וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

עס איז ממש א מצב פון געוואלד און געשריגן און גערופן, וואס יעדן ווינטער טרעף איך זיך דערינען.

עס איז ווינטער, מ'וויל זיך דערקוויקן מיט א הייסע גלעזל קאווע, אבער אונזערע וואסער קאכער'ס קענען נישט דאס צושטעלן, די וואסער איז קוים קוים הייס, יעצט לייגט מען אריין די אייז-קאלטע מילך פון רעפרידזשירעיטאר און די גאנצע קאווע ווערט שוין לוילעך, און עס פארלירט דעם טעם.

כ'האב אלץ געמיינט אז עפעס גייט פאר מיט'ן וואסער קאכער מיינעם, שטעלט זיך ארויס, אז עס הייצט אן וואסער צו 95 סעלסיוס, וואס איז כמעט 100 סעלסיוס, און דאס איז דער מאקסימום וואס וואסער קען דערגרייכן, ביי אונזער טעמפעראטור.

סאו אויב כ'האב געמיינט אז כ'וועל פשוט קויפן א בעסערן קאכער, שטעלט זיך ארויס אז ניין. איך האב דאך שוין וואסער ביי 95 סעליוס, יעדע קאכער מאכט דאס אזוי, און עס איז נישט גענוג בא'טעמ'ט.
זאגט מיר א חבר, אז טאקע די פינף דעגרי, דאס מאכט אויס די זאך, און ווען קענסט ווען טרעפן א קאכער וואס שטעלט צו מעקס מעקס, וואלסטו געהאט א בעסערן עקספיריענס, און ער ברענגט זיך א רייע פונעם מקוה בור, וואו יעדע דעגרי מאכט אויס א געוואלד.

האב איך פונקט געליינט, אז אויב מען וויל הייצן וואסער צו העכער 100 סעלסיוס, (וואס דאס איז 212 פארענטהייט), קען מען נוצן א פרעשור קוקער, האט עמיצער דאס שוין אמאל געטאן. ביטע העלפן
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ב"ה אז מיין קאווע איז בריעדיג הייס, ווינטער ווי זומער.

איך לייג ממש א טראפ מילך, און ס'נעמט אזא 15 מינוט אויסצוטרוקן די 12 אונס קאווע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

מאך ווארעם די מילך פארדעם דורכן אריינגיסן דערין הייס וואסער. מילך מאכט פשוט די קאווע קאלט,
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

אדער קאך די מילך מיט די וואסער
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

נעה האט געשריבן:אדער קאך די מילך מיט די וואסער

איי ר' יעקל... (א קעקל)
מ'דארף אויסלערנען דעם אינגערען דור וויאזוי דאס צו מאכן.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7620
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ב"ה אז מיין קאווע איז בריעדיג הייס, ווינטער ווי זומער.

איך לייג ממש א טראפ מילך, און ס'נעמט אזא 15 מינוט אויסצוטרוקן די 12 אונס קאווע.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

נעה האט געשריבן:אדער קאך די מילך מיט די וואסער

אז די קאכסט מילעך דארפסטו שוין נישט קיין וואסער
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

טרעוולער האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:אדער קאך די מילך מיט די וואסער

איי ר' יעקל... (א קעקל)
מ'דארף אויסלערנען דעם אינגערען דור וויאזוי דאס צו מאכן.

פלעין מען נעמט א טעפל מען גיסט אן מילעך און מען שטעלסט ארויף ביז עס איז מעלה רתיחה מען דארף עומד זיין על המשמר עס זאל נישט ממלא זיין כל גדותיו און נאכדעם איז א עבודה צו וואשן דעם טאפ
די מעלה איז אז די קאווע איז סאך בעסער נאך דעם עבודה כמו שכתוב מתוקה שינת העובד
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קאכן די מילך לוינט זיך סתם אזוי, נישט נאר פאר די הייסקייט. אויף די טמא'נע שפראך רופט מען דאס א קפה הפוך... למבינים בלבד!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

און וועגן די הייסקייט גיי ביי א פלאץ וואס האט סטים וועסטו האבן די זעלבע קאווע ווי זימער
איך האב די פראבלעם זימער ווען מען נאכ'ן הייסן מקווה איז די קאווע סא שטעלט מען זיך אוועק תחת כנפי העיר קאנדישן און......
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאכן די מילך לוינט זיך סתם אזוי, נישט נאר פאר די הייסקייט. אויף די טמא'נע שפראך רופט מען דאס א קפה הפוך... למבינים בלבד!

יא יא נאר עס האט די צוויי פראבלעמען וואס מיר האבן מעורר געווען עיין לעיל בערכתי: יודיש בלעטל שלא ימלא גדותיו און די טאפ וואש (חוץ אויב די לאזט פאר די בני בית די וואשן פראבלעם) געדענק עס איז צער בעלי חיים
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

אלץ א קאווע טרינקער האב איך זיך אויסגעלערנט אלץ אויפשטיין עטליכע מינוט פריער און דריקן די ״REBOIL” קנעפל, אדער קויפן די פערקולעיטאר פון די קאמפעני ״Kitchen Classic” זייערע קעסלעך זענען הייסער פון אלע אנדערע לויט מיין עקספיריענס.
אגב עס איז א אידישע קאמפעני וואס מען דארף נישט טובל׳ן, און פארשטייט זיך מען קען עס נאר קויפן ביי די אידישע געשעפטן.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

זייער סימפעל פיל אן א פעלסטיק קאפ מיט מילך לייג עס אריין אין א טעפעל פיל אן די טעפעל ארים די פלעסטיק קאפ מיט הייסע וואסער פון די טשייניק ווארט א 3-5 מינוט נאכדעם לייג די מליך אין דיין קאווע עס וועט זיין פיין הייס!!

איך מאך אזוי מיין קאווע א יעדן טאג עס איז א מחיה!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אהההההה

פיינע הייסע קאווע געווען!

ווען די מקוה זאל ווען זיין אזוי הייס ווי די קאווע, און די קאווע אזוי גרויס ווי די מקוה... וואלט געווען דער תיקון השלם!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חוח בין השושנים האט געשריבן:אהההההה

פיינע הייסע קאווע געווען!

ווען די מקוה זאל ווען זיין אזוי הייס ווי די קאווע, און די קאווע אזוי גרויס ווי די מקוה... וואלט געווען דער תיקון השלם!

דעם ערשטן חלק מילא, ווייל אויב קען איך אריינעמען דעם גראד 'אין מיר' ביי די קאווע, וועט דער גראד מסתמא אויך מיך קענען פארנעמען ביים מקוה.
אבער דער צווייטער חלק. דאס שוין נישט! אזויפיל קאווע וועט דאך נישט אריינפיטן אין מיר.
---
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאכן די מילך לוינט זיך סתם אזוי, נישט נאר פאר די הייסקייט. אויף די טמא'נע שפראך רופט מען דאס א קפה הפוך... למבינים בלבד!

הו הא... דאס האט דאך ממש אלע טעמים!
גראדע האב איך זיך אלס געוואונדערט וואס איז דער אפטייטש? א איבערגעדרייטער קאווע?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

בפשיטות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאכן די מילך לוינט זיך סתם אזוי, נישט נאר פאר די הייסקייט. אויף די טמא'נע שפראך רופט מען דאס א קפה הפוך... למבינים בלבד!

הו הא... דאס האט דאך ממש אלע טעמים!
גראדע האב איך זיך אלס געוואונדערט וואס איז דער אפטייטש? א איבערגעדרייטער קאווע?

א פארקערטע קאווע, די מילך פאר די וואסער. ס'מיינט אז די הייס וואסער קאכט די קאווע מיט די מילך אויפאמאל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

זאלעך ארויסגעבן... ס׳אל בלייבן צישן אונז...
מוז געטוהן ווערן בדיוק אוויא מיר שרייבן עס

צוגעהער:
פראנצויזישע פרעסס french press
וואסער קאכער
פאפירענע האט קאפס (לפחות זעכצן אונסים פארגעצויגן)
דעקל - אפציאנאל
מייקראוויעיוו.

באשטאנדטיילן:
2 געהויפענטע זופ-לעפל שטערנבוך׳ס (נ״א חמור׳ישע פאנקן) געבראטענע קאווע, רחיים של יד הדק היטב היטב הדק
12 אונס ניו יארקער טעפ-וואסער (אוועילעבל געבאטעלט אונטערן נאמען פאלענד-ספרינגס) אנגעהיצט
5 אונס רויטליכע מילך
4 געהויפענטע טיי-לעפל ריינער צוקער

ערצייגט: איין 16 אונס קאווע

טוט אריין קאווע שטויב אין פרענטש פרעסס
גיסט עס איבער מיט בריעדיגע וואסער.
וויכטיג: מיטש עס באלד גוט אויס מיט א לעפעלע
ריקט אראפ די פרעסס ביז העכערן וואסער (שטופט עס נאכנישט אראפ ביז הונטען)
גיסט אריין די מילעך מיט די צוקער אינעם האט קאפ,קאכט עס אפ אינעם מייקראוועיוו פאר 1:30, לא פחות ולא יותר!
ווען די מילעך איז אויפגעקאכט - צושטייטליל״ך רוקט אריין די פרעסס (זייערל) אין די קאווען ביזן תהום.
און...

גיסט אריין די קאווע איבער די מילך אינעם האט-קאפ.

מישט עס אויס:
און מאכט א הויכע ברכה.
פון דא און ווייטער פיגערט עס אליינס אויס....
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
Dove
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 12:57 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dove »

לייג קודם דער מילך און נאכדעם דער הייס וואסער וועט דער מילך נישט אפקילען דער וואסער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

Dove האט געשריבן:לייג קודם דער מילך און נאכדעם דער הייס וואסער וועט דער מילך נישט אפקילען דער וואסער

תתעא גבר אליבא דהילכתא
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

נאר איך זעה אין דעם אשכול א המשך צו די 12ע אשכול קריזיס?!

אההה פרישע פראבלעמען וואס ווערן געלייזט מיט אזא עמקות!!

אייוועלט בתפארתה!!
על "טעם וריח" אין להתווכח
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: וויאזוי צו האבן הייסע הייסע קאווע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אויב טרינקט איר פון א גלאז קענט איר קודם אריינגיסן הייס וואסער אין גלעזל און דאס לאזן שטיין אפאר מינוט, דערנאך אויסגיסן, און אריינגיסן פון דאסניי הייס וואסער פאר די קאוווע.
די גלאז ווערט הייס מילא קילט דאס נישט אפ די קאווע, מ'דארף אכט געבן זיך נישט אפצובריען.
על מי מנוחות ינהלנו
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”