בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:ברכה והצלחה האט געשריבן:בִּשְׁבִילֵי הלב האט געשריבן:איך פארשטיי פון ווי דו קומסט.
און לכאורה ארבעט עס טאקע אזוי אז ווי מער מ'לייגט זיך אריין קומט מען שנעלער אהן.
אבער נאר לכאורה...
נישט בחינם איז עס פון די קליגסטע סיפורים וואס כ'האב נאר געהערט.
אוודאי דארף זיין א רצון און משקיע זיין וכו'
אבער עס איז דא א געוויסע לעוועל וואס צו אסאך רצון מאכט באמת שטייטער.
און רוב מענטשן פאלן אין די לאך.
ווען אונזער נפש שמעקט נאר אז מ'איז נישט צופרידן
און מ'ערווארט פון איהם עפעס וואס ער קען נישט דעליווערן
וואס דאס איז - גיין שנעלער - גייט ער אויף צוריק.
"ארויסלאזן שמוציגע וואסער" איז נאר א חלק פון א ברייטערע וועג
וואס אינקלודעד אויך עקסעפטן אז וויפיל איך זאל נאר טוהן - און מ'דארף טוהן - דארף מען זיך געבן די צייט צו רייף ווערן...
אויב שטייט מען און מ'קוקט אויפן זייגער נעמט עס טאקע 20 יאהר....
מ'דארף זיך אויסלערנען הנאה צו האבן פון די וועג!
ברכה והצלחה :)
איך גלייב אז עס דארף זיין א באלינסירטע משקל
צווישען ''רצון און תשוקה'', vs. זיין צופרידען ווי אזוי ווען איז יעצט
אין עס איז דא זייער א דינע האקילע קו וואס שניידט דורך צווישן זיי
שיין געשריבן!
כ'בין מסכים מיט רוב וואס די האסט געשריבן.
די תשובה ליגט אין דיינע ערשטע דריי שורות...
מיר זעהט אויס אז מ'רעדט דא פון 2 אנדערע מינע מענטשן
בשבילי רעדט פון איינער וואס האט די רצון, נאר ער פאלט דורך מיט אווער-רצון
און ברכה והצלחה רעדט פון איינער וואס זיין דרייוו איז נישט גענוג שטארק...