סּאושעל ענקזייעטי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
זעקסער
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקסער »

לפנות בוקר האט געשריבן:
זעקסער האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:@חושב זייער שטארק! מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די פראפעסיאנאלע וועלט, אז מען פארגעסט אז זענען אויך דא 'אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת' צום נפש העמוק, נישט ווייל מען האט זיי אויסגעלערנט נאר ווייל זיי פארשטייען עס באמת און זיי קענען העלפן מסדר זיין און ארויסהאבן די געפילן און אוועקשטעלן א ריינע מהלך המחשבה וואס בעז"ה וועט עס העלפן אוועקנעמען די שווערע הרגשים.

לעומת זה זענען דא מענטשן וואס צאלן אוועק טויזענטערס פאר די ""אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת וויאזוי צו ארויסצוען דעם לעצטן גרייצער פונעם מענטש אן אים העלפן בכלל

וואס מאכט א מענטש פראפעסיאנאל?

נו וואס טראכסטו? וואס מיינט א פראפעסיאנאל?
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

fiena nieas האט געשריבן:מיין עצה צו דיר איז זיי דיין אייגענע טערעפיסט ערשטענס זיך נישט צו געפעלן אנדערער די סיבה וואס דו זיכסט אזוי צו שמיעסן איז ווייל דו האסט מורא אז מענטשן וועלן זעהן אז קיינער שמיעסט נישט מיט דיר הייבסטו אן פילען אז דו ביסט א לא יצלך איז די עצה זיי סובל די געפיל, זיי קלאר פאר די גייסט אהין איך גיי פילן ווי א לא יצלח און איך איך קען סובל זיין די שלעכטע און אימבא'טעמ'טע געפיל
לפנות בוקר
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

זעקסער האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
זעקסער האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:@חושב זייער שטארק! מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די פראפעסיאנאלע וועלט, אז מען פארגעסט אז זענען אויך דא 'אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת' צום נפש העמוק, נישט ווייל מען האט זיי אויסגעלערנט נאר ווייל זיי פארשטייען עס באמת און זיי קענען העלפן מסדר זיין און ארויסהאבן די געפילן און אוועקשטעלן א ריינע מהלך המחשבה וואס בעז"ה וועט עס העלפן אוועקנעמען די שווערע הרגשים.

לעומת זה זענען דא מענטשן וואס צאלן אוועק טויזענטערס פאר די ""אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת וויאזוי צו ארויסצוען דעם לעצטן גרייצער פונעם מענטש אן אים העלפן בכלל

וואס מאכט א מענטש פראפעסיאנאל?

נו וואס טראכסטו? וואס מיינט א פראפעסיאנאל?

בפשטות וואלט איך געזאגט לייסענס..
אבער אויף האט חושב זייער שיין מסביר געווען אז נישט..
לפנות בוקר
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

ס'דא איין עצה וואס איך קען דיר געבן ס'ווערט גערופן Exposure therapy דאס מיינט אז זאלסט גיין דוקא צו אזאלעכע פלעצער ווי ס'קומט דיר אן שווער צו גיין אנפאנג גייט עס זיין יסורים אבער ווי מער דו גייסט עס טוען גייט עס ווערן גרינגער אין גרינגער
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מאך עקסערסייזעס אז איך גיי דוקא נישט שמיעסן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זעקסער האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:@חושב זייער שטארק! מענטשן זענען אזוי פארקויפט פאר די פראפעסיאנאלע וועלט, אז מען פארגעסט אז זענען אויך דא 'אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת' צום נפש העמוק, נישט ווייל מען האט זיי אויסגעלערנט נאר ווייל זיי פארשטייען עס באמת און זיי קענען העלפן מסדר זיין און ארויסהאבן די געפילן און אוועקשטעלן א ריינע מהלך המחשבה וואס בעז"ה וועט עס העלפן אוועקנעמען די שווערע הרגשים.

לעומת זה זענען דא מענטשן וואס צאלן אוועק טויזענטערס פאר די ""אומפראפעסיאנאלע' געזונטע קלוגע מענטשן וואס פארשטייען 'באמת וויאזוי צו ארויסצוען דעם לעצטן גרייצער פונעם מענטש אן אים העלפן בכלל

פאר דעם דארף מען טאקע וויסן צו וועם מען גייט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

איך האב נאכנישט דורך געליינט וואס יעדער האט דא געשריבן,
איך וויל נאר איין זאך קלאר שטעלן, אז איך בין שוין אויף פילן(זאלאפט) עטליכע יאר, און איך גיי שוין איבער א יאר צו א לייסנסד טעראפיסט, און סהאט 'כמעט' גארנישט געהאלפן
אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקס און ניינציגער »

בעקיטשע האט געשריבן:איך האב נאכנישט דורך געליינט וואס יעדער האט דא געשריבן,
איך וויל נאר איין זאך קלאר שטעלן, אז איך בין שוין אויף פילן(זאלאפט) עטליכע יאר, און איך גיי שוין איבער א יאר צו א לייסנסד טעראפיסט, און סהאט 'כמעט' גארנישט געהאלפן

השם הטוב ירחם
טעיק איט איזי
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:דער איינציגסטער עצה איז א לייסענסד טעראפיסט.
ס'איז א שאד יעדע אנדערע עצה וכדומה אפי' אז עס קען צומאל מעגליך העלפן אויף צייטווייליג

און וואס וועלן טוען די אידן וואס האלטן שוין נאך 10 יאר זיצן ביי "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי ווארטן נאך פאר א ישועה.....?

די סלאגאן קומט פון א אמונה אז די פראפעשענעל גויישע וועלט איז אן עולם התיקון.

הרב אילו זכינו איך גלייב טוה טוסט נישט אין דעם פעלד צו סאך ווייל אויב יא וואלטסטו נישט געזאגט מיט אזא קאנפידענטס אז דאס איז די איינציקסטע עצה.

אדרבה איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע גרויסע "לייסענסט טעראפיסטס" און זיי אויסגעפרעגט זייער סוקסעס ראטע, דו וועסט שטוינען צו הערן וויפיל פון די נעמען אויף יעדע וואך איבער 30 קליענטן און זיי קענען צאמקראצן קנאפע צוויי דריי מענטשן א יאר וואס זענען בפועל געהיילט געווארן... ויש להאריך בזה אבער דא איז נישט די פלאץ, אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, אפשר קען מען מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם

סאו איך בין פון די 2-3?...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אותיות האט געשריבן:טייערע חברים,

וואס טוט איר ווען איר קומט אן צו א שמחה ווי צום ביישפיל א שלום זכר און איר קענט נישט קיין נפש חיה? איר עסט אפ און גייט ווייטער? איר שטרענגט זיך אן צו רעדן צו איינעם?

פאר מענטשען וואס ליידן פון "סּאושעל ענקזייעטי" איז דאס ייסורי איוב...ספעציעל ווען מ'"דארף" זיך באטייליגן ביי די מאורע...

כ'ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט 'סאושעל ענקזייעטי', אבער צו דיין ספעציפישע פראגע וואלט איך געוואלט זאגן אפאר פונקטן.

קודם, דאס איז קלאר אז דו "דארפסט" נישט רעדן צו קיינעם. פינטל. עס איז זייער נארמאל אז אויב דו קענסט נישט קיינעם, זאלסטו באגריסן דעם בעל שמחה, אויסטרינקן דיין גלעזעל ביר, זיך שפילן מיט די ניסלעך א האלבע מינוט, הער דיך צו פאר נאך א האלבע מינוט צום שמועס וואס איז דא אויפן טיש, אויב איז דאס עפעס וואס אינטערעסירט דיך קענסטו מיטשמייכלען און הנאה האבן. אבער אז דו זעהסט אז דו שמועס איז נישט פאר דיר, קענסטו מאכן א רואיגע נאך-ברכה, געבן לחיים, און גיין.

אפילו דו וואלסט יא געווען איינער וואס האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן צו א פרעמדער מענטש ווי למשל דו קענסט אים שוין יארן, מוזטו אויך נישט יעדע מאל זיין אין די גיסטע דאס צו טוהן. יעצט ביסטו נישט אין די מאד... אדער דער שמועס אינטערעסירט דיר נישט... אדער די מענטשן זענען נישט דיין טייפ... וכדו'.

יעצט, קען זיין אז דאס איז טאקע וואס דו טוהסט, עס איז נאר אז דו פילסט מורא'דיג אומבאקוועם בשעת מעשה, דו פילסט ווי אויסגעשלאסן פון דער מענטשהייט, דו פילסט איינזאם, וכדו'. מיין ענטפער צו דיר איז, אז עס איז נארמאל צו פילן אביסל אומבא'טעמ'ט. ביסט דאך א מענטש מיט געפילן, עס איז זייער פארשטענדליך אז דו פילסט אזוי. עס איז אקעי. גארנישט.. כ'זאג דיר נאכאמאל ס'איז אקעי, דו מעגסט אזוי פילן, ווען דו וועסט ארויסגיין וועט עס לייכטער ווערן.

אויב דו פילסט אז מיין ענטפער אדרעסירט נישט דיין עכטע פראבלעם, דאן ליין ביטע די קומענדיגע שורה...
---

דאס איז מיין ענטפער ווייל דו פרעגסט וואס צו טוהן. אויב וואלט דיין שאלה געווען: "ווען איך קום צו אזא פלאץ פיל איך געפערליך, ווי איך זיץ אויף שפילקעס, איך פיל ווי איך וויל מיר אויפהייבן און ארויסלויפן... שוין!, וואס קען איך טוען ארויסצוקריכן פון די געפערליכע געפילן, און כ'מיין אין אלגעמיין..." דאן איז דער תירוץ גאר עפעס אנדערש, בעסער געזאגט, עס איז לכאורה נישטא קיין "איין" תירוץ דערויף. אבער הילף איז יא בעזר השם דא.

---

@נשמה, דיין תגובה האט מיר צענומען.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

בעקיטשע האט געשריבן:איך האב נאכנישט דורך געליינט וואס יעדער האט דא געשריבן,
איך וויל נאר איין זאך קלאר שטעלן, אז איך בין שוין אויף פילן(זאלאפט) עטליכע יאר, און איך גיי שוין איבער א יאר צו א לייסנסד טעראפיסט, און סהאט 'כמעט' גארנישט געהאלפן

ביסט נישט די איינציגסטער.

קודם בלייב נישט סטאק ביי איין טעראפיסט טאמער דו פילסט נישט קיין רעזולטאטן, אדער טאמער דו ווייסט נישט פון א ענליכע פאל ווי דיר וואס איז געהאלפן געווארן דורך יענעם טעראפיסט, מ'מעג האלטן די אויגן אפן פאר אלע סארט עצות און פאר אלע סארט מענטשן וואס קענען העלפן, און די העלפער מעג זיין לייסענסט אבער ער מוז נישט.

מ'מעג אויסטראכטן פון די באקס.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

כ'וויל פארשטיין איין זאך. אמת אז ס'קען זיין אז צומאל דארף מען גיין צו די טערעפיסטן מיט די אגעדיסטן אבער דער בעל האשכול פרעגט א זאך וואס לפי ראות עיני וואקסט מען עס אויס ווען מ'דרייט זיך צווישן מענטשן און מ'טוט געוואקטע שריט ווי זיך צושטעלן צו א קופקע פון 2-3 מענטשן אין שול און מ'רעדט גארנישט אריין וכו'. אבער פארוואס אים גראד דערשרעקן אז ס'איז שוין א אלטע פראבלעם און "די איינציגסטע" וועג זיך צו היילן איז דורך טערעפי?

יעדע קינד שעמט זיך פון געוויסע זאכן און עפי"ר העלפט די טאטע ארויס ווען מ'איז נאך יונג און נאך די חתונה ווער ס'שעמט זיך נאך דארף זיך אליין בויען. לא נברא האדם רק לשבר את הטבע שרייבט דער הייליגער רבי רבי אלימלך. אז מ'זעהט אז ס'איז ממש עק וועלט און ס'טרעט ממש צו צום מח אדער אז ס'גייט אדורך א 5-7 יאר נאך די חתונה און מ'האלט נאכנישט אין ערגעץ איז שוין עפעס אנדערש. אבער מיר קוקט אויס ווי @אותיות איז נאך א פרישער יונגערמאן, give it a moment און די ווינדלעך וועלן זיך אויסטון ביז די צייט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

@nmi, איך בין כמעט פערציג
AdultAdhd
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AdultAdhd »

כזעה אז כאב נישט קיין ברירה איך מיז אפשטויבען די קיבארד, דער גרויסער באשעפער האט מיך מיט דעי מעלה פין סאשעל ענקזייעטי אויך באשאנקען א טראפקעלע במילא וועל איך דא באשענקען דעים עולם מיט מיין דברי חכמה

ווען א אינגערמאן נעמט זיך דאס לעבען טראכט איך אין מסתם אסאך אנדערע אויך, אשאד ער האט זיך נישט אויסגערעדט צי איינעם, מען וואלט עם זיכער געהאלפן, ווי למשל דעם שרייבער וואס מען האט צאמגעשטעלט געלט ערב ראש השנה דא אויפן וועלטעל,

אבער נאכען ליינען דא, פאנג איך אן צי פארשטיין אז אז די אלע מאבדים עצמם לדעת האבן זעכער יא גערעדט צי מענטשען, איינער האט מסתמא געזאגט "איך זעה נאכנישט די גרויסע יסורים" א צווייטער האט געזאגט "give it a moment און די ווינדלעך וועלן זיך אויסטון ביז די צייט" אין א דריטער זאגט אביסעלע בטחון פעלט, אין א פערדער זאגט נישט געפערליך דארפסט נאר שלום מאכן מיטן מצב,

שווער צי געבען עצות דא ווייל יעדער מענטש איז אנדערש אין יעדע מצב איז אנדערש, אבער רוב קליגע עצות דא איז נישט צידערזאך, על כל פנים פאר מיין סושעל ענקזייעטי, איין זאך וואס העלפט אביסעל פאר מיר, אויב די קענסט זיין אפען מיט דיין וויב אדער א גיטע חבר וואס וועט דיך אויסהערן פארשטיין אין אין די רעדסט דערפין פאר די גייסט אין גהינם (איך מיין ווייבס פעטער מאכט חתנוה) אדער אנדערע מסיבה וואס די גייסט מיזן זיצען 2 שעה אין ביסט שוין נערוועז דריי טעג אז דער געשמאקע קרוב וואס די קענסט שמיסען מיט וועט שוין זיצען מיט א צווייטען,

אז נישט לוינט זיך צי צאלען $500 א שעה אז איינער וואס פארשטייט דיך זאל דיך אויסהערן, חי שעה איז אויך געלעבט,

פאר די וואס האקען אינטער טערעפיסט, א טערעפיסט איז להבדיל ווי א ספר, נאכען לערנען אויב וועסטי ארבעטען אויף דיינע מידות וועסטי בעסער ווערען
איך ווייס אז איך קען נישט ספעלן, אויב סאיז דיר שווער צו ליינען, שרייב עס איבער אין נאכדעם ליין עס
אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

nmi האט געשריבן:כ'וויל פארשטיין איין זאך. אמת אז ס'קען זיין אז צומאל דארף מען גיין צו די טערעפיסטן מיט די אגעדיסטן אבער דער בעל האשכול פרעגט א זאך וואס לפי ראות עיני וואקסט מען עס אויס ווען מ'דרייט זיך צווישן מענטשן און מ'טוט געוואקטע שריט ווי זיך צושטעלן צו א קופקע פון 2-3 מענטשן אין שול און מ'רעדט גארנישט אריין וכו'. אבער פארוואס אים גראד דערשרעקן אז ס'איז שוין א אלטע פראבלעם און "די איינציגסטע" וועג זיך צו היילן איז דורך טערעפי?

יעדע קינד שעמט זיך פון געוויסע זאכן און עפי"ר העלפט די טאטע ארויס ווען מ'איז נאך יונג און נאך די חתונה ווער ס'שעמט זיך נאך דארף זיך אליין בויען. לא נברא האדם רק לשבר את הטבע שרייבט דער הייליגער רבי רבי אלימלך. אז מ'זעהט אז ס'איז ממש עק וועלט און ס'טרעט ממש צו צום מח אדער אז ס'גייט אדורך א 5-7 יאר נאך די חתונה און מ'האלט נאכנישט אין ערגעץ איז שוין עפעס אנדערש. אבער מיר קוקט אויס ווי @אותיות איז נאך א פרישער יונגערמאן, give it a moment און די ווינדלעך וועלן זיך אויסטון ביז די צייט.

איך קען דיר זאגן פון מיין עקספיריענס זייענדיג א יונגערמאן צען יאר נאך די חתונה,
אז פון יאר צו יאר ווערט דאס שווערער און שווערער,
עד כדי כך צו קומען צו א מצב פון נישט גיין אין ביהמ"ד דאווענען מיט מנין, און זיך נישט משתתף זיין צו גאר גאר נאנטע משפחה שמחות און נאך,
איינער וואס ליידט נישט פון דעם וועט מיר לכאורה נישט פארשטיין.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

בעקיטשע האט געשריבן:

יאפ בעקיטשע, יעדעס ווארט אמת, די גוטע נייעס איז אבער אז בדרך כלל מיט נאך אפאר יאר ווען מ'קומט אן נענטער צו די פערציג וועפט עס אויס היבש, מיט גוטן צו מיט בייזן. בפרט אויב מ'האט די שכל וואס פעלט זיך אויס צו שטארקן אויפן נאטור ווערט עס גרינגער אין די עלטערע יארן.
אוועטאר
בעקיטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקיטשע »

וואס מיינט די שכל?
האב איך דען נישט קיין שכל?
איך בין אינגאנצן פארלוירן, איך בין נישט איך, איך קען מיר נישט קאנטראלירן ווען איך קום צווישן מענטשן,
און גראדע צווישן מיינע ארומיגע בין איך זייער ארויפגעקוקט,
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

די שכל מיינט, די געדאנקען וואס מ'דארף האבן אין מח וואס מ'דארף פאר זיך אליינס חזרן בתוקף. און נישט קוקן אויף די געפילן. קוק צוריק וואס מ'שרייבט פריער, עטליכע האבן גוט געשריבן, קוק וואס נשמה שרייבט.
הולך בדרכי אבות
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך בדרכי אבות »

איז סאושעל ענקזייעטי א תוצאה פין א שלעכטע experience ווי למשל ווערן פארשעמט אין עבר ברבים אדער א נאטור
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

הולך בדרכי אבות האט געשריבן:איז סאושעל ענקזייעטי א תוצאה פין א שלעכטע experience ווי למשל ווערן פארשעמט אין עבר ברבים אדער א נאטור

ניין
לפנות בוקר
הולך בדרכי אבות
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הולך בדרכי אבות »

לפנות בוקר האט געשריבן:
הולך בדרכי אבות האט געשריבן:איז סאושעל ענקזייעטי א תוצאה פין א שלעכטע experience ווי למשל ווערן פארשעמט אין עבר ברבים אדער א נאטור

ניין

אויף וועלכע חלק זאגט איר ניין?
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

לפנות בוקר האט געשריבן:
הולך בדרכי אבות האט געשריבן:איז סאושעל ענקזייעטי א תוצאה פין א שלעכטע experience ווי למשל ווערן פארשעמט אין עבר ברבים אדער א נאטור

ניין

"ניין" איז איין חלק פונעם ענטפער, "יא" איז דער צווייטער חלק.

ס'קען זיין יא, און ס'קען זיין אז נישט. ביי יעדעם עפעס אנדערש.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ספרים שטוב האט געשריבן:

אויב ס'קען זיין אז נישט.. מיינט עס אז ס'געשעט נישט דורך דעם..

סדא אין א מענטש באגראבן א זייער שווערע געפיל אז ער איז א שמאטע, ער איז גארנישט ווערד, ער איז א דורכפאל,
די מענטש ארבעט זייער שטארק נישט צו טרעפן דעם געפיל...
אבער ביי מענטש קומט עס ארויף ס'דא ביי וועם סקומט ארויף נאך א פלאפ און ס'דא ביי וועם סקומט פלעין ארויף...
לפנות בוקר
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

לפנות בוקר האט געשריבן:אויב ס'קען זיין אז נישט.. מיינט עס אז ס'געשעט נישט דורך דעם..

וואאאף דו ביסט גוט....
כ'האב ליב די מענטשן וואס רעדן "קורץ", און זאגן "קלארע" (...) פאקטן (...???) אזוי פון ארבעל ארויס.....
דבר זה רבינו הגדול אומרו, ולית מאן דפליג עלה.....
אין א זייטיגע נאטיץ, וויל איך דיר נאר פרעגן:
דו טראכסט אזוי?
שטעלסט זיך פאר?
מיינסט אזוי?
דו ווייסט אזוי?
דו ווייסט אויף זיכער?
כמעט זיכער?
האסט אזוי געהערט?
עטליכע פון די אויבנדערמאנטע?
קיין איינס פון די ליסטע?
אדער גאר אלע אינאיינעם?
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”