווי זיך פארשטעלן פורים, אדער שלאפן אביסל לענגער ווי א נארמאלע בחור, קומט זיך דיר עטיטוד.

פארוואס נישט: כל דרכיה דרכי נועם, טריי צו שלינגען אדער צו ארבעטן אויף דיינע מידות, ער איז א צווייטע מין ווי דיר, ער קומט דיר נישט גארנישט, וכו'.

#דיסקלעימער, עטיטוד מיינט נישט פארן טאן אן עוולה קעגן די תורה, נאר פארן עקטן ווי א 2019 בחור ווי נישט ברענגען גיניג כבוד פאר די משפחה, ווי גיין ארבעטן בין הזמנים, אדער רייכענען, נישט אופשטיין פארטאג'ס, נישט גיין מיט די בעקיטשע שבת באנאכט, וכו'.

וואס האלט די עולם?

שלעכטע עטיטוד טוט אויף אדער נישט? קענסט זאגן מיט א זיכערקייט אז ס'טוט יא אויף ? קענסט זאגן מיט א זיכערקייט אז ס'טוט נישט אויף ?
אויב דו ביסט דער וואס האט זיך געזעהן געבן שלעכטע עטיטוד, און דו ווילסט חרטה האבן דערויף אדער נישט, מוז נישט זיין אז דו האסט עפעס קאליע געמאכט... ס'מוז זיין ? ס'מוז נישט זיין. ווייל ס'קען זיין אז דוקא דיין היינטיגע שלעכטע עטיטוד האט געמאכט אז זאכן זאלן זיך דרייען מן הסיבה אל הסיבה און ס'זאל אזוי אויסקומען אז עווענטואל וועלן זיך זאכן שטעלן גענוי אויפן פלאץ. און ס'קען זיין אז ווען נישט דיין היינטיגע שלעכטע עטיטוד, ווער ווייסט וואס ס'וואלט זיך אויסגעקאכט... דאס איז אלעס ווען עס איז 'געשען'...

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז "טו יעצט אזוי, און טו יעצט אזוי, ווייל אזוי וועסטו האבן יודיש נחת", דאס קען איינער פראווען ? ווען איינער זאגט "לאז יענעם טון וואס ער וויל", ווייל לאז יענעם באמת טון וואס ער וויל, אה דאס טוסטו נישט ווייל דו דארפסט א 'תוצאה', דאס טוסטו ווייל דו ביסט א מענטש וואס האט ליב 'פרייהייט', שוין...

פארשטייסט ? איך וויל נישט אז זאלסט ווערן אנטוישט, ווייל 'חינוך' קומט פון אויבן, מיט סיעתא דשמיא און תפילה ותחנונים. יא, ס'דא געציילטע כללים וואס מענטשן שטעלן זיך פאר אז ס'וואלט ווען געדארפט ארבעטן... ס'קען זיין אז יא, ס'קען אבער אויך זיין אז נישט.

אויב דו פרעגסט צו 'לכתחילה' זאל א טאטע געבן שלעכטע עטיטוד מיט'ן פלאן אז ס'גייט העלפן. דאס נישט. ווייל מ'שטעלט זייער זייער זייער איין. דאס וואס דו זעהסט אז קינדער וואס האבן באקומען שלעכטע עטיטוד זענען אויסגעוואקסן, דאס קען מען נישט נאכמאכן.

א קינד שפירט זייער זייער שלעכט נאכן באקומען שלעכטע עטיטוד, און קיין איין וואוילער יוד האט - לויט ווי איך שטעל מיך פאר - דאס קיינמאל נישט געטון...
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”