וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וועלכע באנק איז גוט פאר א ביזנעס אקאונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אט דער שאלה ווערט צוטיילט אין עטליכע חלקים וואס נעמען עס ארום פון פארשידענע שטאנדפונקטן.

1) דער ערשטער און אויבערפלעכליכסטער פראגע וואס יעדער פרעגט ביים עפענען אן אקאונט, ספעציעל א ביזנעס אקאונט איז 'וויפיל קאסט עס', דהיינו ווי יעדער פארשטייט איז א ביזנעס אקאונט אנדערש פון א פערסאנעל טשעקינג אקאונט צוליב דעם וואס עס באלאנגט פאר א ביזנעס, א קארפאראציע וואס פארדינט געלט דורך דעם דעריבער וויל דער באנק אויך נישט ארבייטן אומזינסט פאר דעם וואס מאכט רווחים דורך טראנזאקציעס אינערהאלב זייער אינסטיטוציע.

אבער דער חלק איז אביסל שווער צו צעטיילן אין קליין געלט צוליב דעם וואס יעדער באנק באזונדער האט זיך זייערע קאטעגאריעס פון 'ביזנעס אקאונטס' אין פארשידנארטיגע לעוועלס. דארונטער איז אריינגערעכענט נאך א וויכטיג ערשט-פראגעדיגער נקודה, דהיינו 'וויפיל איז די מינימום באלאנס'. ביי רוב בענק ווערט צוטיילט די מאנאטליכע צאלונג און דער מינימום באלאנס אינאיינעם, למשל 'לעוועל איינס' אין דעם סוג פון ביזנעס אקאונטס איז בערך ווי פאלגענד:
מינימום באלאנס : נישט פארלאנגט
מאנאטליכע צאהלונג: $20
טראזאקציע צאהלונג: 100 פרייע, דערנאך 25 סענט
עלעקטראנישע טראנזאקציע צאהלונג: פריי.

וכדומה און אזוי ווייטער ביי לעוועל צוויי דארף יא זיין א מינימום באלאנס נאר מיט מער פרייע טראנזאקציעס חודשליך. און פארשטייט זיך אז אויב פארמאגט מען ווייניגער ווי דעם מינימום וועט זיין א קנס צאהלונג געוואנדן לויטן פלאן.


2) דער צווייטער און גאנץ נוצליכע באהאנדלונג איז 'קלערן די טשעקס'. א צאל בענק קענען האלטן דאס געלט [טשעקס] וואס מען דעפאזיט אינעם אקאונט בעפאר זיי גיבן ארויס דערויף די ווייטערדיגע טשעקס, אזוי לאנג ווי פינף ביזנעס טעג! און אלע טשעקס וואס קומען אריין אינדערצווישן וועלן צוריקקומען אלס 'אינסאפישאנט פאנדס' און מ'עט זיין שולדיג דערויף א צאהלונג ווי פאר א געקראכטן טשעק. ווידעראום א טייל בענק וועלן טאקע נישט רעכענען קיין צאהלונג אבער וועלן גלייכצייטיג האלטן דאס געלט אייניגע טעג אזוי אז ס'זאל נישט גלייך זיין עוועילעבל אין די אקאונט באלאנס. דעריבער איז ראטזאם צו אויסקלויבן א באנק וואס קלערט די טשעקס שנעל און צייטליך כדי נישט צו האלטן דיין געלט און עווענטועל זאל עס קאסטן דורך די פארשידענע מעטאדן און טריקס וואס זיי כמעט באצווינגען זייערע קאסטומערס.

טשעיס באנק איז באוויסט אלס איינע פון די שנעלסטע 'טשעק קלערונגען' בענק, רוב מאל אין די נעקסטע טאג איז די געלט שוין אוועילעבל אינעם באלאנס, לעומת זה איז נישטא קיין רילעשאנשיפ כמעט דארטן, ליין פאלגענדער סעיף.


3) דער דריטער און מער וויכטיגער פראגע וואס מען פרעגט פארן עפענען א ביזנעס אקאונט איז 'רילעשאנשיפ' אדער געטרייקייט פון די סטעף.
אויך דער פראגע ווערט צוטיילט אין צוויי חלקים. ווי עס פארשטייט יעדערער אז א באנק, נאכדערצו לגבי ביזנעסער, נישט געאייגנט בלויז אויף צו מאכן טראנזאקציעס אריין און ארויס, עס איז מער ווי אויפבויען א טראסטבארע באדן אויף דער צוקונפט אדער ווען נויטיג, אז אין פאל דער ביזנעס דארף צוקומען צו א הלואה איז ווען דער באנק זעהט אז דא רעדט מען פון א שטארק אקטיוון ביזנעס וואס האט רעגלמעסיג טראנזאקציעס, עס קראכט נישט קיינע טשעקס, בקיצור ס'יז דא מיט וועם צו גיין צום טיש דא, וועט דער מענעזשער צי דער אסיסטענט ענדערש זיין גרייט צו האנדלען אויף אן הלואה ווייל מען קען זיך פארלאזן אויף דעם אקאונט האלטער אז ער וועט צאלן. דאס צו עררייכן איז גאר וויכטיג צו בויען א פריינטליכע אטמאספער צווישן דעם קליענט אינעם באנק נאך פול איידער מען ברויך עכט צוקומען צו זייערע הלוואות.

דער אנדערע חלק איז שוין נישט אזוי ריזיקאליש אבער דאך נוצבאר, למשל ווען מען האלט אז מען איז בע'עוול'ט געווארן מיט א נישט ריכטיגן FEE פאר סיי וועלכע סיבה, אויב האסטו א רילעשאנשיפ מיט די באאמטע האסטו צו וועם צו רעדן און טייל מאל קען מען באזייטיגן דעם פי. דערויף זענען געוויס באקאנט אייניגע בענק וואס נעמען א גאר הארטן שטעלונג ווען עס קומט צו אזעלכע סארט 'קנסות' און וועלן בשום אופן באזייטיגן אזעלכע פי'ס נאכדעם וואס עס איז ארויף אויף דיין אקאונט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טשעיס באנק איז באוויסט אלס איינע פון די שנעלסטע 'טשעק קלערונגען' בענק, רוב מאל אין די נעקסטע טאג איז די געלט שוין אוועילעבל אינעם באלאנס, לעומת זה איז נישטא קיין רילעשאנשיפ כמעט דארטן, ליין פאלגענדער סעיף.


עס איז מיר אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא אז טשעיס האט שוואכע באציאונגען מיט די קונדן זייערע, אין די צייט וואס זייער לאזונג איז THE RIGHT RELATIONSHIP IS EVERYTHING.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער,

פון די אלע סארטן לאזונגען בין איך שוין לויז געווארן
דאס איז אן אדווערטייזונג פראפאגאנדע געציהלט אריינצוכאפן וואס מער קונדן.
בכל מקרה, איך פערזענליך האב נישט קיין אקאונט ביי טשעיס, אבער לויט ווי איך הער פון אנדערע איז דארט די בעסטע לגבי דעם 'קלערן טשעקס', אבער די באציהונגען צווישן די איינגעשטעלטע און די קליענטן איז קאלט און טריקן בערך ווי אין עירפארט - נעקסט פליז ! געזיגלט און געגאנגען, גיי איינמאל אריין אין סיגנאטשור באנק וועסטו פארשטיין די הינטערשיד.

אבער דאס נעמט נישט אוועק פון טשעיס זייערע מעלות, למעשה האבן רוב און איך מיין טאקע רוב, ביזנעסער פונעם אומגעגענט אקאונטס ביי טשעיס און זענען זייער צופרידן. די אוזאך קען ווערן צוגעטיילט צו נאך פארשידענע זייטיגע סיבות, ווי למשל די עלטסטע [?] באנק אין דעם געגענט, וכדומה.


לויט ווי מענטשן זאגן איז דא איין באנק וואס איז ממש געטריי צו זייערע קונדן אויף אן אופן וואס ווערט נישט געזען אין ערגעץ, דאס איז 'באנקא פאפולער'.
זיי פארמאגן בלויז געציילטע בענק אין ניו יארק, די קונדן ווערן באהאנדלט מיט אן אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנקייט. דאס איז זייער אויסשליסליכער אויבערהאנט איבער די קאנקורירנדע בענק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

עס איז כדאי נישט קיין חילוק וועלכע באנק צו האבן גוטע באציאונגען מיט די באנק מענעדזשער,
מען זאל קויפן א באטל וויין צו וואס ביי זייערע חגאות
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

שוועמל, דו האסט אן אקאונט אין טשעיס? ביי מיר זענען זיי פון די ארגסטע אין קלערן טשעקס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

איך ווייס צויי חברים וואס האבן אקאונטס אין WACHOVIA, און די אלע FEES עקזיסטירן נישט דארטן. גלייך ווען דאס געלט קומט אריין קענסטו שרייבן טשעקס. נישטא די עקלהאפטיגע FEES פון וואס אנדערע בלוט-צאפער בענק לעבן דערויף.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איך האב היינט געהערט אן אדווערטייזמעט פאר א באנק ווי מען דארף נישט אראפ גיין מאכען דעפאזיט. זיי באגענוגען זיך מיט א פעקס אדער אימעיל פון א ג'סקענטען טשעק און אלעס איז מסודר. האט איינער עקספיריענס דערמיט? עס וואלט מיר פארשפארט אסאך צייט און קאפ וויי.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך מיין אז דערווייל איז עס נאר פאר ביזנעס אקאונטס, ווי אויך לאזן זיי זיך באצאלן פאר דעם ספעציעלן סקענער.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

וואס אזי די נאמען פון די באנק?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

נאטורליך, ס'איז דא א וועבסייט דערפאר, כ'וועל מיר נאכפרעגן וואו וואס ווען. אבער כ'ווייס אפאר ביזנעסער וואס ארבייטן אזוי. ס'איז נישט נאר אן אפשען פון דער באנק ווי זיין אויפגעסיינט ביי א קאמפאני (כך שמעתי).

בכלל אז מ'האט צוריק ארויפגעברענגט די טעמע, יאך האב יארן א ביזנעס אקאונט ביי HSBC, און כ'בין באמת זייער צופרידן, די טשעקס ווערט שנעל געקלירט, און זיי האבן מיך נאך קיינמאל נישט בא'עוול'ט.
אויך האב איך לעצטענס געעפענט ביי טשעיס, כ'ווייס באמת נישט וואס דער עולם רעדט זיך אפ, כ'ווייס נישט פון וועלכע ברענטש ס'רעדט זיך, אבער דארט וואו איך בין זענען דא זייער אסאך אידן, און כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון איינעם זיך אפרעדן. זייער סערוויס צו מיר איז געווען להפליא. בכלל האב איך עטליכע קרעדיט קארדס ביי זיי, און כ'בין אויך זייער צופרידן דערמיט.
אדרבה, ווער ס'האט אנדערע עקספיריענס זאל זיך אנרופן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לחיים וואסערע טייפ אקאונט?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

שכויעך לחיים, איך האב נישט עספיעט צו הערען דעם נאמען פון די באנק, אזויפיל יא, אז זיי טיילען אומזינסט א סקענער פאר נייע קונדען.
איך ניץ אויך hsbc זייער אינטערנעט בענקינג איז א מחי'
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

סידאך שוין אדורכגעגאנגן 4 חדשים זינט מיין פאריגע תגובה איז געשריבן געווארן, וואלטעך געוואלט מיטטיילן פאר'ן עולם מיין לעצטע עקספיריענס.
מיינע אקאונטס ביי טשעיס זענען שוין מער נישט עקטיוו צוליעב די שרעקליכע סערוויס וואס זיי האבן אנגעהויבן לעצטענס אין יענע ברענטש.
כ'בין אריבערגעגאנגן צו HSBC, א ברכה צו מאכן... כ'האב איינגעקלאפט מיט די שחור'טע (נישט מיט די הענט חלילה...), זי שלעפט טאקע ארום ווייל זי איז זייער ביזי, אבער פאר קלייניקייטן איז זי זייער גוט. עני פראבלעם וואס זי קען נישט העלפן קאל איך די ביזנעס ליין וואס איז אפן 24/7, און זיי זענען זייער העפליך און הילפבאר.
אזוי אויך זענען זיי "די וועלטס לאקאלע באנק" וואס מאכט זייער גרינג פאר אינטערנאציאנאלע טראנקזאציעס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
עמך איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך איד »

וועלעכע HSBC ביי בראדוועי ?
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

אז מען האט ציפיל אווערדרעפט, מיין איך אז דו בעסטע פאר די וויליאמסבורגע אידן איז, סיגנוטשויר,
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

עמך, יא, ביי דער בראדוויי.

דרך, כ'האב אויך געהערט אזוי, אבער כ'בין נישט גרייט צו צאלן 15 טאלער א חודש ווייל אפשר עלעך האבן אווערדרעפט...
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS
אוועטאר
שמייכל
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 07, 2007 2:01 am
לאקאציע: אויף די לעפצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל »

א piggy bank
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

קוים אריין און שוין ארויס....
איר מיינט טאקע? יעצט פארשטייעך שוין אלעס וואס פלעגן שעלטן עיטש עס בי סי. די באנק אליינס איז אפשר גוט, אבער די ברענטש איז דאך שרעקליך. כ'האלט שוין ביים אויסליידיגן מיין גאנצע אפיס פון אלע גוטע שמאנסעס.... יעדעס מאל כ'דארף א טובה פונעם שיקסע דארט ברענגעך איר א לעטער אפענער, אינק פעד, ווייט אוט צו וואס אימער...... כ'ווייס נישט ווי אויסגעהאלטן ס'איז, אבער אנדערש גייטעס נישט. כאב אפגעמאכט, גענוג איז גענוג. כ'דארף נישט דיינע טויוועס און דו נישט מיינע. פאר די פיעטשערס וואס זיי האבן בעסער פון אנדערע בענק עלעך מיך באגנוגן מיט'ן טעלעפאן, די חברה דארטן אויפ'ן אנדערע זייט טרייבל קענען נאך אזוי גוט העלפן.
איבעחיין, חברים טייערע, געטס מיר אביסל אינפארמאציע פון אייערע "יעצטיגע" עקספיריענס איבער די לאקאלע בענק אין וויליפעסט. וואס עטס האטס אמאל געהאלטן ווייסעך, אבער זאכן טוישן זיך.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

איך האב שוין אויספרובירט עטליכע בענק, געבליבן בין איך, פאר פערסאנעל מיט WACHOVIA גאנץ א געשמאקע באנק, און ביזנעס ביי COMMERCE נישטא נאך אזוינע
עמך איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך איד »

לחיים ! הער דיך איין HSBC איז געווען די בעסט ווילאנג "מארלין" איז דארט געווען (אויב די האסט איר געקענט) למעשה איז זי
געפלויגן צוליב היימישע גנבים...אין זייט דעמאלטס גייט עס כאדראם. מענדשערס טעלערס טוישן זיך דארט יעדן צווייטן טאג. די רינדיכיגע קלאפטא ביים קארנער האלט ביי גארנישט.
ממילא קענסטו דארט גארנישט ערווארטן. אין פון דארט ברויכסטו גיין.

ווי צי גיין. וואלט איך דיך געראטן סיגנטשר איך בין שוין דארט כמעט א יאר אין איך בין שטארק צופרידן

טאגליכט. וואס זענען די מעלות פין די צוויי בענק. ביידעוועי האב איך נישט געוויסט אז פאר פערסאנעל דארף מען א באנק אקאנט
אין ס'דארף נאך זיין געשמאק...
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כ'דענק נישט די נעמען פון די שיקסעס, אבער כ'דענק אז זיי זענען געווען פיל בעסער ווי יעצט. ס'איז דורך א צייט אפשניט פון צוויי יאר וואס כ'האב זיי נישט גענוצט, סאו האבעך נישט מיטגעהאלטן אלע טשעינדזשעס.
כ'מיין אז כ'וועל טאקע גיין צו סיגנעטשור, אבער כ'וועל אפן האלטן די HSBC אקאונט פאר די פארשידענע פעלער וואס כ'דארף צוקומען צו זיי.

אגב, איבער די רינדעכיגס ביים קארנער..... דו האלטס נישט אז ווען זי איז געווען דארטן פון הונטן, נעבן די ריזיגע סעיף, איז זי נישט געווען בעסער? מ'האט איר פארשיקט צום קארנער, אודאי איז זי אנגעזעצט... הא?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פאטאקי08 האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS


לפי ידיעתי, איז קאמערץ בענק זייער גוט דערפאר. (אין אפסטעיט זיכער.)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך_הער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין
וועלכע באנק איז די בעסטע צו פטר'ן ?COINS


לפי ידיעתי, איז קאמערץ בענק זייער גוט דערפאר. (אין אפסטעיט זיכער.)


גרויסען דאנק כהער
ווי האבן זיי א ברענטש אין אונזער געגענט?
עמך איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמך איד »

לחיים !

איך האב הנאה פין דיין באשלוס. יעצט דארף איך נאר דיין אקאנט נאמבער. איך מיין איך דארף דאך מיין קאמישען...
מאך זיכער צי עפענען דיין אקאנט ביי עשיא AYSHEA צי איר קען מען רעדן א היימישע שפראך.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”