מיללער האט געשריבן:די נקודה פונעם 'כח היחיד' קאמפיין איז פונקט די היפך, און באמת זעה איך אז נישט יעדער האט ארויס די הויכפונקט דערפון.
די חילוק פון 'תקנות' און 'כח היחיד' איז טאקע אט דאס, אז כדאי אז דו זאלסט נישט דארפן בלייבן א בעל חוב, אדער א נצרך לבריות ולידי מתנת בשר ודם, ווילסטו זיין בעה"ב אויף דיר אליינס און קאנטראלירן דיי אייגענע הוצאות מיט דיין/מיין אייגענעם שכל.
מיללער און קרויס דארף נישט פארשפארן און 'קהל' דארף מיך נישט איינטיילן וואס און וויפיל צו שפענדן, נאר איך האב אליינס שכל און איך שפענד לויט מיינע יכולות און געפילן, דאס הייסט 'כח היחיד' איך דארף נישט קיין תקנה וויפילל די תנאים מעג קאסטן, ווייל אויב איך זעה נישט דערין קיין נחיצות מאך איך עס בכלל נישט, און עס אינטערעסירט מיך נישט וואס מיין שכן/חבר/קאזין וועט טראכטן איבער מיר.
איך קויף נישט קיין אתרוג פישקע, נישט ווייל איך קען עס נישט עפפארדן, נאר ווייל מיט מיין שכל איז א וויין פלאש אסאך מער א נוצבארע מתנה און האט מער פשט, איך בין נישט משועבד צום 'חתונה מאלל' און נישט צום זילבער סוחר, נאר צו מיין געפיל און געשמאק.
איך מאך די חופה דריי אזייגער נאכמיטאג, און שבע ברכות אין מיין דיינונג רום פאר פונקט מנין. בקיצור, איך טראכט פאר מיר אליינס און איך בין נישט משועבד צום באקס/קהלה/תקנות/סטייל/פיער-פרעשור/באגעבו/וכל שום וחניכא דאית להו
#מאך נישט קיין תקנות
#טייל מיר נישט איין
#לאמיך לעבן מיין אייגענעם לייפסטייל
#העלף מיר נישט טראכטן איך קען אליינס
#מיש דיך נישט אריין
#מיינד יור און ביזנעס
איך קען נישט ווארטען צו זעהן ווי אזוי דאס וועט זיך אזוי שיינערהייט אויסשפילן.
אבי החתן, ער באקט שוין אריין און שטוב אז מ'איז קיינעם גארנישט שולדיג, זיי טוען וואס זיי דארפן און וואס זיי ווילן.
זיין עזר אדער כנגדו, האלט שוין אויך ביי דער הייליגער מדרגה, און קען שוין אליין אן די זאל דארפן צו קומען צו זיין הילף.
ווער רעדט נאך פון קינדער וואס ווערן אזוי שיין ערצויגן, ווייסן שוין אז וואס א חבר אדער חבר'טע זאגט, איז דאך אזוי געשמאק צו טוהן פונקט פארקערט.
האבן זיי א שידוך געטוהן זייער תכשיט, מיט א רעכט פאסיגער שידוך.
ענבי הראז'ינקעס בענבי הראז'ינקעס.
אבי החתן ווייסט אז ער שטעלט חופה 4 אזייגער, צו אלע פעטער'ס און מכובדים זענען דא אדער נישט. א זייגער איז א זייגער.
זיין עזר אדער כנגדו איז 4 אזייגער נאך פארנומען מיט ווייסעך וואס (האר, שייטלען, פנימ'ער פעינטינג, בילדער, ושאר מרעין בישין כנהוג ביי אונזער נשים "צדקניות").
אבער ער גייט שוין צום חופה.... אליין.
דער חתן ווידער, האט מחליט געווען אויסצוזאגן נאכאמאל גאנץ תהילים, ער קומט הערשט אהן זעקסער.
אבי הכלה האט שוין געהאט גענדיגט מצוה טאנץ 3 נאכמיטאג, זיין פלונת'טע האט זיך כמעט צוגעשטעלט, אבער איין איינציגער וואס האט נישט מצליח געווען מיט'ן הייליגער חינוך, איז טאקע די כלה, וואס ריקט זיך אהן זיבען אזייגער אליין אין זאל.
אביסל גע'דמיון'ט ע"י כתיבה, אבער הדבר פשוט, ווען מ'רעדט נישט נאר פון איינער מיט זיין ב"ב, נאר עס קומען דא צו נאך צוויי שותפים, מיט נאך צוויי דעות זאגער'ס (חתן מיט כלה), און עס איז דא א (צופליקטע צודרייטע) סטאנדארט, איז המוציא מחבירו עליו הראי'ה, און דער וואס וויל אנדערש ווי רוב (נארמאלע? ) מענטשען, וועט זיך דארפן מוטשענען משכנע צו זיין די אנדערע שותפים מיט דעות זאגער'ס, און די טשאנסען זענען קליין אז ער וועט מצליח זיין, חוץ אויב איז ער באמת א רשע וואס רעכענט זיך מיט קיינעם ודי.
אפילו ווען אלע צוזאמען זענען מסכים אין פרינציפ, אז מ'טאר נישט ארויס ווארפן קיין געלט וואס מ'האט נישט, וועט דאך איינער "נאר" נישט קענען מוותר זיין אויף א טייערע שטריימל, א צווייטער "נאר" אויף בילדער, א דריטע "נאר" אויף מעבל וכו'.
עכ"פ פארדעם האט דער כח היחיד נישט קיין שום תוקף אהן קיין כח הרבים, א יחיד וואס וויל נישט זיין אזוי נארמאל ווי ביז יעצט, דארף אפשר נישט קיין קלארע תקנות, אבער דארף יא א געזונטער כח הרבים.
דוגמא קטנה.
א ידיד מיינע האט נישט געוואלט קויפן קיין מעבל פאר זיינס א קינד, שיין מסביר געווען אין שטוב, גע'פועל'ט ביים מחותן, און אלעס האט געקלאפט, ביז.....
ווען עס איז געקומען חתונה צומאכען דאס נעקסטע קינד, האט דער נייע מחותן (דאכצעך מיר עס איז גאר געווען די מחותנת'טער) בשום אופן נישט מסכים געווען, און ער האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט.
יעצט האט זיך שוין זיין אייגענע עזר אדער כנגדו נישט געקענט ברואיגן אז איהר עלטערע איז געבליבן חוזק, ער האט שוין נישט געקענט בעטן זיין פריערדיגע מחותן וואס האט שוין מסכים געווען צו זיין אלטע מהלך, זאל זיך יעצט פריש צושטעלען צו זיין נייע מהלך, האט ער אליין אלעס געמוזט (יא!! געמוזט) באצאלן פאר'ן ערשטע קינד.
דער ידיד מיינע גייט שוין נישט טראכטן פון שפארן מהיום והלאה........
עכ"פ ווען עס איז אלעס תלוי בדעת אחרים, איז די מנהג המדינה מנצח, און דאס איז אונזער פראבלעם, און טאקע דערפאר דארפן מיר אלע הילף.