הילף און עצות איבער מופן!

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

זיס האט געשריבן:די ערשטע זאך וואס מען דארף אריינמופן איז די קאך.

א איד מופט אריין אין די דירה, די ערשטע פאר טעג איז אלעס צופלויגן און עס טוט זיך אן איבערקערעניש. צומאל זוכט מען א גלעזל צו נעמען א טרינק, אדער א טעלער צו עסן אביסל טרויבן דערין, און אז מען טרעפט נישט, אדער אז מען דארף שלעפן פון בוידעם, איז דאס א פיזישע און גייסטישע אומבאקוועמליכקייט.

ווען מיר האבן געמופט אין א מזל'דיגע שעה, האבן מיר געמופט די קאך א טאג פריער, גענומען א טעקסי, און אויסגעפאקט די קאך, די הרחבת הדעת דערפון איז אין לשער. דאס איז שוין אויסער די רואיגקייט אז די קאך כלים האט מער פאטענשל אז עס זאלן זיך נישט צוברעכן בשעת'ן מופן.

זינט דאן האב איך עס שוין געראטן פאר עטליכע חברים און זיי האבן מיר אלע באדאנקט.


טאקע א גוטע עצה, אבער עס איז דא אסאך עצות וואס אונז מענער פאלט ביי און מיר מיינען אז דורך דעם פאטענט וועט די זאך באקומען א גאנץ אנדערע צורה.

די "עם בפני עצמן" וואלט לכאורה קאמענטירט "אז דו ווילסט טראג אהין א באטל ארענדזש דזשוס מיט א אשכול טרויבן, און די שעה וואס דו האסט געוואלט ספענדן צו מופן די קאך עקסטער, העלף מיך ארויס פאקן, צו מיט די קינדער וכדו'"

און געס וואט - זיי וועלן גערעכט זיין אויך. פארגעסט נישט אז זיי נעמען די פאקטישע פרעשאור פון די הויז ווירטשאפט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שוין אז מיר האבן גרויזי דא, זעמער שוין פארזיכערט מיט געניאלע עצות...
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אויפריכטיג האט געשריבן:שוין אז מיר האבן גרויזי דא, זעמער שוין פארזיכערט מיט געניאלע עצות...


יא, נאך א מזל דו זאגסט דאס, איך האב געווארט איינער זאל מיך דערמאנען.

אקעי.

וואס טוט מען מיט די טיפס פאר די מאווינג גוים?

עס איז א פחד זייער חוצפה! בכלל א טיפ פון 20 דאלער הייסט נישט קיין טיפ, עס הייסט באצאלט ווי א טאטעלע. אבער מען קען זיך נישט ארויסדרייען פון זיי, מען דארף פאר יעדעם געבן א צוואנציגער אדער מער, ווען מען רעדט פון 5 גוים רעדט מען פון נאך א הונדערטער!

איך האב געקלערט צו זאגן אויפן טעלעפאן ביים ארדערן די מאווערס: פליז געטס מיר א פרייז אינקלאדעט די טיפ! ווילסט נישט? עס איז דא אנדערע אויפן מארקעט. איך נעם ארויס געלט פון גמ"ח און איך וויל וויסן "פונקטליך" וויפיל ארויסצונעמען!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וואס ס'פשט בכלל פון א טיפ? ער באקומט דאך באצאלט פאר זיין ארבייט??
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

זעהט אויס דו האסט נישט קיין פעידזש פלאס סעלפאון מיט די מעכטיגע פיטשער פון "איזי טיפ קאלקיולעיטאר"
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

סאיז דא פיל וועבזייטלעך פון גאווערמענט אגענטן וואס רעדן זיך געפערליך אפ אויף די פילע רויבערייען וואס טוט זיך אפ אינערהאלב די מופן אינדוסטירע.
למעשה איז טאקע וויכטיג ווען מען באשטעלט די קאמפאני אפשמועסן וויפיל מען גייט צאלן פאר די שלעפערס.

וכן עשיתי הלכה למעשה
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נישט פארגעסן צו טוישן די אדרעססע ביי די פאסט באהערדע.
אנליין קאסט עס א דאלער, אז דו גייסט אראפ אין פאסט אפיס קאסט עס גארנישט.

https://managemymove.usps.com/coac/coacorrect-main-flow.do?execution=e1s1
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גרויזאמער האט געשריבן:זעהט אויס דו האסט נישט קיין פעידזש פלאס סעלפאון מיט די מעכטיגע פיטשער פון "איזי טיפ קאלקיולעיטאר"

די טיפ פיעטשור איז געמאכט ווען מען גייט צו בעסערע רעסטוראנטן, למשל פיטער לוגער, פריים-גריל, לע-מארעי, טשאו-סען וכדומה, איז שטארק איינגעפירט צו געבן א טיפ פארן סארווירער, די טיפ לויפט היינט ארום 20% פון די טאטעל סעודה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ווינקל האט געשריבן:נישט פארגעסן צו טוישן די אדרעססע ביי די פאסט באהערדע.
אנליין קאסט עס א דאלער, אז דו גייסט אראפ אין פאסט אפיס קאסט עס גארנישט.

https://managemymove.usps.com/coac/coacorrect-main-flow.do?execution=e1s1

צו וואס פעלט דאס אויס צו טוישן די אדרעס ביי זיי, ליבערשט דארף איך רופן די אנשי שלומינו ליסטע אדער די בוזנעס דיירעקטארי, אז די פאסט מייסטער האבן מיין נייע אדרעס העלפט עס נאכנישט אז מיינע ידידים זאלן וויסן מיין נייע אדרעס פאר די חתונה בריוולעך, אדער ברוך טעם און עונג שבת פאר שנאר בריוולעך.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יוםטובערליך האט געשריבן:אויך איז דא אן ענין אריינצולייגן אין הויז די ערשטע טאג אפאר זאכן פון עניני קבלה וסגולות, כ'ווייס נישט פונקטליך, ווי מעהל, זאלץ, וואסער, אויל, פארשידענע זאכן. שאל אביך ויגדך, זקינך ויאמרו לך.

איך האב די זאכן אויך געהערט פון א דיין מפורסם.

מיין פאטער ווייסט נישט פון די זאכן, און זיידעס האב איך שוין ליידער נישט.
אויב איינער ווייסט עפעס פונקטליכער וואס מען דארף אריינלייגן די ערשטע טאג אין א נייע הויז, זאל ביטע מודיע זיין. (מיט א מקור אויב מעגליך)
איך גיי בל"נ פרעגן מיין דיין איבער דעם, אבער ווי קרעמער האט שוין געזאגט, איך וויל נישט אנקומען ווי א פולשטענדיגע עם הארץ.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אויפריכטיג האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:נישט פארגעסן צו טוישן די אדרעססע ביי די פאסט באהערדע.
אנליין קאסט עס א דאלער, אז דו גייסט אראפ אין פאסט אפיס קאסט עס גארנישט.

https://managemymove.usps.com/coac/coacorrect-main-flow.do?execution=e1s1

צו וואס פעלט דאס אויס צו טוישן די אדרעס ביי זיי, ליבערשט דארף איך רופן די אנשי שלומינו ליסטע אדער די בוזנעס דיירעקטארי, אז די פאסט מייסטער האבן מיין נייע אדרעס העלפט עס נאכנישט אז מיינע ידידים זאלן וויסן מיין נייע אדרעס פאר די חתונה בריוולעך, אדער ברוך טעם און עונג שבת פאר שנאר בריוולעך.


עס העלפט יא!

פאר 12 חדשים וועלן זיי דיר שיקן יעדן בריוועלע וואס קומט אן צום אלטן אדרעס.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

טאקע, קיינמאל געהערט דערפון!
יישר כח פאר די עצה.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אז מרעד שוין... מקען ניצן אזא זאך ביי זיי פאר צייטווייליג אויך, למשל ווען מען פארט אין די קאנטרי קענען זיי פארווערדן די פאסט צו וואו דו פארלאנגסט (אין די ארצות הברית).
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ווען די רופסט די מאווער פאר א עסטימעט, און ער גייט אדורך דיין דירה וואס ס'איז דא צו מופן, ווייז אים אויף אלעס וואס די טראכסט נאר אויף א ספק איין פערסענט אז די גייסט וועלן זיי זאלן עס נעמען ביים מופן.

אז די ווילסט עס צום סוף נישט שיקען, וועט נישט אראפגיין פון די געלט, אבער אז די לייגסט צו א קלייניגקייט וועט שוין ווארשיינליך זיין א וועג צו העכערן די ארגינעלע פרייז, משא"כ ביים געבן די פרייז פרובירט ער צו געבן ווי ביליגער, נישט קיין חילוק די פאר זאכן וואס די ביסט נישט זיכער, ווייל ער ווייסט אז די טשעקסט פרייזן.

די זעלבע זאך, אויב טראכסטע אז ביי דיין נייע דירה איז דא עקסטער שווערע האלוועיס, אדער וועגן ווי די פורניטשער דארף אנקומען, אדער ארויפשלעפן, אסאך מאל דארף מען פון די גאס מיט די בענדליך שלעפן, זאג אים עס פאראויס, נישט זאלסט האבן סורפרייזעס שפעטער.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שקועך, קוטשער.
אפשר ווילסטו זיין מיין קוטשער ביים מופן?....
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ווייסט איינער צי מען קען נוצן טשעקס וואס האבן אויף זיך די אלטע אדרעסס?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

יא ס'איז נישט קיין פראבעלם
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

יא, ס'האט גארנישט איינס מיט צוויי,
קענסט אפילו אריינגיין אין באנק טוישן דיין היים אדרעס אויף דיין אקאונט, אבער אויף די טשעקס קען נאך זיין די אלטע.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יישר כחכם דער קוטשער און לאז געמאכט.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אויב וואוינט איר אין ק"י קענט איר נעמען "וואלדעק" איבער צו שלאפן ביי אייך, ער שלאפט איבער פאר א צוואנציגער אין די דירה. ער זאגט "זארג נישט, איך נעם אלע שיידעם אויף מיר..."
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך האב מקובל פון מיינע עלטערן, אז מ'זאל ארייטראגן אין די דירה צוערשט ברויט און זאלץ, אדער אום פרייטאג אדער דינסטאג.

פאר טיפס האב איך געקויפט אפאר פלעשער וואסער, און געגעבן איינס פאר יעדן פון די אויסגעשוויצטע ערלים, און ב"ה אפגעקומען מיט דעם.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

הרב ישעי' גרויס -מקערעסטיר בערבעשט- זז"ג און שטארק עמו"ש דערציילט:

אנפאנג תרצ"ג איז די דירה וואו מיר האבן געוואוינט געווארן זייער קליין בלעה"ר, און מיר האבן זיך געהאלטן ביים אריבער ציען צו אן אנדערע דירה. מיין פאטער זצ"ל איז מיט די גאנצע משפחה אריבער פרעגן דעם מונקאטש'ער רב בעל מנחת אלעזר זצ"ל - וועלכער האט זיך פונקט דאן געפונען אין דעברעצין אויף איבער נאכט ביי ר' משה יוסף גוטמאן ז"ל - אין וועלכן טאג מען זאל זיך אריבער ציען, און גלייכצייטיג נעמען א ברכה.

דער מונקאטשער רב האט געענטפערט, מיר זאלן זיך אריבער ציען פרייטאג אדער דינסטאג. פרייטאג האבן מיר זיך אריבער געצויגן אין די נייע דירה.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

א יישר כח פאר אלע אינפא דא. פונעם ויהי נועם כמבואר אין אבני צדק רעדט קיינער נישטא. כ'זוך מער פרטים למשל אויב מ'דארף אין יעדע שטוב עקסטער ועוד פרטים.

ווער עס ווייסט זאל מוחל זיין מיטיילן יישר כח
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

מען רעדט דא וועגן פאקען ספרים דורך סערען רעפ מיינט דאס אז מען לייגט עס אויך אין א באקס אדער נאר סערען רעפ. גייט עס אויסקומען ביליגער אויב איך שלעפ די באקסעס אליין און זיי נעמען נאר די מעבעל. איז עס ווערד בכלל?
Normal is just a setting on the washing machine
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”